די אַמעריקאַנער גיבן אויס בערך 5 ביליאָן דאָלאַר אַ יאָר אויף רעפּעטיטאָרן. אויב איר האָט בדעה אָנצושטעלן אַ רעפּעטיטאָר פֿאַר אײַער קינד, פֿאָלגט די עצות, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז אײַער געלט גייט נישט לאיבוד:
1) דער ציל בײַם אָנשטעלן אַ פּריוואַטן לערער איז צו העכערן די צייכנס פֿון אײַער קינד אין שול. אויב איר דערוויסט זיך, אַז די תּלמידים פֿון אײַער רעפּעטיטאָר לערנען זיך בײַ אים שוין יאָרן לאַנג, איז עס נישט קיין גוטער סימן.
2) ווען איר טרעפֿט זיך מיטן רעפּעטיטאָר צום ערשטן מאָל, זאָל אײַער קינד זיצן דערבײַ. אויב דער לערער רעדט בלויז צו אײַך, און נישט צום קינד, איז מסתּמא בעסער צו זוכן אַ צווייטן.
3) שטעלט נישט אָן קיין רעפּעטיטאָר, וועלכער אַרבעט אין אײַער קינדס שול. ער וועט געוויס גיין צו זײַן לערער און בעטן אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם קינד, וואָס וועט במילא באַווירקן זײַן ערשטן אײַנדרוק. ס׳איז בעסער, אַז ער זאָל זיך באַקענען מיטן קינד אָן פֿאָראורטיילן.
4) ס׳רובֿ תּלמידים גיבן אָפּ אַ סך ווייניקער צײַט פֿאַר זייער היימאַרבעט, ווי זיי זאָגן. אָפֿט מאָל איז די שעה מיטן רעפּעטיטאָר דער איינציקער פֿאַל, וואָס דאָס קינד האָט אַפֿילו אָנגעקוקט די אַרבעט. אויב איר ווילט נישט אומזיסט פּטרן אײַער געלט, זעט, אַז דאָס קינד זאָל אַרבעטן אויפֿן מאַטעריאַל יעדן טאָג, אָדער כּמעט יעדן טאָג.
5) קינדער קומען געוויינטלעך צום רעפּעטיטאָר נאָך אַ לאַנגן טאָג אין שול. איידער איר ברענגט דאָס קינד צו אים, זעט, עס זאָל אַ ביסל זיך אויסשפּאַנען.
6) אַ רעפּעטיטאָר קאָן פֿאַרבעסערן די פֿעיִקייטן פֿון אײַער קינד, אויב ער קאָנצענטרירט זיך אויף בלויז איין לימוד — למשל, מאַטעמאַטיק. אויב אײַער קינד דאַרף אָבער הילף אין אַ סך לימודים, זאָלט איר, צו ערשט, עס שיקן אויף טעסטן מיט אַ לערן־ספּעציאַליסט, צו דערגיין, צי עס לײַדט אפֿשר פֿון לערן־ אָדער שפּראַך־פּראָבלעמען.
7) אַ גוטער רעפּעטיטאָר וועט נישט גלײַך ווײַזן דעם תּלמיד אַלע זײַנע גרײַזן, נאָר וועט שטעלן געוויסע פֿראַגעס, כּדי דער תּלמיד זאָל אַליין דערקענען די טעותן. בעת אַ געראָטענער סעסיע מיט אַ רעפּעטיטאָר, רעדט דער תּלמיד פּונקט אַזוי פֿיל ווי דער רעפּעטיטאָר — אויב נישט נאָך מער.
8) אויב אײַער קינד איז ייִנגער פֿון פֿינף יאָר, דאַרף ער נישט קיין רעפּעטיטאָר.
9) אַ סך עלטערן ווילן דאָס נישט הערן, אָבער ס׳איז מעגלעך, אַז אײַער קינד וועט קיין מאָל נישט באַקומען די העכסטע צייכנס אין שול, און דאָס איז אויך גוט.
10) אויב דער רעפּעטיטאָר ווײַזט אײַך, אַז די צייכנס אויף די עקזאַמענס זענען העכער געוואָרן, פֿאַרלאָזט זיך נישט בלויז אויף דעם. רעדט מיטן קינדס לערער אין שול, און זעט, צי דער לערער האָט אויך באַמערקט אַ פֿאַרבעסערונג אין זײַן לערנען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.