לויט דער ייִדישער טראַדיציע, אָנהייבנדיק פֿון אָדם הראשון און דער מוטער חווהן, ווערן מאַן־און־ווײַב באַטראַכט ווי אַן איינס, בפֿרט אַז חווה איז דאָך באַשאַפֿן געוואָרן פֿון אָדמס ריפּ. דאָס קלינגט טאַקע זייער שיין, און ראָמאַנטיש, אָבער אין דער אמתן, אויב אַ פּאָרפֿאָלק פֿאַרברענגט נישט אַ געוויסע צײַט באַזונדער, וועט עס מיט דער צײַט מסתּמא דערפֿירן צו קלעפּ, אָדער צום ווייניקסטן, פֿאַנטאַזיעס וועגן דעם.
מײַן מאַן, דזשערעמי, האָט דאָס פֿאַרשטאַנען אַ סך פֿריִער פֿאַר מיר. בעת איינער פֿון אונדזערע ערשטע ראַנדקעס, האָט ער מיר דערציילט, אַז איינע פֿון די זאַכן, וואָס ער האָט זיך אויסגעלערנט פֿון זײַן שוועסטערס באַציִונג מיט איר מאַן, איז, אַז ביידע קאָנען זיצן אין איין צימער, טוענדיק אין גאַנצן אַנדערע זאַכן שעהען לאַנג.
„דאָס איז מאָדנע,‟ האָב איך דעמאָלט געקלערט. „פֿאָר וואָס וואָלט עמעצער נישט געוואָלט פֿאַרברענגען די גאַנצע צײַט מיט אַ מענטשן, וואָס ער אָדער זי האָט שטאַרק ליב?‟
בלעטערקרויט (kale) איז באמת אַ סופּער־גרינס. איין טעפּל דערפֿון פֿאַרמאָגט 200% וויטאַמין „צע‟ (C); 180% וויטאַמין „אַ‟ (A), און 1,020% וויטאַמין „קאַ‟ (K)!
4 פּולקעס
4 הינטערחלקן
1 לעפֿל פּאַפּריקע
שוואַרצער פֿעפֿער
בעת די פֿרוי האָט שטיל געזונגען אַ שלאָפֿליד אויף שפּאַניש, באַגלייט אויף אַ גיטאַר, האָט מען פּלוצלינג דערזען, ווי דאָס צו־פֿרי געבוירן קינד האָט אויפֿגעהערט זיך צו וואַרפֿן, און פֿאַרמאַכט די אייגעלעך.
ווי עס האָט די וואָך איבערגעגעבן די „איי־פּי‟ (AP), איז די פֿרוי, עליזאַבעט קלינגער, נישט בלויז אַ מוזיקער, נאָר אַ מוזיק־טעראַפּעפֿט. דאָרט, אינעם אינטענסיוון אָפּטייל פֿונעם „אַן און ראָבערט לוריא קינדער־שפּיטאָל‟ אין שיקאַגע, האָט זי באַוויזן אַ זאַך, וואָס די וויסנשאַפֿטלער האָבן שוין פֿון לאַנג משער געווען: מוזיק קאָן העלפֿן די זיבעלעך זיך גיכער צופּאַסן צום לעבן מחוץ דער מוטערטראַכט. זיבעלעך זענען די קינדער, וועלכע ווערן געבוירן צו זיבן חדשים אָדער נאָך פֿריִער.
טײַערע חזנטע,
איך בין צוזאַמען מיט מײַן בחור שוין 10 חדשים. לעצטנס איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין אַפֿריקע אויף 6 וואָכן, צו אַרבעטן ווי אַ וואָלונטיר. מיר האָבן געוווּסט פֿון פֿריִער, אַז צוליב דעם, וועט ער פֿאַרפֿעלן מײַן געבוירן־טאָג, האָב איך געהאָפֿט, אַז ער וואָלט כאָטש עפּעס צוגעגרייט לכּבֿוד דעם טאָג איידער ער איז אַוועקגעפֿאָרן. ער קען דאָך גוט מײַן מיטוווינערין און מײַנע חבֿרים, האָט ער געקענט זיי געבן אַ קאַרטל אָדער מתּנה פֿאַר מיר, אָדער באַשטעלן עפּעס, עס זאָל אָנקומען יענע וואָך. צום סוף, איז גאָרנישט געשען אינעם טאָג פֿון מײַן געבוירן־טאָג. איך בין סײַ טרויעריק, סײַ פֿאַרזאָרגט, אַז דאָס איז אַ שלעכטער סימן, אַ וואָרענונג וועגן אונדזער צוקונפֿט צוזאַמען. וואָס טראַכט איר? צי מאַך איך אַ צו גרויסן צימעס פֿון דעם? צי האָט ער פּשוט פֿאַרגעסן?
געבוירן־טאָג־„בלוז‟
מײַן באָבע איז נפֿטר געוואָרן, ווען מײַן מאַמע איז געווען בלויז 11 יאָר אַלט, און דערפֿאַר האָט מײַן מאַמע זיך קיין מאָל נישט אויסגעלערנט ווי צו קאָכן.
עטלעכע מומעס און שוועסטערקינדער האָבן איר געגעבן אַ רעצעפּט דאָ און דאָרט, אָבער קיין סך מער ווי דאָס האָט זי נישט געקענט, און איר טאַטע איז געווען צו פֿאַרנומען מיט דערציִען זײַנע טעכטער, זי אויסצולערנען.
אַנשטאָט קאַרפּ און ווײַספֿיש מאַכט מען די באַליבטע פּאָטראַווע מיט קאַליפֿיאָר און פּאַסטערנאַק
קען מען אָנקניפּן אַ באַציִונג מיט אַ צווייטן מענטשן, בלויז נאָך פֿיר מינוט? דאָס איז די קשיא, וואָס צוויי פֿאָרשער אין סטאַנפֿאָרד־אוניווערסיטעט האָבן זיך באַמיט צו פֿאַרענטפֿערן.
דאַן מאַק׳פֿאַרלאַנד — אַ סאָציאָלאָג, און דאַן דזשוראַפֿסקי — אַ לינגוויסט, האָבן רעקאָרדירט און אַנאַליזירט די שמועסן פֿון כּמעט 1,000 מאַנצבילן און פֿרויען בעת זיי האָבן זיך געטראָפֿן אויף „גיכע ראַנדקעס‟. דאָס איז אַ מין שדכנות־אַקטיוויטעט, וווּ מע פֿאַרזאַמלט אַ זאַל מיט מענער און פֿרויען, און יעדער מאַן רעדט מיט יעדער פֿרוי נישט מער ווי 4 מינוט, כּדי אַלע זאָלן דערנאָך קאָנען אויסקלײַבן, ווער זענען די פּאַסיקסטע „קאַנדידאַטן‟ פֿאַר אַן „אמתער‟ ראַנדקע.
לויט אַ נײַער אַנקעטע, זענען די אַמעריקאַנער, וועלכע זענען עלטער פֿון 40 יאָר, בכלל נישט צוגעגרייט צו דער מעגלעכקייט, אַז זיי וועלן אין די „גאָלדענע יאָרן‟ מסתּמא דאַרפֿן לאַנג־יאָריקע באַדינונג. די אַנקעטע האָט דורכגעפֿירט „איי־פּי‟ בשותּפֿות מיטן NORC-צענטער פֿון עפֿנטלעכע ענינים.
צוויי־דריטל פֿון די באַטייליקטע אין דער שטודיע האָבן געזאָגט, אַז זיי האָבן ביז איצט ווייניק אָדער גאָרנישט פּלאַנירט פֿאַר דער עלטער. בלויז אַ פֿערטל האַלטן, אַז זיי וועלן אַ מאָל דאַרפֿן הילף ווען זיי פֿאָרן צום דאָקטער אָדער מיט די טאָג־טעגלעכע אַקטיוויטעטן.
אויב איר זענט פֿון יענע טיפּן, וועלכע זאָרגן זיך אָפֿט, אַז אַ ליבער מענטש וועט אײַך פֿאַרלאָזן, אָט איז אַ טרייסט: אַזוינע מענטשן זענען מער געניט ווי אַנדערע, בײַם דערקענען ווען עמעצער זאָגט אַ ליגן, גיט איבער אַ נײַע שטודיע.
ווי אַ פּועל־יוצא זענען זיי אויך אפֿשר בעסערע פּאָקער־שפּילער.
אַן אַמעריקאַנער סבֿיבֿה־פֿאַרהיט־אָרגאַניזאַציע האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט איר יערלעכע רשימה פֿון יענע פֿרוכטן און גרינסן, וואָס האָבן די מערסטע רמזים פֿון פּעסטיצידן. צום דריטן מאָל זענען עפּל געווען די ערשטע אויף דער ליסטע.
לויט דער רשימה, צונויפֿגעשטעלט פֿון דער אָרגאַניזאַציע, Environmental Working Group, זענען הײַיאָר צוגעקומען די קאַרשן־טאָמאַטן און שאַרפֿע פֿעפֿערלעך. אָפֿענעס (blueberries) און שאַלאַטן האָבן דאָס מאָל נישט פֿיגורירט אויף דער רשימה. די וואַך־אָרגאַניזאַציע שטעלט צונויף די רשימה לויט דער אינפֿאָרמאַציע פֿונעם אַמעריקאַנער דעפּאַרטאַמענט פֿון אַגריקולטור, וואָס פּרוּווט אויס 48 מינים נישט־אָרגאַנישע פֿרוכטן און גרינסן.
2 לעפֿל מעל
2 לעפֿעלעך צעשניטענער פֿרישער אָרעגאַן
2 לעפֿל צעשניטענע פֿרישע פּעטרישקע
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
4 טילאַפּיע־פֿילעען
4 לעפֿל נישט־געזאַלצענע פּוטער
1/2 פֿונט (226 גראַם) דינע סטרוטשקעס
1 ציינדל קנאָבל, צעשניטן
1 טעפּל קאַרש-טאָמאַטן, צעשניטן אויף דער העלפֿט
זאַפֿט פֿון 1 לימענע
1/4 טעפּל וואַסער
עטלעכע צווײַגעלעך אָרעגאַן, צום גאַרנירן
עס זענען דאָ עטלעכע מעלות פֿון ניצן אַ מעטאַלענעם פֿילטער (געמאַכט פֿון שטאָל אָדער גאָלד) אין אײַער קאַווע־קאָכער: ערשטנס, איז עס בעסער פֿאַרן סבֿיבֿה־מצבֿ, ווײַל איר מאַכט אָן ווייניקער מיסט; און צווייטנס, קאָסט עס ווייניקער, ווײַל איר דאַרפֿט נישט קויפֿן כּסדר נײַע פֿילטערס.
די מעטאַלענע פֿילטערס האָבן אָבער אַ חסרון: זיי קאָנען באַדראָען אײַער געזונט, בפֿרט אויב איר לײַדט פֿון אַ הויכן כאָלעסטעראָל.
אין 1963, בעת מײַן ברודער ראָן האָט שטודירט אינעם אוניווערסיטעט פֿון ראָד־אײַלאַנד, האָט ער זיך פֿאַרליבט אין אַן אירלענדיש־קאַטויליש מיידל, אַן. איין מאָל, זיצנדיק אין קלאַס, האָט זי פּלוצלינג דורכן פֿענצטער דערזען מײַן טאַטן, וועלכער האָט געהאַט אויסגעפֿאָרשט וועלכע קלאַסן זי נעמט און אין וועלכער צײַט, כּדי זיך צו טרעפֿן מיט איר. ער האָט זי פֿאַרבעטן אויף אַ וועטשערע, און דערנאָך דערקלערט, אַז זײַן זונס לעבן וואָלט צעשטערט געוואָרן אויב ער האָט חתונה מיט אַ נישט־ייִדיש מיידל. ער האָט זי געבעטן נישט האָבן קיין שום קאָנטאַקט מיט ראָן אַ יאָר לאַנג, און איר צוגעזאָגט דערפֿאַר צו באַצאָלן אַלע אירע הוצאָות במשך פֿונעם יאָר. זי האָט נישט מסכּים געווען.
טײַערע חזנטע,
איר קענט מיר אָפּגעבן אַ מזל־טובֿ! נאָך אַ סך יאָרן פֿון זוכעניש, האָב איך געפֿונען מײַן באַשערטע, און די חופּה וועט מען שטעלן, מירטשעם, דעם זומער. מער גליקלעך קען איך נישט זײַן.
מײַן פֿראַגע צו דיר איז וואָס שייך משפּחה־בילדער. מײַן מאַמע האָט לעצטנס נאָך אַ מאָל חתונה געהאַט. דאָס איז איר דריטע חתונה און עס געפֿעלט מיר נישט די גאַנצע מעשׂה. דאַרף איך אַרײַננעמען איר מאַן אין די משפּחה־בילדער, אָדער קען איך אים אויסמײַדן. איך קען אים נישט אַזוי גוט און ער שפּילט נישט קיין וויכטיקע ראָלע אין מײַן לעבן, אָבער איך וויל אַרויסווײַזן דרך־ארץ.
חתן
יונגע לײַט איבערן לאַנד וועלן איצט קענען זיך אויסלערנען די מאכלים פֿון זייערע באָבעס און זיידעס, און זיך דערוויסן וועגן זייערע משפּחה־געשיכטעס דורך אַ ריי אינטערעסאַנטע פּראָיעקטן אויף דער אינטערנעץ.
Beyond Bubbie איז דער גרעסטער פֿון די פּראָיעקטן. אויף זײַן וועבזײַט שטייט, אַז דער פּראָיעקט איז „אַ קאָלעקטיוו קאָכבוך אויף דער אינטערנעץ, און אַן אָרט זיך צו טיילן מיט די געשיכטעס און זכרונות פֿאַרבונדן מיט די רעצעפּטן‟. יעדער לייענער קען צושטעלן אַ רעצעפּט באַגלייט מיט אַ פּאַסיקער משפּחה־מעשׂה. זינט דער גרינדונג פֿון דער וועבזײַט, האָבן זיך שוין באַטייליקט בערך 90 מענטשן. צווישן זיי: סײַ מענטשן וועלכע קאָכן כּמעט אין גאַנצן נישט; סײַ די אָנגעזעענע קעכין, דזאָון נייטען, וועלכע האָט צוגעגעבן איר שוויגערס רעצעפּט פֿון זאַמאָשטשער געפֿילטע פֿיש.
2 מצות
3 אייער
1 עפּל, צעמאָלן
2 לעפֿל צעמאָלענע מאַנדלען
אויב איר ווילט רעדוצירן דעם פּראָצענט פֿעטס פֿון אײַערע הינדל־רעצעפּטן, נעמט אַראָפּ די הויט איידער איר קאָכט עס. אין דעם ווײַטערדיקן רעצעפּט, וועט אײַך אַפֿילו נישט אויספֿעלן די הויט, ווײַל דער סאָוס איז זייער באַטעמט!
אויב איר האָט צרות מיט אַ קני, זאָלט איר אפֿשר נישט גיין אויף אַן אָפּעראַציע. אַ נײַע שטודיע ווײַזט, אַז פֿיזישע טעראַפּיע קאָן העלפֿן דער פּראָבלעמאַטישער קני פּונקט אַזוי גוט ווי כירורגיע — און עס קאָסט אַ סך ווייניקער.
טעראַפּיע נעמט אַמאָל אַ לאַנגע צײַט ביז מע זעט פּאָזיטיווע רעזולטאַטן, און דערפֿאַר האָבן אַ סך מענטשן ביז איצט פֿאַרלאָזט די טעראַפּיע און געגאַנגען אויף כירורגיע. אָבער די פּאַציענטן, וועלכע האָבן ווײַטער געמאַכט פֿיזישע טעראַפּיע, האָבן במשך פֿון 6 חדשים אָדער אַ יאָר געהאַט די זעלבע פּאָזיטיווע רעזולטאַטן, ווי די מענטשן וואָס מע האָט אויף זיי אָפּערירט.
מײַן משפּחה־געשיכטע איז תּמיד געווען אַ וויכטיקער טייל פֿון מײַן אידענטיטעט, איז מיר דערפֿאַר געווען זייער אינטערעסאַנט צו לייענען דעם ווײַטערדיקן אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ (New York Times), וווּ דער מחבר, ברוס פֿײַלער, גיט איבער פֿאַר וואָס ס׳איז פּסיכאָלאָגיש געזינטער, ווען אַ מענטש ווייסט פֿון וואַנען ער קומט. פֿײַלער איז דער מחבר פֿונעם בוך, Secrets of Happily Families.
מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט מײַן גאַנצע משפּחה זיך געטראָפֿן אויף איר יערלעכער פֿאַרזאַמלונג אין אויגוסט, אָבער די שטימונג איז געווען נישט קיין פֿויגלדיקע.
מײַנע עלטערן האָבן זיך געפֿילט קרענקלעך; מײַן פֿרוי און איך האָבן געהאַט שוועריקייטן בײַם קאָנטראָלירן אונדזערע קינדערלעך, און מײַן ייִנגערע שוועסטער האָט זיך געזאָרגט וועגן די פֿאַרשידענע פּראָבלעמען פֿון אַ 12־יאָריק מיידל הײַנט־צו־טאָג.
אַנשטאָט תּמיד אײַנצונעמען אַספּירין און אַנדערע מעדיקאַמענטן ווען איר פֿילט זיך נישט גוט, פּרוּווט אויס די ווײַטערדיקע היימישע רפֿואות:
בויכווייטיק: טרינקט אינגבער־טיי. עס וואַרעמט אָן דעם גוף און באַרויִקט דעם מאָגן. זײַט זיכער, אַז ס׳איז געמאַכט פֿון אמתן אינגבער. אָדער מאַכט אײַער אייגענע טיי: צעמאָלט 1/4 טעפּל פֿרישן אינגבער און מישט עס אויס מיט 2 טעפּלעך וואַסער. זידט עס פֿינף מינוט לאַנג. זיפּט אָפּ דעם אינגבער און טרינקט אויס דאָס וואַסער.