אויב איר זענט אַ פֿרוי, וועלכע אַרבעט בײַ נאַכט, איז אפֿשר געקומען די צײַט צו זוכן אַ בײַטאָגיקע שטעלע.
לויט אַ קאַנאַדער באַריכט, פּובליקירט מאָנטיק אינעם זשורנאַל Occupational and Environmental Medicine, איז די סכּנה פֿון באַקומען ברוסטראַק צוויי מאָל אַזוי גרויס בײַ יענע פֿרויען, וועלכע אַרבעטן שוין 30 יאָר אָדער מער אין די נאַכט־שעהען.
פֿריִערדיקע פֿאָרשונגען האָבן שוין אַנטדעקט אַ פֿאַרבינדונג צווישן נאַכט־אַרבעטאָרינס און ברוסטראַק בײַ יענע פֿרויען, וועלכע אַרבעטן ווי געזונט־פּראָפֿעסיאָנאַלן (קראַנקן־שוועסטער, דאָקטוירים, אאַז״וו), אָבער די איצטיקע שטודיע ווײַזט אַזאַ פֿאַרבינדונג אויך בײַ אַנדערע מינים אַרבעט.
די פֿאָרשער גיבן אָן עטלעכע מעגלעכע סיבות פֿאַר דער העכערער ריזיקע: 1) דאָס אַרבעטן אַזוי פֿיל יאָר בײַ נאַכט שטערט דעם נאַטירלעכן שלאָף־ריטעם; 2) נאַכטאַרבעט שוואַכט אָפּ דעם האָרמאָן מעלאַטאָנין, וואָס רעגולירט דעם שלאָף־און־וואַך ציקל, אָדער 3) צוליב דעם וואָס די פֿרויען שלאָפֿן בײַ טאָג, ווערט בײַ זיי אַ דוחק פֿון וויטאַמין D, וואָס מענטשן באַקומען נאַטירלעך דורך דער זון.
אינטערעסאַנט איז אָבער, אַז בײַ די פֿרויען, וועלכע האָבן געאַרבעט בײַ נאַכט ווייניקער ווי 30 יאָר, האָט מען נישט געפֿונען קיין העכערע ריזיקע פֿון ברוסט־ראַק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.