1 הייפּטל קנאָבל
1 לעפֿל איילבערט־בוימל
2/3 טעפּל געקאָכטע בעבלעך (אָדער פֿון אַ פּושקע)
3/4 טעפּל פּאַרעווע יויך
8 אונץ (226 גראַם) רויע פֿעטוטשיני־לאָקשן
2/3 טעפּל פֿרישע אָדער פֿאַרפֿרוירענע גרינע אַרבעס, צעטאָפּיעט
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער
הייצט אָן דעם אויוון ביז 375 גראַד. שנײַדט אָפּ אַ האַלבע צאָל (1.27 צענטימעטער) פֿונעם הייפּטל קנאָבל. באַשמירט עס מיטן בוימל און וויקלט עס אײַן אין זילבער־פּאַפּיר. בראָט עס אין אויוון 45־60 מינוט.
קוועטשט אַרויס די געבראָטענע קנאָבל־ציינדלעך פֿונעם שאָלעכץ און צעמאָלט זיי אין אַ שפּײַזמאַשין. גיט צו די בעבלעך און צעמאָלט עס ווײַטער. בעת ס׳לויפֿט די מאַשין, גיסט אַרײַן די יויך, ביז עס ווערט דערפֿון אַ קרעם־געפֿיל.
דערווײַל קאָכט אָפּ די פֿעטוטשיני־לאָקשן.
אין אַ מיטעלן טאָפּ, וואַרעמט אָן דאָס בעבל־געמיש. מישט אַרײַן די לאָקשן און גרינע אַרבעס. באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט עס, גיט עס אַרײַן אין אַ סערוויר־טעלער, און דערלאַנגט צום טיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.