No Place Like Home

5 זאַכן מיטצונעמען ווען איר פֿליט

5 Things to Bring On Every Flight

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

איר געדענקט נאָך מסתּמא די צײַטן, ווען יעדער פּאַסאַזשיר אויף אַן עראָפּלאַן פֿלעגט באַקומען אַ פּעקעלע ניס, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, און אויף יעדן זיץ־אָרט איז געלעגן אַ ווייכע קאָלדרע? די טעג זענען די לופֿטליניעס געוואָרן גאַנץ קאַרג בײַם אויסטיילן צובײַסן אָדער געטראַנקען צווישן די מאָלצײַטן, אָדער קאָלדרעס און קישנס פֿאַר יעדן פּאסאַזשיר. פֿאַר יעדער קלייניקייט באַצאָלט מען הײַנט.

Read more


שפּײַז פֿאַרן מוח

The Best Brain Food

אויב איר ווילט באַשיצן די קעמערלעך אין מוח, פֿאַרבעסערן דעם זכּרון, און אַפֿילו רעדוצירן די מעגלעכקייט פֿון קריגן „אַלצהײַמערס‟, נעמט אַרײַן די ווײַטערדיקע עסנס אין אײַער מעניו, גיבן איבער אַ ריי שטודיעס:

1) וועלשענע ניס, וואָס האָבן אַ הויכן פּראָצענט וויטאַמין E און וואָס קאָנען העלפֿן פֿאַרקלענערן די ריזיקע פֿון „אַלצהײַמערס‟;

2) אייער (די געלעכלעך און די ווײַסלעך) האָבן אַ הויכן פּראָצענט כאָלין, וואָס העלפֿט בײַם אויפֿהאַלטן אַ גוטן זכּרון און קאָמוניקאַציע צווישן די מוח־קעמערלעך;

Read more


וואָס געפֿינט זיך אינעם קאָמערציעלן שניצל?

What’s Really in Those Chicken Nuggets?

פֿון רויטערס

די קאָמיקער האָבן שוין פֿון לאַנג זיך געוויצלט, אַז די באַשטאַנדטיילן פֿון די chicken nuggets — דער קאָמערציעלע הינדל־פּראָדוקט, געמאַכט פֿון שטיקלעך בייליק, וואָס מע טינקט אײַן אין ברייזל און פּרעגלט אין בוימל — זענען אַזוי נישט־אַפּעטיטלעך, אַז ס׳איז מסתּמא בעסער נישט צו וויסן וואָס ס׳איז אינעווייניק.

לעצטנס האָבן עטלעכע פֿאָרשער אין מיסיסיפּי זיך אָבער דערוווּסט דעם אמת: בײַ צוויי „נאָגעטס‟ וואָס זיי האָבן בודק געווען דורך אַ מיקראָסקאָפּ, איז בלויז 50% דערפֿון באַשטאַנען פֿון בייליק אָדער טונקלן הינדל־פֿלייש. בײַם ערשטן „נאָגעט‟ איז אַ העלפֿט באַשטאַנען פֿון מוסקל־געוועב, און דאָס איבעריקע — אַ געמיש פֿון פֿעטס, ווייכביין און שטיקלעך ביין.

Read more


לינדזן־זופּ מיט קוסע

Lentil Soup with Butternut Squash

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

רויטע לינדזן זענען אַן אויסגעצייכנטער קוואַל פֿון פּראָטעיִן און פֿיברע; די זופּ פּאָרט זיי צונויף מיט קוסע, און שאַפֿט דערבײַ אַ וווּנדערלעכן טעם.

2־4 לעפֿל איילבערט־בוימל

2 ציבעלעס, צעשניטן

1 סעלעריע, צעשניטן

Read more


גײַסטיקע מנוחה פֿאַר עלטערע ייִדן

Helping the Elderly Lead Meaningful Jewish Lives

פֿון ייִט״אַ

באָסטאָן. — „די אָבֿות פֿון ישׂראל זענען ווי די פֿליגל פֿון אַ פֿייגעלע: פּונקט ווי אַ פֿייגעלע קען נישט פֿליִען אָן פֿליגל, אַזוי קאָן ישׂראל גאָרנישט טאָן אָן אירע זקנים‟ (ויקרא רבא 11.8, מדרש אויף ויקרא 9:1).

דאָס לעצטע מאָל, וואָס איך האָב אַרײַנגעקוקט אין דער תּורה האָב איך נישט געזען, צווישן די 613 מיצוות, קיין מיצווה צו פֿאַרבן די האָר, כּדי גובֿר צו זײַן די עפֿעקטן פֿון דער עלטער. הלוואי וואָלטן די ייִדן געגעבן צדקה און געהיט שבת מיט אַזאַ חשק, ווי זיי באַהאַלטן זייערע גראָע האָר!

Read more


זאָרג וועגן זייגן פֿאַרשפּרייט בײַ נײַע מאַמעס

Breastfeeding Concerns Common Among New Mothers

פֿון Reuters

במשך פֿון די ערשטע צוויי חדשים פֿון אַ נײַ־געבוירן קינד, זאָרגן זיך ס׳רובֿ מאַמעס וועגן זייגן, און ווי אַ פּועל־יוצא פֿאַרבײַטן אַ סך פֿון זיי דאָס נאַטירלעכע מילעך אויף מילכפֿאָרמל, גיט איבער אַ נײַע שטודיע.

92% פֿון די מאַמעס, וואָס מע האָט אויסגעפֿרעגט, ווען זייערע עופֿעלעך זענען געווען דרײַ טעג אַלט, האָבן אויסגעדריקט זאָרג וועגן געבן די ברוסט — למשל, אַז זיי גיבן אפֿשר נישט גענוג מילעך דעם קינד, אָדער אַז דאָס קינד נאָגט נישט ווי געהעריק.

Read more


מאַכן געניטונגען אַליין איז זיי ליבער

Americans Exercise Alone

פֿון REUTERS

די מאָדע האַלט זיך אין איין בײַטן, ווען עס קומט צו מאַכן פֿיזישע געניטונגען. פֿריִער זענען די אַעראָבישע געניטונגען און די געוויכט־מאַשינען געווען צום מערסטן פּאָפּולער; הײַנט איז עס „פּילאַטעס‟ (Pilates). מאָרגן קאָן עס זײַן עפּעס אַנדערשס.

אָבער לויט אַ נײַער אַנקעטע, דורכגעפֿירט פֿון דער זייגער־פֿירמע „טײַמעקס‟, האָבן די אַמעריקאַנער צום בעסטן ליב צו מאַכן געניטונגען, וואָס זענען פּשוט, דויערן ווייניק צײַט און וואָס זיי קאָנען טאָן אַליין.

Read more


אַ יונגע יתומה

A Young Orphan

פֿון סימי ליכטמאַן (Forward)

צוויי מאָל אין דעם איצטיקן חודש זאָגט מען יזכּור: איין מאָל יום־כּיפּור און איין מאָל — שמיני־עצרת. בײַ מיר איז דאָס אַ ספּעציעלער ווייטיק, ווײַל מײַן טאַטנס יאָרצײַט פֿאַלט אויס פּונקט צווישן ראש־השנה און יום־כּיפּור.

דער טאַטע איז נפֿטר געוואָרן, ווען איך בין געווען בלויז דרײַ יאָר אַלט. כ׳האָב אים קוים געקענט, אָבער פֿאָרט בין איך געווען גענוג גרויס אָנצוהאַלטן געוויסע זכרונות פֿון אים. כ׳זע, ווי ער שטייט אין זײַן שלאָפֿצימער און לייגט צונויף זײַן טלית; כ׳געדענק, ווי ער פֿלעגט אונדז, קינדער, דערמאָנען צו קײַען מיט אַ צוגעמאַכט מויל, און ווי ער פֿלעגט צוזאַמען מיט אונדז האָדעווען די קאַטשקעס, וואָס האָבן זיך אַרומגעדרייט לעבן אונדזער הויז.

Read more


עסקאַראָל־בלעטער מיט קנאָבל

Escarole With Garlic

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

דאָקטוירים זאָגן שוין פֿון לאַנג, אַז דאָס עסן גרינע שאַלאַטן יעדן טאָג גיט צו אַ שטיק געזונט. הײַנט קען מען אין די שפּײַזקראָמען געפֿינען אָן אַ שיעור מינים בלעטער: ראָמאַנישע, שפּינאַט, רוקאָלאַ (arugula) .און אַנדערע

אין דעם רעצעפּט ניצן מיר עסקאַראָל, אַ בלעטער־גרינס פֿון דער ענדיוון־משפּחה, וואָס האָט אַ הויכן פּראָצענט וויטאַמינען K ,A, פֿאָלאַטע און פֿיברע. ס׳איז אַ ביסל ווייניקער ביטער ווי רוקאָלאַ. פּונקט אַזוי ווי אַנדערע בלעטער, קען מען עס נישט בלויז פּרעגלען, ווי אינעם ווײַטערדיקן רעצעפּט, אָבער אויך צעבראָכן אין זופּ, אָדער עסן רויערהייט ווי טייל פֿון אַ סאַלאַט מיט פּאָמידאָרן, אוגערקעס און ציבעלע.

Read more


געוויסע פֿרוכטן זענען בעסער ווי אַנדערע

Some Fruits Are Better Than Others

דאָס עסן פֿרוכטן איז געזונט, אָבער אַ נײַע שטודיע ווײַזט אָן, אַז געוויסע פּירות זענען געזינטער ווי אַנדערע, און אַז פֿרוכטזאַפֿט איז נישט קיין געראָטענער במקום, האָט די „ניו־יאָרק טײַמס‟ געמאָלדן.

די וויסנשאַפֿטלער האָבן באַמערקט, אַז ווען מענטשן האָבן געגעסן אַ דיעטע, וואָס נעמט אַרײַן כּלערליי מינים פֿרוכטן (אָבער נישט צו פֿיל מיט אַ מאָל), פֿאַלט ממשותדיק די סכּנה פֿון באַקומען דעם דיאַבעט (צוקער־קרענק) פֿון צווייטן טיפּ. זענען זיי געקומען צו דער השערה, אַז אפֿשר האָבן געוויסע אויפּסן אַ גרעסערע השפּעה אויפֿן געזונט ווי אַנדערע.

Read more


פּריקרע מאָמענטן

Facing Uncomfortable Moments

פֿון שאַנעל דובאָווסקי (Forward)

מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט מײַן חבֿרטעס משפּחה מיך פֿאַרבעטן אויף אַ יום־טובֿדיקן מאָלצײַט. אַלץ איז געגאַנגען גלאַטיק, ביז איר טאַטע האָט מיך געפֿרעגט: „נו, וווּ פֿאַרברענגט דײַן משפּחה דעם יום־טובֿ?‟ ווי תּמיד, ווען מע פֿרעגט מיך אַזאַ פֿראַגע, האָב איך דערפֿילט אַ שטאָך אין מאָגן.

„ס׳איז קאָמפּליצירט,‟ האָט מײַן חבֿרטע גיך געענטפֿערט, און דער טאַטע האָט געביטן די טעמע.

Read more


אַוואָקאַדאָ מיט פֿעפֿערלעך

Avocado With Bell Peppers

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

1 צײַטיקער אַוואָקאַדאָ

1 לעפֿעלע איילבערט־בוימל

זאַפֿט פֿון אַ האַלבער גרינער לימענע

1 ציינדל קנאָבל, צעהאַקט

אַ ביסל רויטער פֿעפֿער־פּראָשיק

זאַלץ (לויט אײַער געשמאַק)

1/2 געלער זיסער פֿעפֿער

6 קאַרשן־טאָמאַטן

1 גרינע ציבעלע, צעשניטן אויף דינע שטיקלעך

1 לעפֿל צעשניטענע פּעטרישקע אָדער פֿעלד־גליאַנדער (cilantro leaves)

Read more


האָלובצעס פֿון כּל־המינים

All Kinds of Stuffed Cabbage

פֿון חווה ליבער (ייִט״אַ)

אַ סך ייִדן עסן האָלובצעס שמיני־עצרת און שׂמחת־תּורה, אָבער דער אופֿן ווי אַזוי מע מאַכט זיי געווענט זיך אינעם אָרט פֿון וואַנען די באָבע שטאַמט.

אינעם 16טן יאָרהונדערט, האָבן די ייִדן אין רוסלאַנד און פּוילן זיך דערוווּסט וועגן געוויקלט קרויט פֿון די טערקן, וואָס האָבן דעמאָלט געהערשט אינעם ראַיאָן. די ייִדן האָבן עס אָנגעהויבן מאַכן מיט כּשר פֿלייש, און אַ נאָמען געגעבן „האָלובצעס‟ ווײַל די אײַנגעוויקלטע בלעטער קרויט האָבן אויסגעזען ווי טײַבעלעך („האָלוב‟ איז אַ טײַבעלע אויף אוקראַיִניש).

די ייִדן, וועלכע האָבן געוווינט אין די דרומדיקע לענדער פֿון אייראָפּע, ווי אונגאַרן און די באַלטישע לענדער, האָבן עס געלערנט פֿון זייערע טערקישע שכנים אונטער דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע. דאָרט האָט מען עס אָבער נישט געמאַכט מיט קרויט, נאָר מיט טרויבן־בלעטער.

Read more


שטאַמלען שאַט ניט אַ קינדס אַנטוויקלונג

Stuttering Not Tied to Development

פֿון REUTERS

אַ נײַע שטודיע פֿון אויסטראַליע גיט איבער, אַז מער ווי 10% קינדער אונטער פֿיר יאָר שטאַמלען, פֿון דעסטוועגן, באַקומען זיי די זעלבע הויכע צייכנס, אָדער אַפֿילו העכערע, ווי אַנדערע קינדער, אין פֿאַרשידענע טעסטן, וואָס מעסטן שפּראַך־פֿעיִקייט, טראַכט־געניטשאַפֿט און טעמפּעראַמענט.

„שטאַמלען איז גאַנץ פֿאַרשפּרייט בײַ קינדער, אָבער עלטערן מעגן זײַן רויִק, אַז ס׳איז נישטאָ קיין שום פֿאַרבינדונג צווישן שטאַמלען און שפּעטערדיקע לערן־פּראָבלעמען,‟ האָט דערקלערט שינאַ רײַלי, די הויפּט־מחברטע פֿון דער שטודיע, דורכגעפֿירט פֿונעם „מורדאַק אינסטיטוט פֿון קינדער־פֿאָרשונג‟.

Read more


צו מײַנע אָדער זײַנע עלטערן?

To My Parents, or His?

פֿון סימי ליכטמאַן (Forward)

CLAUDIO PAPAPIETRO
סימי און דזשערעמי פּרוּוון באַזוכן בײדע משפּחות גלײַך

כּמעט יעדע וואָך דאַרפֿן די ערשט־חתונה־געהאַטע פֿרומע פּאָרפֿעלקער, באַשליסן, צי זיי זאָלן פֿאַרברענגען שבת בײַ אירע עלטערן, צי בײַ זײַנע. דײַנע אייגענע טאַטע־מאַמע, וועלכע האָבן דיך דערצויגן במשך פֿון בערך אַכצן יאָר, האָבן שוין, אַ פּנים, פֿאַרגעסן וויפֿל דו פֿלעגסט זיי גיין אויף די נערוון, און לעכצן איצט נאָך דײַן וויזיט — צי אויף שבת, יום־טובֿ, צי אַפֿילו אין אַ מיטוואָך אויף אַ וועטשערע. דערפֿאַר דאַרפֿן מײַן מאַן, דזשערעמי, און איך שפּילן אַ כּסדרדיקע שפּיל פֿון ראַטירנדיקע שבתים: עטלעכע מאָל בײַ זיך אין דער היים; איין מאָל בײַ מײַנע טאַטע־מאַמע און איין מאָל בײַ מײַן שווער־און־שוויגער.

Read more


שאַ!

Shhh!

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

ווען מײַנע זין פֿלעגן זיך לערנען אין מיטלשול, פֿלעגן זיי אָפֿט שפּילן מוזיק — און דווקא גאַנץ הויכע מוזיק — בעת זיי האָבן געמאַכט זייער היימאַרבעט. „ווי קענט איר זיך קאָנצענטרירן?‟ פֿלעג איך זיי פֿרעגן. האָבן זיי מיר געענטפֿערט, אַז ווען זיי הערן מוזיק אין הינטערגרונט, איז זיי גרינגער זיך קאָנצענטרירן אויף דער אַרבעט, איידער ווען ס׳איז צו שטיל.

מע זאָגט, אַגבֿ, אַז קינדער וועלכע לײַדן פֿון ADHD (היפּעראַקטיווקייט־סינדראָם), קענען זיך אויך בעסער קאָנצענטרירן, ווען זיי ווערן סטימולירט דורך עטלעכע זאַכן אין דער זעלבער צײַט, און דערפֿאַר איז זיי גרינגער צו טראַכטן, ווען זיי הערן מוזיק.

Read more


מאַכן געניטונגען אויף דער זון

Training in the Heat

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

במשך פֿון די קומעדיקע פּאָר וואָכן וועלן די יונגע לײַט אָנהייבן זיך צוגרייטן צו די ספּאָרטמאַטשן פֿונעם נײַעם שול־יאָר. דאַרפֿן זיי טאַקע וויסן, ווי אַזוי אויסצומײַדן די קראַנקייטן, פֿאַרבונדן מיט דער דרויסנדיקער היץ.

”אַ סך פֿון די קינדער האָבן בעת דער ערשטער העלפֿט פֿונעם זומער געקוקט טעלעוויזיע אָדער געשפּילט אין ווידעאָ־שפּילן אין לופֿט־געקילטע שטיבער,“ האָט באַמערקט ד״ר דוד לינטנער, אַן אָרטאָפּעדישער כירורג און הויפּט פֿונעם ”היוסטאָן מעטאָדיסטישן צענטער פֿון ספּאָרט־מעדיצין“.

Read more


הויכער בלוטצוקער און דער מוח

High Blood Sugar and the Brain

פֿון Reuters

בײַ די עלטערע לײַט, וועלכע האָבן אַ הויכן בלוטצוקער, אַפֿילו אויב זיי זענען נאָך נישט באַצייכנט ווי דיאַבעטיקער, איז דאָ אַ ריזיקע פֿון אַנטוויקלען סימפּטאָמען פֿון עובֿר־בטלדיקייט, גיט איבער אַ נײַע שטודיע פֿון 2,000 וואָלונטירן.

די פֿאָרשונג, וואָס איז געדרוקט געוואָרן אינעם „ניו־ענגלאַנד זשורנאַל פֿון מעדיצין‟, גיט אָנצוהערן, אַז אַ הויכער פּראָצענט גלוקאָז אינעם בלוט קאָן שאַטן דעם מוח פֿון אַן עלטערן מענטשן, האָט באַמערקט ד״ר פּאָול קריין, אַ פּראָפֿעסאָר אינעם אוניווערסיטעט פֿון וואַשינגטאָן און דער הויפּט־מחבר פֿון דער שטודיע.

Read more


פֿערישקע־טאָרט מיט מאַנדלען

Peach-Almond Cake

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

שפּריצבוימל
4 פֿערישקעס
8 לעפֿל פּוטער
1/2־1 טעפּלעך צוקער
1 לעפֿל וואַסער
1/2־1 טעפּלעך מעל
1/2 טעפּל מאַנדלען
2 לעפֿעלעך באַקפּראָשיק
2 גרויסע אייער
1/2 לעפֿעלע וואַניל
1/4 לעפֿעלע מאַנדלען־עקסטראַקט
3/4 טעפּל מילעך
וואַניל־אײַזקרעם

Read more


רוסישער קאַרטאָפֿל־סאַלאַט

Russian Potato Salad

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

דאָס פֿילפֿאַרביקע בײַגעריכט פּאַסט פֿאַר אַ זומערדיקן אָוונט.