No Place Like Home

יונגערהייט חתונה געהאַט

Marrying Young

פֿון סימי ליכטמאַן (Forward)

  • Print
  • Share Share
סימי און דזשערעמי ליכטמאַן

מײַן מאַן דזשערעמי און איך האָבן ביידע געלייענט דעם אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ (//www.nytimes.com/2013/07/14/fashion/sex-on-campus-she-can-play-that-game-too.html?_r=1&) וועגן סטודענטקעס אינעם אוניווערסיטעט פֿון פּענסילווייניע, און זייער צוגאַנג צום חתונה האָבן און סעקסועלע באַציִונגען.

איין זאַץ פֿון דעם אַרטיקל האָט אונדז ביידן געשטערט. די מחברטע ציטירט אַ פֿרוי, אין שײַכות מיט פּאָרפֿעלקער, וועלכע האָבן חתונה געהאַט בײַ אַ יונגן עלטער. „איך הער תּמיד ווי מענטשן זאָגן: ׳אונדזער זיווג־לעבן איז זייער גוט, ווײַל מיר האָבן אַ געלעגנהייט זיך ווײַטער אויסצורײַפֿן צוזאַמען׳. דאָס קלינגט פֿאַר מיר שרעקלעך. איך וויל זיך נישט אויסרײַפֿן צוזאַמען מיט אַ צווייטן מענטשן. איך וויל גיכער, אַז ער זאָל זיך שוין האָבן אין גאַנצן אויסגערײַפֿט, איידער מיר טרעפֿן זיך, כּדי מיר זאָלן ביידע וויסן ווער מיר זענען, און קענען פֿירן אַ סטאַביל לעבן אין איינעם אין נחת און אין פֿריידן.‟

איך האָב נישט איין מאָל געהערט די זעלבע זאַך: דו באַקענסט זיך מיט אַ מאַן, פֿאַרליבסט זיך אין אים, איר האָט חתונה, און פֿון דעמאָלט אָן „וואַקסט‟ איר אין איינעם. אמת, עס קלינגט אַ ביסל שרעקעוודיק (וואָס וועט זײַן, למשל, אויב מיר צעוואַקסן זיך דווקא אין צוויי פֿאַרקערטע ריכטונגען?), האָט עס מיר נישט געקלונגען שרעקלעך. יאָ, אַ ביסל שרעקעוודיק, אָבער אויך אַ ביסל זיס.

וואָס מער איך טראַכט וועגן דעם, אַלץ מער האַלט איך, אַז איך וועל אין דער אמתן קיין מאָל נישט אויפֿהערן וואַקסן אָדער זיך ענדערן. אויב איך וואָלט געוואַרט ביז מײַן בחור וועט זיך אויסרײַפֿן, וואָלט איך מסתּמא געבליבן אַן אַלטע מויד.

זינט דזשערעמי און איך זענען געוואָרן מאַן־און־ווײַב, האָבן מיר ביידע שוין דערקענט געוויסע שינויים בײַ זיך אַליין און בײַם צווייטן. אַ טייל פֿון די ענדערונגען זענען פֿאָרגעקומען אָן שום פּראָבלעם ווי, למשל, אַ וואַקסנדיקע טענדענץ בײַ דזשערעמי צו מאַכן „מאַקאַבער‟ וויצן, אָדער מײַן וואַקסנדיקע נטיה צו פֿירן פֿילאָסאָפֿישע שמועסן. אַנדערע ענדערונגען האָבן געדויערט לענגער און אַרויסגערופֿן צוזאַמענשטויסן פֿון צײַט צו צײַט: למשל, דזשערעמיס וואַקסנדיקע אומבאַקוועמלעכקייט מיט מײַן שרײַבן עפֿנטלעך וועגן אונדזערע פּערזענלעכע ענינים, אָדער מײַן אייגענער פֿאַרשטאַנד, אַז אַ חילוקי־דעות מוז נישט דערפֿירן צו ממש אַ קריגערײַ. הגם מיר זענען מאַן־און־ווײַב בלויז אַ יאָר צײַט, האָבן מיר שוין אָנגעהויבן זיך ענדערן און וואַקסן צוזאַמען.

כאָטש דאָס חתונה האָבן יונגערהייט איז נישט פֿאַר אַלעמען, האָט עס אונדז זיכער צוגעהאָלפֿן, טאַקע דערפֿאַר ווײַל מיר זענען נאָך יונג און מער בייגעוודיק.

אויב מיר וואָלטן געוואַרט יאָרן לאַנג חתונה צו האָבן, וואָלטן מיר אפֿשר נישט געווען אַזוי וויליק אָדער פֿעיִק זיך צוצופּאַסן צו אַ צווייטן מענטשן. מיר וואָלטן דעמאָלט שוין אפֿשר געווען צו פֿיל צוגעבונדן צו אונדזער אייגענעם אופֿן פֿון טאָן זאַכן — אַ קלאָרער חסרון ווען מע האָט חתונה מיט עמעצן וואָס האָט זיך שוין אין גאַנצן אַנטוויקלט, אויב דאָס איז טאַקע מעגלעך.

און אפֿשר בין איך זיך טועה; אפֿשר הערן מענטשן אויף מיט דער צײַט זיך צו אַנטוויקלען, און קענען דערפֿאַר חתונה האָבן אָן שום זאָרג, אַז זײַן פֿרוי (אָדער איר מאַן) וועלן זיך בײַטן. אפֿשר זענען מענטשן יאָ בייגעוודיק, אַפֿילו אויב זיי האָבן חתונה אין די 30ער אַנשטאָט די 20ער. צוליב דעם וואָס מיר האָבן געשטעלט אַ חופּה יונגערהייט, וועלן מיר קיין מאָל נישט וויסן ווי ס׳וואָלט אויסגעזען, ווען מיר וואָלטן אַליין געוואַרט ביז יאָרן שפּעטער.