דעם סאָוס מאַכט מען דווקא מיט רויע פּאָמידאָרן; גיט עס טאַקע צו אַ פֿרישן טעם פֿון אַ זומערדיקן גאָרטן.
2 ציינדלעך קנאָבל
3 פֿונט (1.3 קילאָ) פֿרישע פּאָמידאָרן
2 לעפֿל לימענע־זאַפֿט
זאַלץ, לויט אײַער געשמאַק
1 לעפֿעלע צוקער
1/2 לעפֿעלע רויטער פֿעפֿער
1 פֿונט (454 גראַם) דינע ספּאַגעטי־לאָקשן (angel-hair pasta)
1/2 טעפּל צעשניטענע באַזיליק־בלעטער
אָנגעריבענער פּאַמעזשאַנער קעז
1־2 לעפֿל איילבערט־בוימל
באַזאַלצט אַ ביסל די קנאָבל־ציינדלעך. צעהאַקט און צעקוועטשט זיי ביז עס ווערט דערפֿון אַ פּאַסטע.
צעהאַקט צוויי־דריטל פֿון די פּאָמידאָרן מיט אַ מעסער. די איבעריקע פּאָמידאָרן צעשנײַדט אויף דער העלפֿט, און רײַבט זיי אָן אויף די גרויסע לעכער פֿון אַ ריבאײַזן אין אַ גרויסער שיסל. שיט אַרײַן אין דער שיסל די מעסער־צעהאַקטע פּאָמידאָרן, קנאָבל־פּאַסטע, לימענע־זאַפֿט, זאַלץ, צוקער און פֿעפֿער. לאָזט דאָס געמיש שטיין, צום ווייניקסטן, 10 מינוט.
קאָכט אָפּ די לאָקשן אין געזאַלצענע וואַסער, אָן אַ דעקל, בערך 2 מינוט. גיסט אָפּ דאָס וואַסער און מישט צונויף מיטן פּאָמידאָרן־געמיש, באַזיליק־בלעטער, קעז און בוימל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.