נאָסטאַלגיע, וואָס איז טײַטש דאָס דערמאָנען זיך אין גליקלעכע מאָמענטן פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט, ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי אַ סימן פֿון בענקעניש און אַפֿילו דעפּרעסיע. דער טערמין שטאַמט טאַקע פֿון צוויי גריכישע ווערטער: „אַהיימפֿאָרן‟ און „ווייטיק‟.
אַ צאָל שטודיעס באַווײַזן אָבער, אַז נאָסטאַלגיע דינט דווקא ווי אַ מיטל קעגן עלנטקייט און אַנגסטן; אַז עס קען עמאָציאָנעל דערנענטערן אַ פּאָרפֿאָלק, און קאָן אַפֿילו פֿיזיש אָנוואַרעמען מענטשן אין אַ קאַלטן צימער.
אין אַ באַריכט וועגן נאָסטאַלגיע פֿון דזשאָן טיערני, געדרוקט לעצטנס אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, זאָגט ד״ר קאָנסטאַנטין סעדיקידעס, אַ פּיאָנער אין דעם געביט, אַז „נאָסטאַלגיע מאַכט מענטשן מער מענטשלעך.‟ די עמאָציע איז אַזוי טיף אײַנגעוואָרצלט, אַז אַפֿילו די קינדער פֿון זיבן יאָר דריקן אויס עלעמענטן דערפֿון, רעדנדיק מיט פֿרייד וועגן אַ געבוירן־טאָג שׂימחה אָדער משפּחה־וואַקאַציע פֿון לאַנג צוריק.
סעדיקידעס׳ מיטאַרבעטער, טים ווילדשוט, האָט באַטאָנט, אַז די שטריכן פֿון נאָסטאַלגיע זענען ענלעך בײַ אַלע קולטורן פֿון דער וועלט: מע דערמאָנט זיך וועגן אַלטע גוטע פֿרײַנד, קרובֿים, יום־טובֿים, חתונות, לידער, זונפֿאַרגאַנגען און אָזערעס. ס׳רובֿ מענטשן זאָגן, אַז זיי לעבן איבער נאָסטאַלגישע מאָמענטן כאָטש איין מאָל אַ וואָך, און כּמעט אַ העלפֿט פֿון זיי — דרײַ אָדער פֿיר מאָל אַ וואָך.
בײַ אָפֿט פֿאַלן וועט אַ נעגאַטיווע געשעעניש אָדער געפֿיל פֿון עלנטקייט אַרויסרופֿן פּאָזיטיווע דערמאָנונגען, אָבער דער רעזולטאַט איז, אַז מע פֿילט זיך בעסער.
אַן עפֿעקטיווער אופֿן אַרויסצורופֿן נאָסטאַלגיע איז דורך מוזיק. אין אַן עקספּערימענט אין האָלאַנד, האָט אַד פֿינגערהאָטס, פֿון טילבורג־אוניווערסיטעט, מיט זײַנע קאָלעגן, אַנטדעקט, אַז מענטשן וואָס הערן זיך צו צו אַלטע באַקאַנטע לידער דערפֿילן עלעמענטן פֿון נאָסטאַלגיע, און אויך אַ פֿיזישע וואַרעמקייט.
דעם זעלבן פֿענאָמען האָט מען שטודירט אין סאָן יאַט־סען אוניווערסיטעט אין דרום־כינע. אָבסערווירנדיק אַ גרופּע סטודענטן במשך פֿון אַ חודש, האָבן די פֿאָרשער באַמערקט, אַז געפֿילן פֿון נאָסטאַלגיע זענען געווען מער פֿאַרשפּרייט אין די קאַלטע טעג. זיי האָבן אויך אַנטדעקט, אַז מענטשן אין אַ קילן צימער (68 גראַד פֿאַרענהײַט) זענען געווען מער גענייגט צו ווערן נאָסטאַלגיש, איידער די מענטשן אין אַ וואַרעמען צימער.
עריקאַ העפּער, אַ פּסיכאָלאָג אינעם אוניווערסיטעט פֿון סאָרי, ענגלאַנד, זאָגט, אַז זי און אירע קאָלעגעס האָבן באַמערקט, אַז די מענטשן, וועלכע דריקן אויס די מערסטע נאָסטאַלגיע, זענען יונגע לײַט אין די צוואַנציקער, און עלטערע לײַט. „נאָסטאַלגיע העלפֿט אונדז בעת מיר מאַכן דורך אַן איבערגאַנג,‟ האָט ד״ר העפּער דערקלערט. „די יונגע דערוואַקסענע האָבן זיך נישט לאַנג צוריק אַרויסגעצויגן פֿון דער היים, אָדער אָנגעהויבן אַרבעטן, זוכן זיי אַ מנוחה דורך דערמאָנען זיך זכרונות וועגן די אַמאָליקע משפּחה־יום־טובֿים, באַליבטע שטוב־חיות און שול־חבֿרים.‟
הײַנט פֿירט מען דורך אַ ריי עקספּערימענטן וועגן דער ניצלעכקייט פֿון נאָסטאַלגיע בײַ מענטשן, וועלכע געפֿינען זיך אין שווערע באַדינגונגען. צווישן זיי: די אײַנוווינער פֿון מושבֿ־זקנימס; פֿרויען וואָס האָבן לעצטנס דוכגעמאַכט ראַק־כירורגיע, און אַרעסטאַנטן.
„די מעלה פֿון נאָסטאַלגיע איז, אַז קיינער קען עס בײַ דיר נישט צונעמען,‟ האָט סעדיקידעס געזאָגט. „ס׳איז אונדזער פּערזענלעכער אוצר.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.