No Place Like Home

דערציִען גוטהאַרציקע קינדער

The Importance of Raising Kind Kids

פֿון עליסאַ סטראַוס (Forward)

די „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט לעצטנס אָפּגעדרוקט צוויי אַרטיקלען מיט צוויי באַזונדערע קוק־ווינקלען וועגן דעם ענין, דערציִען גוטהאַרציקע קינדער.

דער ערשטער איז געווען אַ טראַנסקריפּציע פֿון אַ רעדע, וואָס דער שרײַבער דזשאָרדזש סאָנדערס האָט געמאַכט בעת דער גראַדויִרונג אין סיראַקיוז־אוניווערסיטעט. צווישן אַנדערע האָט ער דערקלערט:

„די גרעסטע חרטה פֿון מײַן לעבן איז, וואָס איך האָב נישט תּמיד אַרויסגעוויזן גענוג גוטסקייט, בפֿרט בײַ יענע מאָמענטן, ווען אַ צווייטער מענטש האָט געליטן פֿאַר מײַנע אויגן, און איך האָב אפֿשר צוגעהאָלפֿן אַ ביסל, אָבער בלויז אויפֿן שפּיץ מעסער.

Read more


קינדער וואַרגן זיך אָפֿט אין אַמעריקע

Choking Common Among U.S. Kids

בײַ אַ פֿערטל פֿון די פֿאַלן, וואָס מע ברענגט אַ קינד אין שפּיטאָל צוליבן וואַרגן זיך, איז די סיבה — באָנבאָנען

יעדן טאָג אין אַמעריקע פֿירט מען בערך 34 קינדער אין פּקוח־נפֿש־אָפּטייל פֿון שפּיטאָל, ווײַל זיי וואַרגן זיך מיטן עסן, גיט איבער אַ נײַע שטודיע.

„די ציפֿער קאָן זײַן נאָך העכער,‟ האָט דערקלערט ד״ר גאַרי סמיט, וועלכער האָט געאַרבעט אויף דער שטודיע אין „ניישאָנווײַד קינדער שפּיטאָל‟ אין קאָלומבוס, אָהײַאָ. „די שטודיע נעמט נישט אַרײַן יענע קינדער, וואָס מע האָט געבראַכט צו אַ פּריוואַטן דאָקטער אָדער וואָס האָבן אַליין אַרויסגעשפּיגן דאָס עסן, און האָבן דערפֿאַר בכלל נישט באַקומען קיין מעדיצינישע באַהאַנדלונג.‟

Read more


דינע ספּאַגעטי מיט פֿרישע פּאָמידאָרן

Thin Spaghetti With Fresh Tomatoes

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

דעם סאָוס מאַכט מען דווקא מיט רויע פּאָמידאָרן; גיט עס טאַקע צו אַ פֿרישן טעם פֿון אַ זומערדיקן גאָרטן.

2 ציינדלעך קנאָבל
3 פֿונט (1.3 קילאָ) פֿרישע פּאָ­מידאָרן
2 לעפֿל לימענע־זאַפֿט
זאַלץ, לויט אײַער געשמאַק
1 לעפֿעלע צוקער
1/2 לעפֿעלע רויטער פֿעפֿער
1 פֿונט (454 גראַם) דינע ספּאַ­געטי־לאָקשן (angel-hair pasta)
1/2 טעפּל צעשניטענע באַזיליק־בלעטער
אָנגעריבענער פּאַמעזשאַנער קעז
1־2 לעפֿל איילבערט־בוימל

Read more


יונגערהייט חתונה געהאַט

Marrying Young

פֿון סימי ליכטמאַן (Forward)

סימי און דזשערעמי ליכטמאַן

מײַן מאַן דזשערעמי און איך האָבן ביידע געלייענט דעם אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ (//www.nytimes.com/2013/07/14/fashion/sex-on-campus-she-can-play-that-game-too.html?_r=1&) וועגן סטודענטקעס אינעם אוניווערסיטעט פֿון פּענסילווייניע, און זייער צוגאַנג צום חתונה האָבן און סעקסועלע באַציִונגען.

איין זאַץ פֿון דעם אַרטיקל האָט אונדז ביידן געשטערט. די מחברטע ציטירט אַ פֿרוי, אין שײַכות מיט פּאָרפֿעלקער, וועלכע האָבן חתונה געהאַט בײַ אַ יונגן עלטער. „איך הער תּמיד ווי מענטשן זאָגן: ׳אונדזער זיווג־לעבן איז זייער גוט, ווײַל מיר האָבן אַ געלעגנהייט זיך ווײַטער אויסצורײַפֿן צוזאַמען׳. דאָס קלינגט פֿאַר מיר שרעקלעך. איך וויל זיך נישט אויסרײַפֿן צוזאַמען מיט אַ צווייטן מענטשן. איך וויל גיכער, אַז ער זאָל זיך שוין האָבן אין גאַנצן אויסגערײַפֿט, איידער מיר טרעפֿן זיך, כּדי מיר זאָלן ביידע וויסן ווער מיר זענען, און קענען פֿירן אַ סטאַביל לעבן אין איינעם אין נחת און אין פֿריידן.‟

Read more


מערן געבראָטן — נאָר נישט אין אויוון

Roasting Carrots Outside the Oven

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

1/2־1 פֿונט (680 גראַם) מערן

1/2 טעפּל יויך

4 לעפֿעלעך איילבערט־בוימל

זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק

1/4 טעפּל צעשניטענע מינץ־בלעטער

1/4 טעפּל צעשניטענע פּעטרישקע

2 לעפֿעלעך לימענע־זאַפֿט

1/2 לעפֿעלע צעריבן לימענע־שאָלעכץ

Read more


קופּאָנען ווידער אין דער מאָדע

Coupons Are Back in Style

פֿון יפֿה קלוגערמאַן (ייִט״אַ)

סאַוטפֿילד, מישיגען. — אַניטאַ באַטס וועכנטלעכער אײַנקויף־פּלאַן הייבט זיך אָן אַזוי: צו ערשט, קוקט זי איבער עטלעכע קופּאָן־בלאָגס אויף דער אינטערנעץ, וואָס מעלדן וועגן די גרעסטע מציאות אין די כּל־בו־געשעפֿטן CVS און „טאַרגעט‟.

דערנאָך דרוקט זי אָפּ די צענדליקער קופּאָנען, וואָס זי האָט בדעה אויסצוניצן, און שטעלט זיי אַרײַן אין איר קאַרטאָטעק, לויטן נאָמען פֿון געשעפֿט. געוויינטלעך, באַזוכט זי בערך זעקס פֿון די געשעפֿטן, און קומט אַהיים מיט גאַנצע בערג אײַנגעקויפֿטע זאַכן.

Read more


נאָסטאַלגיע איז אַ גוטע רפֿואה

Nostalgia Is Good for the Soul

נאָסטאַלגיע, וואָס איז טײַטש דאָס דערמאָנען זיך אין גליקלעכע מאָמענטן פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט, ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי אַ סימן פֿון בענקעניש און אַפֿילו דעפּרעסיע. דער טערמין שטאַמט טאַקע פֿון צוויי גריכישע ווערטער: „אַהיימפֿאָרן‟ און „ווייטיק‟.

אַ צאָל שטודיעס באַווײַזן אָבער, אַז נאָסטאַלגיע דינט דווקא ווי אַ מיטל קעגן עלנטקייט און אַנגסטן; אַז עס קען עמאָציאָנעל דערנענטערן אַ פּאָרפֿאָלק, און קאָן אַפֿילו פֿיזיש אָנוואַרעמען מענטשן אין אַ קאַלטן צימער.

Read more


מע קען ווערן טראָגעדיק נאָך אַ ראַק

Pregnancy Possible After Childhood Cancer

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

שוין יאָרן לאַנג זאָגט מען די פֿרויען, וועלכע האָבן קינדווײַז געליטן פֿון ראַק, אַז זיי וועלן נישט קענען ווערן טראָגעדיק אָדער האָבן קינדער, ווײַל די היילמיטלען — כעמאָטעראַפּיע און ראַדיאַציע — קאָנען צעשטערן זייערע אייערשטאָקן.

אָבער אין אַ נײַער שטודיע, האָט אַ גרופּע פֿאָרשער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע אַנטדעקט, אַז, כאָטש ס׳דויערט לענגער בײַ די געוועזענע ראַק־פּאַציענטקעס צו ווערן טראָגעדיק, שוואַנגערן מיט דער צײַט בערך 64% פֿון זיי.

די פֿאָרשער האָבן באַקומען זייער אינפֿאָרמאַציע אויפֿן סמך פֿון אַן אָנגייענדיקער אַנקעטע, וואָס פֿאַרגלײַכט צוויי גרופּעס פֿרויען: 3,531, וועלכע האָבן געליטן פֿון ראַק איידער זיי זענען געוואָרן 21 יאָר, און 1,366 פֿרויען, וועלכע האָבן נישט געליטן דערפֿון.

Read more


קאָן נאַכטאַרבעט גורם זײַן ראַק?

Can Night Work Raise the Risk of Cancer?

אויב איר זענט אַ פֿרוי, וועלכע אַרבעט בײַ נאַכט, איז אפֿשר געקומען די צײַט צו זוכן אַ בײַטאָגיקע שטעלע.

לויט אַ קאַנאַדער באַריכט, פּובליקירט מאָנטיק אינעם זשורנאַל Occupational and Environmental Medicine, איז די סכּנה פֿון באַקומען ברוסטראַק צוויי מאָל אַזוי גרויס בײַ יענע פֿרויען, וועלכע אַרבעטן שוין 30 יאָר אָדער מער אין די נאַכט־שעהען.

פֿריִערדיקע פֿאָרשונגען האָבן שוין אַנטדעקט אַ פֿאַרבינדונג צווישן נאַכט־אַרבעטאָרינס און ברוסטראַק בײַ יענע פֿרויען, וועלכע אַרבעטן ווי געזונט־פּראָפֿעסיאָנאַלן (קראַנקן־שוועסטער, דאָקטוירים, אאַז״וו), אָבער די איצטיקע שטודיע ווײַזט אַזאַ פֿאַרבינדונג אויך בײַ אַנדערע מינים אַרבעט.

Read more


אַ שלאָפֿפּיל פֿאַר קינדער?

A Sleeping Pill for Kids?

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אין אַן אַרטיקל דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת אינעם “וואָל־סטריט דזשורנאַל”, דערציילט דזשעניפֿער ברעהעני וואַלאַס ווי אַ וואַקסנדיקע צאָל קינדער־דאָקטוירים עצהן די עלטערן צו געבן זייערע קינדער דעם שלאָפֿמיטל מעלאַטאָנין, כּדי די קינדער זאָלן גרינגער אַנטשלאָפֿן ווערן.

זי האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם, ערשט דעמאָלט, ווען בײַ איר קינד האָט זיך אַנטוויקלט אַזאַ פּראָבלעם. “מײַן זון פֿלעגט תּמיד אַנטשלאָפֿן ווערן אָן שוועריקייטן, ביז ער האָט אָנגעהויבן גיין אין קינדערגאָרטן. ס׳איז געווען אַ נײַע שול, מיט אַ מער ערנסטן אַקאַדעמישן קוריקולום, און דערבײַ איז אים אָנגעקומען שווער צו שאַפֿן נײַע פֿרײַנד, איז ער במילא געוואָרן מער אומרויִק און יעדן אָוונט געבליבן וואַך נאָך לענגער ווי איך. אין דער פֿרי פֿלעגט ער זיך אויפֿוועקן אַ נישט־אויסשלאָפֿענער און אַהיימקומען פֿון שול, אַן אָנגעכמורעטער. במשך פֿון עטלעכע חדשים האָבן מיר געטאָן אַלץ, כּדי גרינגער צו מאַכן זײַן אײַנשלאָפֿן: נישט געלאָזט אים קוקן טעלעוויזיע; אים אָפּגעבאָדן; געמאַכט מאַסאַזשן, געגעבן אים צו טרינקען וואַרעמע מילך…” ס׳האָט אָבער געהאָלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס.

Read more


וואַרעמער הינדל־סאַלאַט

Warm Chicken Salad

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

15 אונץ (425 גראַם) פֿאַסאָליעס (lima beans) פֿון אַ פּושקע, אויסגעשוואָנקען

12 אונץ (340 גראַם) געבראָטענע זיסע פֿעפֿערלעך

1/4 זויערע אוגערקעס, צעשניטן אויף קליינע שטיקלעך

2 שטענגלעך סעלעריע, צעשניטן אויף קליינע שטיקלעך

2 לעפֿל צעשניטענע פּעטרישקע

צעריבענע שאָלעכץ און זאַפֿט פֿון 1 לימענע

1/4 טעפּל איילבערט־בוימל

Read more


בײַם נעמען אַ רעפּעטיטאָר פֿאַר אײַער קינד

Getting a Tutor for Your Child

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

די אַמעריקאַנער גיבן אויס בערך 5 ביליאָן דאָלאַר אַ יאָר אויף רעפּעטיטאָרן. אויב איר האָט בדעה אָנצושטעלן אַ רעפּעטיטאָר פֿאַר אײַער קינד, פֿאָלגט די עצות, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז אײַער געלט גייט נישט לאיבוד:

1) דער ציל בײַם אָנשטעלן אַ פּריוואַטן לערער איז צו העכערן די צייכנס פֿון אײַער קינד אין שול. אויב איר דערוויסט זיך, אַז די תּלמידים פֿון אײַער רעפּעטיטאָר לערנען זיך בײַ אים שוין יאָרן לאַנג, איז עס נישט קיין גוטער סימן.

2) ווען איר טרעפֿט זיך מיטן רעפּעטיטאָר צום ערשטן מאָל, זאָל אײַער קינד זיצן דערבײַ. אויב דער לערער רעדט בלויז צו אײַך, און נישט צום קינד, איז מסתּמא בעסער צו זוכן אַ צווייטן.

Read more


אפֿשר בעסער זיך נישט קושן

No Kissing Might be Better

פֿון עמילי שײַער (Forward)

די מעלות פֿון אויסמײַדן אַ פֿיזישן קאָנטאַקט בעת אַ ראַנדקע (אָדער ווי מע זאָגט הײַנטיקע טעג — שומר־נגיעה) זענען מיר צום ערשטן מאָל קלאָר געוואָרן, אַ חודש נאָך דעם ווי מײַן געליבטער האָט מיך פֿאַרלאָזט.

כ׳בין געזעסן אויף דער סאָפֿע, אין דער פּיזשאַמע, און נאָכגעזוכט דורכן „פֿייסבוק‟, ווי אַזוי עס גייט מײַן געוועזענעם קאַוואַליר. פּלוצלינג דערוויס איך זיך, אַז ער געפֿינט זיך „אין אַ באַציִונג‟. ער האָט שוין געפֿונען אַ צווייטע — בלויז איין חודש נאָך דעם ווי ער איז פֿון מיר אַוועק? דאָס בלוט האָט זיך אין מיר אַזוי צעקאָכט, אַז איך האָב אַזש גענומען וואַרפֿן מעסערס איבער דער קיך.

Read more


פֿיזישע געניטונגען: ווי אָפֿט?

How Often Should You Exercise?

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אַ לייענער פֿון דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט די וואָך געפֿרעגט דעם רעדאַקטאָר פֿונעם געזונט־אָפּטייל: „מאַכט עס אויס, אויב איך טו פֿיזישע געניטונגען דרײַ טעג נאָכאַנאַנד, און דערנאָך טו איך עס נישט ביז אַ וואָך שפּעטער? איז דאָס ערגער ווי מאַכן געניטונגען יעדן צווייטן טאָג?‟

אָט איז דער ענטפֿער:

מסתּמא איז יאָ דאָ אַן אונטערשייד. ס׳איז אמת, אַז פֿיזישע געניטונגען פֿון אַלע מינים ברענגען לאַנג־דויערנדיקע מעלות פֿאַרן געזונט, אָבער אין דער זעלבער צײַט, פּראָדוצירן די געניטונגען פּאָזיטיווע רעזולטאַטן, וואָס בלײַבן גילטיק אויף בלויז אַ קורצער צײַט, גיט איבער ד״ר מײַקל דזשוינער, אַ פֿיזעאָלאָג בײַם „מייאָ־קליניק‟ אין ראָטשעסטער, מינעסאָטע.

Read more


פֿעטוטשיני־לאָקשן מיט קנאָבל־סאָוס

Fettuccine with Garlic Sauce

פֿון Wall Street Journal

1 הייפּטל קנאָבל

1 לעפֿל איילבערט־בוימל

2/3 טעפּל געקאָכטע בעבלעך (אָדער פֿון אַ פּושקע)

3/4 טעפּל פּאַרעווע יויך

8 אונץ (226 גראַם) רויע פֿעטוטשיני־לאָקשן

2/3 טעפּל פֿרישע אָדער פֿאַרפֿרוירענע גרינע אַרבעס, צעטאָפּיעט

Read more


געבראָטענע קעז־שניטקעס

Grilled Cheese with Vegetables

פֿון Better Homes and Gardens

אַ גרינגע וועטשערע: זויערטייג־ברויט באַשמירט מיט שפּינאַט־מאַיאָנעז, ציגן־קעז, זוקיני און פּאָמידאָרן; דערנאָך געפּרעגלט, ביז ס׳ווערט גאָלדן־ברוין.

1/4 טעפּל ווייניק־פֿעטיקע מאַיאָנעז

2 טעפּלעך פֿרישע שפּינאַט־בלעטער

1 לעפֿעלע צעהאַקטער קנאָבל

Read more


פֿלאָדן מיט טייטלען און ניס

Fluden Pastry with Dates and Nuts

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אַ טראַדיציאָנעל געבעקס פֿאַר חתונות און אַנדערע שׂימחות


געסט אין בעט

Guests in the Bedroom

פֿון איימי בראָמבערג (ייִט״אַ)

ניו־יאָרק. — אין מיטן דער נאַכט איז מײַן 18־חדשימדיק ייִנגעלע אַרויס פֿון דער וויג און אַרײַנגעלאָפֿן צו אונדז אין שלאָפֿצימער, וווּ ער האָט זיך געלייגט לעבן מיר אינעם גרויסן בעט, איך זאָל אים זייגן. לעבן אונדז זענען שוין געשלאָפֿן אונדזערע אַנדערע דרײַ קינדער, וועלכע האָבן זיך געהאַט אויפֿגעוועקט צוליב שלעכטע חלומות.

מײַן מאַן, דן, איז דערווײַל אַנטלאָפֿן צו דער סאָפֿע אין גאַסטצימער, אַזוי ווי ער טוט יעדעס מאָל, ווען איך דערלויב די קינדער צו שלאָפֿן מיט אונדז. „אַ חוצפּה,‟ האָט ער געבורטשעט. „כ׳קען נישט גיין צו דער אַרבעט אָן שלאָף.‟

Read more


דאַנקען גאָט, פֿאַר די געשוועסטער

Thank God for Siblings

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

דער קאָלומניסט פֿרענק ברוני האָט לעצטנס געשריבן אַ פּרעכטיקן אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ וועגן די מעלות פֿון האָבן שוועסטער און ברידער. דאָס קומעדיקע מאָל וואָס איר צעווערטלט זיך מיט איינס פֿון אײַערע געשוועסטער, לייענט דאָס איבער:

מע דערציילט מיר, אַז איך האָב אָנגעהויבן רעדן אַ סך שפּעטער ווי אַנדערע קינדער, און איך ווייס טאַקע פֿאַר וואָס: יעדעס מאָל וואָס מײַן מאַמע האָט נישט פֿאַרשטאַנען פֿאַר וואָס איך בין אָנגעבלאָזן אָדער פֿאַר וואָס איך וויין, האָט מײַן ברודער, מאַרק, איר געגעבן צו פֿאַרשטיין.

Read more


שאלות וועגן זון־שמירעכץ

Confusion about Sunscreen

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

מענטשן וואָס פֿאָרן צו דער פּלאַזשע, וועלן געפֿינען נײַע עטיקעטן אויף די פֿלעשלעך זון־שמירעכץ, וואָס דאַרפֿן מאַכן דעם זון־פֿאַרהיט־מיטל מער עפֿעקטיוו און גרינגער צו ניצן. אָבער נישט געקוקט אויף די לאַנג־דערוואַרטע ענדערונגען, זעט מען נאָך אַלץ בײַ אַ צאָל פֿלעשלעך אַן SPF (זון־פֿאַרהיט פֿאַקטאָר) פֿון 100 אָדער 150, וואָס געוויסע עקספּערטן האַלטן פֿאַר פֿאַרפֿירעריש און אַפֿילו געפֿערלעך, האָט די וואָך געמאָלדן די וואַך־אָרגאַניזאַציע פֿאַר קאָנסומענטן, Environmental Working Group.

Read more