טײַערע בינטל־בליצבריווניצע,
איך קען זיך ניט באַגיין אָן פֿייסבוך אָדער אָן מײַן מאָבילקע, און עס זעט מיר אויס אַ ביסל ווילד. וואָס זאָל איך טאָן? פֿון איין זײַט ווייס איך אַז ס’איז דאָ אַ מאָדע איצט צו באַשולדיקן די טעכנאָלאָגיע אין אַלץ וואָס איז קאַליע געוואָרן אין דער געזעלשאַפֿט, און ס’איז זיכער אַז דער דאָזיקער געדאַנק האָט אַ ווירקונג אויף מיר, און אַז איך קוק מיט חשד אויף מײַנע עלעקטראָנישע מכשירים צוליב דעם.
אָבער פֿון דער צווייטער זײַט, פֿיל איך אַז די צײַט וואָס איך פֿאַרברענג אין ניצן די אינטערנעץ פֿאַרשאַפֿט מיר לײַדן און זונדערט מיך אָפּ פֿון דער דרויסנדיקער וועלט. איך האָב אויסגעפּרוּווט אַן אַפּליקאַציע וואָס באַגרענעצט די צײַט וואָס איך קען פֿאַרברענגען אויף דער אינטערנעץ, אָבער לסוף לעש איך די אַפּליקאַציע פּשוט אויס ווען זי פּרוּווט מיר פֿאַרשטעלן דעם וועג. וואָס איז אײַער עצה?
אַ דאַנק,
וואָס קען איך אײַך זאָגן? נאָך אַ מילעניאַל
טײַערער מילעניאַל,
זאָרגט זיך ניט! איך בין אויך אַ מילעניאַלקע.
איך טראַכט וועגן דעם אַ סך ווײַל איך האָב פֿאַרבראַכט יאָרן אַרומגערינגלט מיט מענטשן וואָס מיינען אַז טעכנאָלאָגיע איז שלעכט פֿאַרן מענטשלעכן אָרגאַניזם, און איך אַליין פֿלעג זײַן זייער אָפּגעהיט אין מײַן באַניץ פֿון דער אינטערנעץ. אָבער מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָב איך זיך אונטערגעגעבן דער כוואַליע, און איך מוז זיך מודה זײַן אַז איך פֿאַרברענג איצט גרויסע טיילן פֿון יעדן טאָג אויף דער אינטערנעץ.
דאַכט זיך מיר אַז ווען מען רעדט וועגן אַדיקציע דאַרף מען אַלע מאָל טראַכטן וועגן די באַדערפֿענישן וואָס די אַקטיוויטעט אָדער די סובסטאַנץ פֿאַרזאָרגט. פֿאַר מיר איז די אינטערנעץ זייער וויכטיק צוליב געזעלשאַפֿטלעכע און פּראָפֿעסיאָנעלע סיבות. אַ דאַנק איר קען איך בלײַבן אין נאָענטער פֿאַרבינדונג מיט מײַנע חבֿרים, איך קען זיך באַקענען מיט נײַע מענטשן און קאָלעגעס, איך דערהײַנטיק מײַן וויסן וועגן מײַן פּראָפֿעסיאָנעלער וועלט, און איך שטויס זיך אָן אויף נײַע פּראָפֿעסיאָנעלע געלעגנהייטן. דאָס איז אַלץ טאַקע וויכטיק. די אינטערנעץ קען אויך דינען ווי אַ קוואַל פֿון פֿאַרווײַלונג, וואָס קען אַ מאָל זײַן פּאָזיטיוו.
מע קען אויך אויסרעכענען די שלעכטע ווירקונגען: ווען מע טיילט זיך מיט פּערזענלעכע זאַכן קען מען זיך אַ מאָל פֿילן אַנטבלויזט פֿאַר דער וועלט; און ווען אַנדערע מענטשן ענטפֿערן ניט גלײַך אויף אַ פֿראַגע אָדער קאָמענטאַר, הייבט מען אָן זיך זאָרגן צו פֿיל. און פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס פֿאַרברענגען צו פֿיל צײַט אויף דער אינטערנעץ קען אויך זײַן פּשוט אַ בולטער בײַשפּיל פֿון ביטול־זמן.
אויב איר שרײַבט מיר מיט אַזאַ פֿראַגע, איז אַ סימן אַז פֿאַר אײַך איז די רשימה חסרונות לענגער אָדער וואָגיקער ווי די רשימה מעלות. אָבער ווי איר האָט שוין געזען, איז דאָס פּרוּוון זיך פּשוט אײַנהאַלטן פֿון פֿאַרברענגען צו פֿיל צײַט אויף דער אינטערנעץ געוויינטלעך נישט גענוג. מע גייט צוריק אויטאָמאַטיש צו דער שלעכטער געוווינהייט ווײַל פֿון איר קריגט מען עפּעס וואָס מע דאַרף, און וואָס מע קריגט ניט אין ערגעץ אַנדערש.
כאָטש עס קלינגט ווי עס וואָלט געווען קעגן דעם שׂכל איז די בעסטע זאַך ווען מע וויל זיך אָפּגעוויינען פֿון אַ שלעכטער געוווינהייט, דווקא אויסצורעכענען די מעלות פֿון דער דאָזיקער געוווינהייט. אויב איר וועט זיך אָפּגעבן אַ דין־וחשבון פֿון אַלץ וואָס איר באַקומט פֿון דער אינטערנעץ, וועט דאָס אײַך דערמעגלעכן אויסצוזוכן די זעלביקע אוצרות ערגעץ אַנדערש — כאָטש אַ טייל פֿון דער צײַט. און ווען איר וועט באַמערקן אַז איר פֿאַרברענגט ווידער צו פֿיל צײַט אויף דער אינטערנעץ און אַז די ווירקונג איז ניט קיין געוווּנטשענע, וועט איר קענען זיך ווענדן צו אַן אַנדער קוואַל פֿון פֿאַרבינדונג, פֿאַרווײַלונג און פֿאַרגעניגן. און דאָס וועט זײַן אַ סך עפֿעקטיווער ווי דאָס פּרוּוון פּשוט אַוועקגיין אַן אומבאַהאָלפֿענער פֿון אַ זאַך וואָס ציט אײַך זייער שטאַרק.
זאָל זײַן מיט מזל! און פֿאַרגעסט נישט אַז ס’איז ניט אַזאַ גרויסע עבֿירה צו געניסן פֿון מאָל צו מאָל פֿון נאַרישקייטן.
די בינטל־בליצבריווניצע
טײַערע בינטל־בליצבריווניצע,
איך בין אַ חתונה־געהאַטע מיט אַ יונג קינד. אַן ערך 3 פּראָצענט פֿון דער צײַט פֿירט זיך מײַן מאַן אויף ווי אַ רשע (ד”ה, ער פֿירט זיך אויף אויף אַן אופֿן וואָס מע קען באמת ניט פֿאַרטיידיקן דורך קיין שום תּירוצים). די אַנדערע 97 פּראָצענט איז ער אַ וווילער. איך וויל זיך גטן, אָבער צי וואָלט דאָס געווען משוגע? וואָס מיינט איר?
אַ דאַנק, אַ פֿאַרצווייפֿלט ווײַב
טײַערע פֿאַרצווייפֿלטע,
עס ווענדט זיך אַ ביסל אין וואָס גענוי ער טוט אין די שלעכטע מאָמענטן און וואָס פֿאַר אַ אַנדערע מעגלעכקייטן איר האָט. אויב איר וועט זיך גטן, וואָס וועט זײַן מיטן קינד, למשל? צי וועט עס מוזן זײַן אַליין מיט אים אָפֿטער און צי וואָלט דאָס עווענטועל געקענט זײַן געפֿערלעך פֿאַרן קינד? אויב איר וועט זיך גטן, צי וועט איר באַווײַזן צו פֿאַרדינען אויף צו לעבן? און אַנדערע אַזעלכע פּראַקטישע פֿראַגעס.
אָבער ניט וויסנדיק די דאָזיקע פּרטים וואָלט איך געזאָגט אַז ס’איז ניט „משוגע‟ צו וועלן זיך גטן. עס איז ניט אומגעוויינטלעך אַז אַ מענטש וואָס באַעוולט אַ לעבנס־שותּף זאָל זײַן זייער פֿרײַנדלעך אין די מאָמענטן ווען ער האַלט ניט אַקטיוו אין באַעוולען — דאָס איז אין דער אמתן זייער פֿאַרשפּרייט און ס’איז איינע פֿון די סיבות פֿאַר וואָס אַ סך מענטשן בלײַבן אין שלעכטע באַציִונגען — דווקא ווײַל אין אַנדערע מאָמענטן קען דער מענטש זײַן זייער ווויל און זיס.
דאָס וואָס ער איז אַזאַ „גוטער‟ אין געוויסע מאָמענטן באַרעכטיקט אָבער נישט זײַן פֿירעכץ אין די שלעכטע מאָמענטן, און איר דאַרפֿט ניט פֿילן אַז איר „קומט‟ אים אַ בשותּפֿותדיקע צוקונפֿט צוליב דעם וואָס ער „שענקט‟ אײַך דאָ און דאָרטן אַ ביסל פֿרײַנדלעכקייט. די דאָזיקע מחשבֿה איז פֿאַר זיך אַ סימן אַז די באַציִונג האָט שוין פֿאַרדרײט אײַערע דערוואַרטונגען אויף אַ שעדלעכן אופֿן, ווײַל אין אַ געזונטער באַציִונג האָט מען ניט קיין געפֿיל אַז פֿאַר שיינע מאָמענטן דאַרף מען אַלע מאָל „באַצאָלן‟ שפּעטער.
איר האָט מיך ניט געפֿרעגט אויב ס’איז כּדאַי צו גטן זיך. איר האָט מיך געפֿרעגט צי ס’איז משוגע אַז איר ווילט זיך גטן. דאָס איז אַ סימן אַז איר ווייסט שוין וואָס איר ווילט, און ס’איז מסתּמא דאָ אַ גוטע סיבה דערפֿאַר. האָט צוטרוי צו זיך אַליין און צו די אייגענע אינסטינקטן. אויב מעגלעך, קאָנצענטרירט זיך אויף דער פֿראַגע, ווי אַזוי זיך צו באַפֿרײַען פֿון דער באַציִונג אויף אַן אופֿן וואָס וועט דערמעגלעכן אַ זיכער, געזונט לעבן פֿאַר אײַך און פֿאַרן קינד. פֿאַרלירט ניט קיין כּוח אָדער צײַט אין ספֿקות וועגן דעם צי דאָס גטן זיך איז „באַרעכטיקט‟. קיין דרויסנדיקער מענטש האָט סײַ ווי ניט קיין רעכט דאָס צו פּסקענען, איז זאָרגט זיך ניט וועגן דעם וואָס אַנדערע וועלן טראַכטן.
זאָל זײַן מיט מזל. איך מיין אַז איר וועט זיך פֿילן אַ סך בעסער ווען איר וועט שוין מער ניט דאַרפֿן דורכלעבן די שלעכטע 3 פּראָצענט, אַפֿילו אויב די אַנדערע 97 פּראָצענט פֿון דײַנע מאָמענטן וועלן זײַן אַ ביסל עלנטער ווי פֿריִער.
אײַער,
בינטל־בליצבריווניצע
טײַערע בינטל־בליצבריווניצע,
איך פֿאַרליר מײַן אמונה.
איך פֿיל זיך שוין ניט באַגײַסטערט ווען איך גיי אין שיל דאַוונען. (אין דער אמתן האָב איך זיך קיין מאָל ניט געפֿילט זייער באַגײַסטערט אין שיל). דער רבֿ דאָ איז זייער אַ פֿעיִקער, איך האָב ליב דעם קהל אָבער איך פֿיל זיך שולדיק ווײַל עס גייט מיר ניט אַזוי אָן דער גאַנצער ענין שבת און יום־טובֿ — און דאָס איז טאַקע אַ ביסל פּראָבלעמאַטיש ווײַל איך בין די פֿאָרשטייערין פֿון דעם שבת־און־יום־טובֿ־קאָמיטעט. הײַיאָר, למשל, פּסח־צײַט, ווען מען האָט געפֿירט אַ דיסקוסיע וועגן דעם באַטײַט פֿון די צען מכּות, האָב איך מיר געטראַכט: „נו, ס’איז געשען, ס’איז געווען שרעקלעך, וואָס נאָך קען מען זאָגן? גענוג מיט דער הגדה, לאָמיר זיך נעמען צו די קניידלעך.‟ וואָס זאָל איך טאָן?
אַ דאַנק,
די שיל איז מיר אַ ביסל נימאס
טײַערע שבת־און־יום־טובֿ־קאָמיטעטניצע,
איר ווייסט וואָס איך וועל אײַך זאָגן? איר זײַט ווײַט ניט די איינציקע! איך האָב מורא אַז ס’רובֿ ליבעראַלע אַמעריקאַנער ייִדן פֿילן זיך פּונקט ווי איר וועגן דעם דאַווענען אין שיל און די יום־טובֿדיקע פֿײַערונגען. איז מײַן ערשטע עצה צו אײַך אַז איר זאָלט זיך ניט פֿילן אַזוי שולדיק — דאָס האָט איר ניט אויסגעטראַכט די אַמעריקאַנער ליבעראַלע ייִדישקייט, און איר קענט ניט לייזן די פּראָבלעם איינע אַליין מיט גרעסערע אָנשטרענגונגען.
אַפֿילו אויב איר ווילט שטאַרק, וועט איר מסתּמא ניט קענען לאַנג אויסהאַלטן אין דער איצטיקער דינאַמיק, בפֿרט אויב דער קאָמיטעט פֿאָדערט אַ סך ענערגיע. אויב די שיל און די סעודות זענען אײַך נימאס, איז אפֿשר צײַט אויפֿצוהערן גיין, כאָטש אויף אַ געוויסער צײַט. טוט עפּעס וואָס אינטערעסירט אײַך מער. עס קען זײַן שווער אַוועקצוגיין פֿון עפּעס וואָס איר באַטראַכט ווי אַ חובֿ, אָבער אַ ייִדישקייט פֿון גאָלע חובֿות, אָן קיין טעם און אָן קיין מתיקות, איז אַ ייִדישקייט וואָס וועט ניט האָבן קיין קיום. און אַ קליינע הפֿסקה וועט אײַך אפֿשר דערמעגלעכן צו געפֿינען אַן אַנדער וועג צו ייִדישקייט וואָס וועט אײַך שטאַרקער צוציִען, אָדער איר וועט אויסגעפֿינען אַז איר בענקט טאַקע נאָך דער אייגענער שיל, און איר וועט זיך אומקערן מיט באַנײַטע כּוחות, און אפֿשר אין אַן אַנדער ראָלע וואָס פּאַסט אײַך בעסער.
זאָל זײַן מיט מזל! און געדענקט, איר אַליין טראָגט נישט דאָס אַחריות פֿאַר דער צוקונפֿט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.
אײַער,
בינטל־בליצבריווניצע
טײַערע בינטל־בליצבריווניצע,
איך האָב פֿײַנט פּסח! איך האָב געהאָפֿט אַז הײַיאָר וועט זײַן בעסער, אָבער דאָס איז, צום באַדויערן, נישט געשען. צי קענט איר מיר העלפֿן צו אַנטוויקלען פּאָזיטיווע געפֿילן לגבי דעם יום־טובֿ? איך קען, דאַכט זיך, ניט גובֿר זײַן מײַן אַנטיפּאַטיע צום אַלגעמיינעם אַכזריות פֿון דער מעשׂה פֿון יציאת־מצרים, צו דעם ווי דאָס לײַדן פֿון איין צד ווערט פֿאַרגיטיקט דורך אַן אומגעהײַער לײַדן פֿונעם צווייטן צד, וואָס רופֿט אַ פּנים אַרויס אַ גרויסע שׂימחה ביזן הײַנטיקן טאָג. איך פֿאַרשטיי ניט וואָס ס’איז דאָ דערין וואָס קען אונדזער פֿאָלק דערהייבן, דערציִען.
אין דער פֿאַרגאַנגענהייט האָב איך פּשוט אויסגעמיטן דעם דאָזיקן יום־טובֿ, אָבער הײַיאָר האָט אַן אַלטע חבֿרטע זיך געיאַוועט און מיך און מײַן לעבנס־באַגלייטערין פֿאַרבעטן אויף איר פּסח־סדר. מיר האָבן זיך געפֿילט מחויבֿ צו גיין, אָבער איך האָב ניט גוט פֿאַרבראַכט. איך האָב פּשוט פֿײַנט די הגדה, אַפֿילו ווען מע פּרוּווט מיך איבערצײַגן אַז ס’איז בלויז סימבאָליש, אַז דער „פּרעה‟ שטעלט מיט זיך פֿאָר אַלע הײַנטיקע רוחניותדיקע און קאַפּיטאַליסטישע קנעכטשאַפֿטן וואָס מיר שפּירן אין אונדזער לעבן, אאַז”וו. איך וויל ניט באַטראַכטן די מיצרים ווי סימבאָלן פֿון אונטערדריקונג, ווײַל ס’איז ראַסיסטיש און איך באַוווּנדער טאַקע דאָס אַלטצײַטיקע מצרים. נו, ווי איר זעט בין איך דער רשע, דער זון וועמען די הגדה גייט גאָרנישט אָן. אָבער דאָס ערגסטע: איך בין זיכער אַז די חבֿרטע וועט מיך ווידער פֿאַרבעטן אויפֿן סדר איבער אַ יאָר. וואָס זאָל איך טאָן?
אַ דאַנק,
אַן אָפּהענטיקע רשעטע
טײַערע ניט־אַזאַ־רשעטע,
איך וואָלט אײַך געקענט אָפּזאָגן אַ לידל וועגן דעם אַז דער רשע ווערט באַטראַכט ווי אַ רשע נאָר ווײַל ער אידענטיפֿיצירט זיך ניט מיט זײַן פֿאָלק, און אַז דער עיקר איז צו געפֿינען אַן אופֿן זיך צו דערמאָנען אַז מ’איז ווי־נישט־איז פֿאָרט אַ רינג אין דער גאָלדענער קייט, אַז „אַל תּפֿרוש מן הציבור‟ (אָבֿות ב:ד), איר זאָלט זיך ניט אָפּזונדערן פֿון דער קהילה אאַז”וו.
אָבער אין דער אמתן בין איך ניט זיכער צי דאָס איז אַ גוטע עצה אין אײַער פֿאַל. עס איז דאָ אַ גאַנצע מחנה מענטשן וואָס פֿילן זיך ווי איר — ווען נישט, וואָלט מען ניט געפֿאַלן אויף דער המצאה צו באַטראַכטן די מעשׂה ווי אַ סימבאָלישע, ווי איר דערמאָנט. פֿון איין זײַט איז דאָס אַ סימן אַז מע קען מפֿרש זײַן די מעשׂה נאָך אַ מאָל, ניט פֿאַרלאָזנדיק די טראַדיציע אין גאַנצן, ווײַל נײַע פּירושים זענען אויך אַ טייל (אָדער דער עיקר?) פֿון דער טראַדיציע, און אויב ס’איז אײַך וויכטיק (אָדער אַפֿילו אויב ס’איז אײַך ניט וויכטיק, נאָר איר מיינט אַז עס וועט העלפֿן ווען איר מוזט זײַן אויף אַ סדר), קענט איר אויסזוכן אָדער שאַפֿן אַנדערע פּירושים וואָס פֿאַרענטפֿערן אײַערע קשיות.
אָבער איר דריקט אויס, דאַכט זיך, אַ געפֿיל אַז ס’איז שוין דערגאַנגען ווײַטער ווי „הפוך בה והפוך בה דכולה בה‟ (אָבֿות ה:כב), קער זי (די תּורה) איבער און קער זי איבער — ווײַל אַלץ איז אין איר פֿאַראַן. ניין, איר ווילט שוין פֿאַרטיק זײַן זי איבערצוקערן — „מינה תּזועי‟, איר וועט אַוועק פֿון איר, אויב איך מעג אַ ביסל איבערשרײַבן די ווײַטערדיקע ווערטער אין דער מישנה דאָרטן. און דאָס איז אויך אַן אופֿן צו זײַן אַ ייִד, זייער אַ פֿאַרשפּרייטער אין אונדזערע צײַטן — און דער דאָזיקער וועג איז אָפֿן פֿאַר אײַך.
איז וואָס טוט מען? עס וואָלט אפֿשר ניט געווען עק וועלט ווען איר זאָלט זיך פּשוט אָפּצוזאָגן פֿון צוקונפֿטיקע סדר־פֿאַרבעטונגען. איר קענט דערקלערן דער חבֿרטע אַז איר האָט זי זייער ליב, נאָר פּסח־סדרים געפֿעלן אײַך ניט, און אַז איר וואָלט זיך געפֿרייט צו פֿאַרברענגען צוזאַמען אַן אַנדערש מאָל.
אָבער אויב איר באַשליסט אַז איר ווילט יאָ װידער גיין אויף איר סדר, לייג איך פֿאָר אַז איר זאָלט פּשוט שטעלן די דאָזיקע קשיות דאָרט אויפֿן אָרט — ניט אויף אַן אַגרעסיוון אופֿן, נאָר ערלעך און ערנסט, אַן ערך אַזוי: „די הגדה איז טיף אין מײַנע ביינער‟ (און איך ווייס אַז ס’איז אַ פֿאַקט, ווײַל ווען נישט, וואָלט איר ניט גערעדט פֿון די אַרבע־בנים און דער גאַנצער עסק וואָלט אײַך ניט אַזוי געשטערט), „נאָר דער אָדער יענער אַספּעקט טוט מיר ממש וויי, און די פּירושים וואָס איך האָב געפֿונען פֿאַרענטפֿערן ניט באמת מײַנע קשיות. וואָס מיינט איר וועגן דעם?”
און אַזוי אַרום ווערט איר שוין אויס רשע — איר ווערט שיִער נישט דער חכם, וואָס פֿרעגט וועגן גאָטס חוקים־ומישפּטים און שטרענגט זיך אָן, ערנסט, פֿלײַסיק, מיט לײַדנשאַפֿט און מיט ווייטיק, זיי צו פֿאַרשטיין.
זאָל זײַן מיט מזל,
די בינטל־בליצבריווניצע (וואָס האָט דעם פּסח אויך חשק געהאַט זיך צו באַהאַלטן)
טײַערע בינטל־בליצבריווניצע,
ווי אַזוי חבֿרט מען זיך מיט מענטשן אויב מ’איז שעמעוודיק? אַ דאַנק!
עלנטע ייִדישיסטקע
טײַערע ייִדישיסטקע,
אַ גוטע פֿראַגע! אויב מ’איז שעמעוודיק איז אָפֿט מאָל גרינגער זיך צו פֿאַרבינדן מיט מענטשן אין אַ סבֿיבֿה וווּ אַלע שטרעבן צו אַ באַשותּפֿותדיקן ציל אָדער קומען ציליב דער זעלבער סיבה: אַ לעקציע, אַ פֿרײַוויליקע אויפֿגאַבע, שבתדיק דאַװענען, שפּאַצירן, אָדער וואָס נאָר ס׳אינטערעסירט אײַך. אין אַזעלכע קאָנטעקסטן דאַרף מען נישט צוטראַכטן פֿון דער העלער הויט וואָס צו זאָגן, ווײַל ס’זענען שוין דאָ גרײטע טעמעס וואָס מע קען אַרומרעדן פֿאַרבונדן מיט דער בשותּפֿותדיקער אויפֿגאַבע, און מע דאַרף זיך אויך ניט אָנטאָן קיין כּוח צוצוגיין צו אַנדערע מענטשן, ווײַל מע האָט שוין אַ גוטן תּירוץ צו שמועסן מיט זיי.
דערפֿאַר איז טאַקע כּדאַי אויסצוזוכן אַ פּאָר קרײַזלעך מענטשן וואָס טרעפֿן זיך רעגולער; גיין עטלעכע מאָל, און ערשט דערנאָך באַשליסן וועלכע קרײַזלעך געפֿעלן אײַך צום בעסטן. גײט לכל־הפּחות דרײַ אָדער פֿיר מאָל אויף יעדן קרײַזל איידער איר באַשליסט; אַ מאָל דויערט אַ ביסל אויסצוגעפֿינען אין וואָס עס גייט, און פֿון אַן ערשטן באַגעגעניש קריגט מען אָפֿט מאָל אַ קנאַפּן רושם, בפֿרט אויב מע פֿילט זיך שעמעוודיק און נערוועז די גאַנצע צײַט!
װען מע טרעפֿט זיך כּסדר מיט די זעלבע מענטשן במשך פֿון אַ לענגערער צײַט, אַפֿילו אויב מע רעדט ניט קיין סך מיט זיי (כאָטש ס’איז גוט זיך צו באַגריסן מיט זיי אויף אַ פֿרײַנדלעכן אופֿן), וועט זיך מיט דער צײַט אַנטוויקלען אַ געװיסע באַקוועמלעכקייט און אַ געפֿיל פֿון צוגעהעריקייט פֿון וועלכן ס’קען נאָך אַרויסוואַקסן גוטע, סטאַבילע חבֿרשאַפֿטן.
איך האָף אַז איר וועט באַלד טאַקע שליסן חבֿרשאַפֿט מיט עטלעכע נײַע מענטשן, און אַז איר וועט קענען פֿאַרברענגען אַ ביסל צײַט יעדע וואָך אַרומגערינגלט מיט פֿרײַנדלעכע פּנימער!
אײַער,
בינטל־בליצבריווניצע (וועלכע איז אויך אַ ביסל שעמעוודיק)
טײַערע בינטל־בליצבריווניצע,
איך בין געגאַנגען אויף אַ פּאָר ראַנדקעס מיט אַ בחור, און ער איז מיר מער אָדער ווייניקער געפֿעלן געװאָרן. ער האָט מיך אָבער גערופֿן בײַ אַ צונעמעניש וואָס געפֿעלט מיר ניט, האָב איך אים געבעטן אַז ער זאָל מיך דאָס ניט רופֿן און דערקלערט פֿאַר וואָס. אָבער דערנאָך האָט ער מיר געשיקט אַזאַ טעקסטל: „אַ דאַנק, פֿרײַלין [צונעמעניש]‟! דאָס האָט מיך שטאַרק געערגערט, האָב איך פּשוט ניט געענטפֿערט אויף זײַן טעקסטל. איך האָב געוואָלט אַז ער זאָל פֿאַרשטיין אַז איך בין אין כּעס, אָבער ער פֿאַרשטייט אַ פּנים נישט און האַלט מיר אין איין שיקן מעלדונגען און פֿאַרבעטונגען פֿאַרשיידענע.
וואָס זאָל איך טאָן? צי זאָל איך זײַן „העפֿלעך‟ און אים דערקלערן (נאָך אַ מאָל) פֿאַר וואָס איך בין אומצופֿרידן און פֿאַר וואָס איך וויל מער ניט רעדן מיט אים? צי זאָל איך פּשוט איבעררײַסן אונדזער קאָנטאַקט, אָן שום דערקלערונג? אין דער אמתן אַרט מיך נישט ווי ער פֿילט זיך, ווײַל אים האָט װײַזט אויס בכלל ניט געאַרט ווי איך פֿיל זיך.
אַ דאַנק, פֿאַר וואָס, פֿאַר וואָס, פֿאַר וואָס?
טײַערע פֿאַר־וואָס־ניצע,
עס ווענדט זיך אין וואָס איר ווילט. אויב איר זענט זיכער אַז איר ווילט מער ניט רעדן מיט אים, זאָלט איר קורץ און שאַרף אויסדריקן די סיבה דערפֿאַר און דערנאָך ניט ענטפֿערן אויף זײַנע ווײַטערדיקע בריװלעך. ס’איז אמת אַז איר זײַט ניט מחויבֿ אים צו „דערציִען‟, אָבער ס’איז אויך ניט קיין עוולה אים צו דערקלערן ווי איר פֿילט זיך. אפֿשר איז ער אַ רשע, אָבער מסתּמא איז ער פּשוט אַ ביסל אומשפּירעוודיק. ס’איז אויך דאָ אַ פּראַקטישע סיבה אים צו דערקלערן: אויב איר שװײַגט, וועט ער אײַך אפֿשר באַלד פֿרעגן: „פֿאַר וואָס ענטפֿערסטו מיר נישט?‟, וועט איר סײַ ווי מוזן דערקלערן פֿאַר װאָס, כּדי ער זאָל אויפֿהערן אײַך צו טשעפּען.
איר קענט איִם שיקן אַ בריװעלע מיט בערך די װערטער: „טײַערער בחור, איך האָב דיר שוין דערקלערט פֿאַר וואָס איך וויל ניט הערן פֿון דיר אַזאַ צונאָמען, נאָר דו האָסט מיך נאָך אַ מאָל גערופֿן אַזוי, איז קלאָר אַז מײַנע געפֿילן זענען דיר ניט וויכטיק. אויב אַזוי, איז ניטאָ קיין סיבה ווײַטער צו זײַן אין פֿאַרבינדונג. איך וויל מער ניט רעדן מיט דיר, און איך בעט אַז דו זאָלסט אויפֿהערן מיר צו שרײַבן. אַל דאָס גוטס.‟ אויב ער שרײַבט אײַך װײַטער, דאַרפֿט איר אים שוין ניט ענטפֿערן.
אויב איר מיינט אָבער אַז אַן אָרנטלעכע אַנטשולדיקונג פֿון אים וואָלט געקענט בײַטן אײַער באַשלוס, איז כּדאַי אים צו שרײַבן עפּעס ווייניקער קאַטעגאָרישס, ווײַל ס’איז ניט גוט אַוועקצוטרײַבן יענעם און דערנאָך זיך מיישבֿ צו זײַן. אין אַזאַ פֿאַל, שרײַבט בעסער אַזוי: „איך האָב באַקומען דעם אײַנדרוק פֿון דיר אַז מײַנע געפֿילן זײַנען דיר ניט וויכטיק. ווען איך בעט אַז דו זאָלסט אויפֿהערן עפּעס טאָן וואָס שטערט מיך, וויל איך אַז דו זאָלסט זיך באַציִען צו דעם אויף אַן ערנסטן אופֿן און אויפֿהערן דאָס צו טאָן. צי קענסטו מסכּים זײַן דערויף?‟ וואַרט אויף זײַן ענטפֿער, און באַשליסט לויט דעם אויב איר ווילט ווײַטער אָנגיין מיט דער באַציִונג צי נישט.
זאָל זײַן מיט מזל! איך האָף אַז איר וועט באַלד געפֿינען אַ חבֿר װאָס אײַערע געפֿילן זענען אים יאָ וויכטיק.
די בינטל־בליצבריווניצע
טײַערע בינטל־בליצבריווניצע,
איך בין עטלעכע און פֿערציק יאָר אַלט און איך בין אַן אַדאָפּטירטע. מיט פֿופֿצן יאָר צוריק האָב איך אויפֿגעזוכט מײַן ביאָלאָגישע מוטער, מיט וועמען איך בין איצט אין אַ גוטער באַציִונג. זי האָט דעמאָלט געפֿרעגט מײַן ביאָלאָגישן פֿאָטער אויב ער וויל אַז איך זאָל זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט אים. ער האָט געענטפֿערט אַז ניט. די סיבה: ווײַל ער וויל ניט אַז זײַן ייִנגערע טאָכטער, מײַן ביאָלאָגישע האַלבשוועסטער, זאָל וויסן אַז ער האָט געבוירן נאָך אַ קינד. מיט עטלעכע יאָר שפּעטער האָב איך זיך פֿאָרט געשטעלט אין פֿאַרבינדונג מיט אים, און ער האָט באַשטעטיקט אַז ער וויל ניט קיין קאָנטאַקט.
איך האָב איצט אַ קליין טעכטערל, און איך טראַכט פֿון מאָל צו מאָל וועגן דעם פֿאַקט אַז איך האָב אַ ביאָלאָגישע האַלבשוועסטער אויף דער וועלט וואָס ווייסט ניט וועגן מיר און אויך ניט וועגן איר האַלב־פּלימעניצע. איך האָב אַפֿילו אויסגעמיטן גענעטישע אונטערזוכונגען ווי די „געפֿינט אײַערע קרובֿים‟־אונטערזוכונג פֿון „23־ענד־מי‟ ווײַל אַזוי װאָלט מײַן האַלבשוועסטער געקאָנט זיך דערוויסן וועגן מיר. אָבער איך פֿרעג זיך: צי האָט מײַן ביאָלאָגישער פֿאָטער טאַקע דאָס רעכט צו באַהאַלטן דעם פֿאַקט פֿון מײַן עקזיסטענץ פֿון מײַן האַלבשוועסטער? צי האָב איך דאָס רעכט, צי בין איך אַפֿילו מחויבֿ, איר אויסצוזאָגן… צי וואָלט דאָס גיכער געווען אַן אומיושר, אַזוי ווי דער פֿאָטער וויל ניט, אַז זי זאָל וויסן? צי מעג איך, צום ווייניקסטנס, זיך לאָזן אונטערזוכן גענעטיש, אַפֿילו אויב דאָס טראָגט אין זיך די ריזיקע אַז דער סוד וועט אַנטפּלעקט ווערן?
אַ דאַנק,
צי מוז איך בלײַבן אָן אַ האַלבשוועסטער?
טײַערע האַלבשוועסטערלאָזע,
דאָס איז טאַקע אַ קאָמפּליצירטע פֿראַגע. צום טייל איז זי אַ יורידישע און איך בין דאָך ניט קיין אַדוואָקאַט. אָבער איך האָב אַ ביסל געלייענט וועגן דעם ענין, וועל איך פּרוּוון איבערגעבן דאָס וואָס איך האָב אויסגעפֿונען, ווי אויך מײַן פּערזענלעכע מײנונג, וואָס שייך יושר און שׂכל.
קודם־כּל, פֿון אַ יורידישן קוקווינקל, מעגט איר אויסזוכן די האַלבשוועסטער און זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט איר – ס’איז ניטאָ קיין געזעץ קעגן דעם.
איר מוזט אָבער נעמען אין באַטראַכט אַז איר ווייסט באמת ניט וואָס ס’וועט זײַן דער פּועל־יוצא דערפֿון. איר ווייסט זייער ווייניק וועגן איר, וועגן אײַער ביאָלאָגישן פֿאָטער, וועגן זייער באַציִונג, אאַז”וו. ס’איז ניטאָ באמת קיין אופֿן אויסצוגעפֿינען פֿון פֿריִער. איר קענט פֿרעגן בײַ דער ביאָלאָגישער מוטער אָבער אַפֿילו אויב זי איז נאָך אַלץ אין אַ רעלאַטיוו נאָענטער פֿאַרבינדונג מיטן ביאָ־פֿאָטער, איז ניטאָ קיין גאַראַנטיע אַז זי איז אַ פֿאַרלאָזלעכער עדות וואָס אָנבאַלאַנגט די דאָזיקע אינטימע פֿראַגעס.
אויסצוזוכן די האַלבשוועסטער וואָלט געווען ריזיקאַליש; ס’וואָלט געקענט שאַטן אי דעם ביאָ־פֿאָטער, אי דער האַלבשוועסטער, אי עווענטועל אײַער באַציִונג מיט דער ביאָ־מוטער. און איך וואָלט אַפֿילו געזאָגט אַז די ידיעה וועגן אײַער עקזיסטענץ קאָן טאַקע איבערקערן וועלטן – אַנדערש וואָלט דער ביאָ־פֿאָטער זיך אפֿשר ניט אַזוי קאַטעגאָריש אָפּגעזאָגט פֿון פֿאַרבינדן זיך מיט אײַך.
פֿון אַן עטישן שטאַנדפּונקט זענען דאָ אַ פּאָר אַרגומענטן פֿאַר וואָס סע וואָלט געווען בעסער זיך ניט אַנטקעגנצושטעלן קעגן דעם ביאָ־פֿאָטערס רצון. קודם־כּל, ניט געקוקט אויף דעם אַז אַזוי גערופֿענע „אָפֿענע‟ אַדאָפּטירונגען (אַז דאָס אַדאָפּטירטע קינד האָט עפּעס אַ קאָנטאַקט מיט די ביאָ־עלטערן אַפֿילו קינדווײַז) ווערן אַלץ מער פֿאַרשפּרייט, זענען נאָך אַלץ פֿאַראַן געזעצן אין געוויסע שטאַטן וואָס באַשיצן די פּריוואַטקייט פֿון ביאָ־עלטערן, און דערלויבן אַז מע זאָל אויפֿדעקן זייערע נעמען בלויז אויב זיי זענען מסכּים – אַ סימן אַז דאָס מסכּים זײַן איז אַ פּרינציפּ וואָס די געריכטן האַלטן פֿאַר וויכטיק.
על־אַחת־כּמה־וכמה אין שײַכות מיט ביאָ־געשוועסטער: כאָטש אין אַ טייל שטאַטן האָט אַן אַדאָפּטירט קינד, ווען עס וואַקסט אויס, דאָס רעכט אויסצוגעפֿינען די נעמען פֿון די ביאָ־עלטערן (דורכן קוקן אויף דער אָריגינעלער מעטריקע), איז ניטאָ קיין יורידישער באַגריף אַז דאָס אַדאָפּטירטע קינד האָט דאָס רעכט זיך צו דערוויסן וועגן אַנדערע ביאָ־קרובֿים. דאָס הייסט אַז, סײַדן מען זוכט אַליין דורך אַנדערע מיטלען, קומט די ידיעה וועגן געשוועסטער געוויינטלעך, אויב בכלל, פֿון די ביאָ־עלטערן, נאָך דעם ווי אַ פֿאַרבינדונג מיט זיי ווערט פֿעסטגעשטעלט.
אין אײַער פֿאַל איז טאַקע אַזוי: איר וואָלט אַפֿילו ניט געוווּסט וועגן דער האַלבשוועסטער ווען די ביאָ־עלטערן וואָלטן אײַך ניט דערציילט, אַ סימן אַז ס’װאָלט ניט געװען עטיש אויסצוניצן די דאָזיקע אינפֿאָרמאַציע אויף אַ צוועק וואָס זיי האָבן ניט פֿאָרויסגעזען, קעגן זייער בפֿירושן ווילן.
נאָך אַ סיבה פֿאַר וואָס ס’איז וויכטיק ניט אַריבערצוטרעטן איבער די גרענעצן פֿון דער פּריוואַטקייט פֿון די ביאָ־עלטערן איז ווײַל די סיסטעם פֿון אַדאָפּטירונג אַרבעט בכלל צום טייל צוליב דעם פּרינציפּ פֿון פּריוואַטקייט: ווען ביאָ־עלטערן וואָס ווילן ניט קיין פֿאַרבינדונג מיט די ביאָ־קינדער וואָלטן זיך ניט געקענט פֿאַרלאָזן אויף דעם אַז זייער פּריוואַטקייט וועט באַשיצט ווערן, וואָלטן ווייניקער ביאָ־עלטערן געלאָזט זייערע קינדער אַדאָפּטירט ווערן דורך אַ געזעצלעכן פּראָצעס, און ס’איז מעגלעך אַז זיי וואָלטן, צווישן אַנדערע, אָפֿטער איבערגעלאָזט די קינדער פּשוט אויף הפֿקר.
פֿון אַ פּראַגמאַטישן קוקווינקל קען פּשוט זײַן אַ ביסל געפֿערלעך זיך אַנטקעגנצושטעלן קעגן די וווּנטשן פֿון עמעצן – אויב ער רעאַגירט זייער שלעכט אויף דעם וואָלט ער אַפֿילו געקענט פּרוּוון אײַך אָנטאָן צרות, חלילה.
פֿון דער צווייטער זײַט, איז אַוודאי אויך מעגלעך אַז אויב איר וועט זיך טאַקע שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט דער האַלבשוועסטער, וועט זיך זייער שיין אײַנגעבן – ווער ווייסט? איך בין זיכער אַז איר זײַט זייער נײַגעריק וועגן איר. אָבער אויב איר וועט באַשליסן זי טאַקע אויסצוזוכן, זאָלט איר זיך צו ערשט אַ ביסל צוגרייטן. פֿאַרבינדט זיך מיט אַנדערע דערוואַקסענע אַדאָפּטירטע אין ענלעכע סיטואַציעס. עצהט זיך מיט דער ביאָ־מוטער וועגן דעם בעסטן צוגאַנג. פֿרעגט זי צי זי ווייסט עפּעס וועגן דעם ביאָ־פֿאָטער, דער האַלבשוועסטער, אָדער דער באַציִונג צווישן די ביידע וואָס וואָלט געווען וויכטיק פֿאַר אײַך צו וויסן. פֿרעגט זי בפֿרט אויב ס’איז דאָ אַ מעגלעכקייט אַז ער וועט זיך אָפּרופֿן אויף אַ גוואַלדיקן אופֿן. רעדט מיט אַן אַדוואָקאַט, טאָמער וואָס, כּדי זיך צו אינפֿאָרמירן וועגן אײַערע רעכט און ווי אַזוי זיך צוצוגרייטן אויף מעגלעכע שלעכטע רעאַקציעס. טראַכט איבער די מעגלעכקייט צו וואַרטן ביז נאָך דעם ביאָ־פֿאָטערס טויט (כאָטש איך וואָלט געדאַרפֿט אָנשרײַבן אַ גאַנצע צווייטע רובריק כּדי צו אַנאַליזירן די עטישע מעלות און חסרונות פֿון דעם דאָזיקן צוגאַנג). און אויב איר באַשליסט אַז איר ווילט דאָס טאָן בעת ער לעבט נאָך, זאָלט איר וואָרענען דעם ביאָ־פֿאָטער פֿון פֿריִער, ער זאָל אַליין האָבן די געלעגנהייט צו ערשט צו רעדן מיט זײַן טאָכטער אויב ער וויל – און אויב דאָס קלינגט צו שווער אָדער פּריקרע, איז דאָס אַ סימן אַז ס’איז ניט כּדאַי אויסצוזוכן די האַלבשוועסטער.
וואָס שײך גענעטישע אונטערזוכונגען, מיין איך אַז איר קענט זיך רויִק לאָזן אונטערזוכן. ס’איז שיין פֿון אײַער זײַט אַז איר האָט זיך געזאָרגט וועגן דעם די אַלע יאָרן, אָבער איך מיין אַז אַפֿילו ווען אַזאַ אונטערזוכונג וואָלט געפֿירט צו דעם אַז די האַלבשוועסטער זאָל זיך דערוויסן וועגן אײַך (וואָס וועט סײַ ווי מסתּמא ניט געשען), וואָלט דאָס שוין ניט געווען אײַער אַחריות – דער ביאָ־פֿאָטער האָט געבעטן אַז איר זאָלט זיך ניט שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט אים – ניט אַז איר זאָלט באַהאַלטן אײַער עקזיסטענץ אין אַלע עפֿנטלעכע פֿאָרומס וווּ זי וואָלט זיך צופֿעליק געקענט אָנטרעפֿן אויף אײַך. און אויב זי אַליין נעמט אָנטייל אינעם „געפֿינט אײַערע קרובֿים‟־פּראָיעקט פֿון „23־ענד־מי‟, האָט זי אַליין אָנגענומען אויף זיך די ריזיקע אַז אַזוי אַרום קאָן זי אויסגעפֿינען וועגן אַזעלכע פֿאַרבאָרגענע קרובֿים.
זאָל זײַן מיט מזל!
די בינטל־בליצבריווניצע
טײַערע בינטל־בליצבריווניצע,
וואָס זאָל איך טאָן ווען קיין איינעם פֿון מײַנע חבֿרים גייט ניט גוט די טעג? ווי קען איך בעטן אַז מײַנע פֿרײַנד זאָלן מיר העלפֿן, ווען איך ווייס אַז זיי אַלע לײַדן פֿון אַ סך דרוק און שווערע פּראָבלעמען? און ווי אַזוי קען איך זיי העלפֿן, ניט אויסשעפּנדיק מײַנע אייגענע כּוחות? ווי אַזוי זאָלן מיר צוזאַמען איבערלעבן די דאָזיקע שווערע תּקופֿה?
אַ דאַנק,
פּשוט אויסגעמוטשעט
טײַערע אויסגעמוטשעטע,
איך פֿאַרשטיי אײַך. איך רעד כּסדר מיט אַ קרײַז פֿיר אָדער פֿינף חבֿרטעס, און אַ מאָל צעלאַכן מיר זיך פּשוט, ווײַל מיר זענען אַלע אַזוי אָנגעשפּאַנט די גאַנצע צײַט, אויף אַזוי ווײַט אַז מיר האָבן אַפֿילו אויסגעטראַכט אַ גאַנצע ריי ראָשי־תּיבֿותן אויף פֿאַרשיידענע נײַ־דעפֿינירטע סטרעס־שטימונגען! און מיר זענען אַלע אַן ערך אונטער דרוק צוליב די זעלביקע סיבות. איך פֿרעג זיך אויך אַ מאָל, פֿאַר וואָס זענען מיר אַזוי? וואָס טוט זיך מיט אונדזער דור? צי ווערן מיר נאָך מער סטרעסירט צוליב דעם וואָס מיר זאַפּן אײַן דעם סטרעס איינע פֿון דער אַנדערער?
אין דער אמתן, אָבער, מיין איך אַז ס’איז טאַקע גוט צו רעדן צווישן זיך וועגן די זאַכן. צרות רבים, חצי נחמה – בפֿרט אין אַ גרעסערער גרופּע. אַ שמועס צווישן צוויי מענטשן קען באַלד ווערן ערנסט, אָבער אין אַ גרופּע וויצלט מען זיך און מ’אַנטוויקלט פֿאַרשיידענע שעפֿערישע אופֿנים אָפּצולאַכן פֿון די צרות. דאָס קען פֿאַרמילדערן די שטימונג אַ ביסעלע.
איך מיין ס׳איז גוט צו באַלאַנגען צו אַ קליינער גרופּע באַקאַנטע וואָס האָבן צוטרוי איינער צום אַנדערן. מע קען שאַפֿן אַזוינע קרײַזן אויף אַ פֿאָרמעלן אופֿן (דורך אַ שול, ליטעראַרישן אָוונט, ספּאָרטקלוב, אד”ג) אָדער אומפֿאָרמעל (אַ גרופּע פֿרײַנד, קרובֿים אָדער מיטאַרבעטער וואָס פֿאַרברענגען אָפֿט צוזאַמען פּנים־אל־פּנים אָדער דורך דער אינטערנעץ). אַ געזונטער ציבור אַזאַ איז אַ יש פֿאַר זיך וואָס איז גרעסער ווי די מענטשן וואָס נעמען אָנטייל אין אים, און וואָס קען אונטערגעבן אַ ביסל פֿונעם אויפֿפֿרישנדיקן כּוח וואָס איר זוכט.
אַחוץ דעם זאָלט איר געפֿינען צײַט זיך אָפּצורוען און עסן, און אויך געלעגנהייטן זיך צו שפּילן, פּרוּוון בײַטן די פּראָבלעמאַטישע אַספּעקטן פֿונעם לעבן, פֿון אונדזערע סבֿיבֿות, און פֿון דער וועלט בכלל. עס איז אויך כּדאַי צו באַמערקן דאָס וואָס איז שיין און געזונט. אַ מאָל פֿאַרלײַכטערט עס טאַקע די שטימונג ווען מע טראַכט וועגן גוטע זאַכן און מע דערציילט איינער דעם אַנדערן וועגן שיינע מאָמענטן.
מיר וועלן איבערלעבן! באמת! איך האָף אַז די וועלט וועט אויך איבערלעבן, אָבער דאָס קען איך ניט גאַראַנטירן…
די בינטל־בליצבריווניצע
טײַערע בינטל־בליצבריווניצע,
איך האָב זיך באַקענט מיט אַ געוויסן בחור דורך דער אינטערנעץ אין די פֿריִע 2000ער יאָרן, ווען מיר זײַנען ביידע געווען דעפּרעסיווע צענערלינגען. נאָך דער דאָזיקער תּקופֿה האָבן מיר געשמועסט פֿון מאָל צו מאָל און זיך געטראָפֿן ווען איינער באַזוכט די שטאָט פֿונעם צווייטן, און ווײַטער קאָמוניקירט דורך די זיך אַנטוויקלענדיקע סאָציאַלע נעצן.
אין די לעצטע יאָרן וווינען מיר אין דער זעלביקער שטאָט, און טאַקע זייער נאָענט — מיר זײַנען כּמעט שכנים. ער האָט אָבער קיין מאָל ניט פֿאָרגעלייגט אַז מיר זאָלן זיך טרעפֿן. ער שרײַבט קורץ ווען ער דאַרף עפּעס פֿרעגן, און דערנאָך ווערט ער ווידער נעלם. אין עפּעס אַ מאָמענט האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז נאָר איך וויל אַז מיר זאָלן זיך טרעפֿן, און כ’האָב פּשוט אויפֿגעהערט אים צו שרײַבן. כ׳האָב געמיינט, אַז דאָס איז דער סוף פֿון אונדזער חבֿרשאַפֿט.
דאָס וואָלט געווען אַ נאָרמאַלער פֿאַל פֿון אַ פֿרײַנדשאַפֿט, וואָס איז אויסגעשטאָרבן אויף אַ נאַטירלעכן אופֿן. נאָר ער לאָזט זי ניט אין גאַנצן אויסשטאַרבן. כאָטש מיר טרעפֿן זיך שוין זייער זעלטן, און כאָטש ווען איך זע אים אויף דער גאַס זאָגן מיר זיך בלויז „גוט מאָרגן, גוט יאָר!‟ ווי צופֿעליקע באַקאַנטע, פֿירט ער זיך אויף די סאָציאַלע נעצן ווי מיר וואָלטן נאָך אַלץ געווען זייער נאָענטע חבֿרים. ער רופֿט זיך אָפּ אויף מײַנע פֿייסבוך־פּאָסטן מיט האַרציקע ווערטער, אָדער ער „לײַקט‟ אַלץ וואָס איך שטעל אַרויף, און פֿון בשותּפֿותדיקע חבֿרים הער איך, אַז ער האַלט אין איין זאָגן אַז איך בין אים נאָך אַלץ זייער וויכטיק. מיט אַ קורצער צײַט צוריק האָב איך אים ווידער געזען אויף אַ וועטשערינקע, און ער האָט כּמעט ניט גערעדט מיט מיר קיין וואָרט.
וואָס טוט זיך דאָ? צי האָבן די סאָציאַלע נעצן פֿאַרנומען דאָס אָרט פֿון מענטשלעכע באַציִונגען? ווי זאָל איך פֿאַרשטיין זײַן פֿירעכץ – צי זענען מיר נאָך חבֿרים, צי נישט?
אַ דאַנק,
אַ צעמישטע מילעניאַלקע
טײַערע מילעניאַלקע,
אפֿשר האָסטו באַמערקט אַז אין מײַן סאַמע ערשטער רובריק האָב איך געענטפֿערט אויף אַן ענלעכער פֿראַגע — אַ סימן טאַקע, אַז אײַער טעמע איז אַקטועל. עס קען זײַן, אַז אײַער חבֿר פֿילט זיך ווי די פֿרוי וואָס האָט געשטעלט די פֿריִערדיקע פֿראַגע אַזאַ — אַז ווירטועלע באַציִונגען זענען צו מאָל גרינגער צו פֿירן ווי די, וואָס אַנטוויקלען זיך פּנים־אל־פּנים. אפֿשר פֿילט ער זיך טאַקע נאָענט צו אײַך, נאָר צוליב עפּעס אַ סיבה איז אים שווער דאָס אויסצודריקן פּערזענלעך, און ער פֿילט זיך בכּוח זיך צו פֿאַרבינדן מיט אײַך נאָר דורך דער אינטערנעץ.
מײַן ערשטע פֿראַגע צו אײַך איז: וואָס ווילט איר אַליין? צי אינטערעסירט אײַך באמת דאָס פֿאַרברענגען מיט אים פּנים־אל־פּנים? אויב נישט, דאַרפֿט איר גאָרנישט נישט טאָן — איר קענט אָננעמען אַז ער איז אַ שעמעוודיקער, און געניסן פֿון אײַער אָנלײַן־פֿאַרבינדונג אויף וויפֿל עס לאָזט זיך. אויב דאָס אינטערעסירט אײַך שוין אויך נישט, קענט איר זיך פּשוט מאַכן ניט־וויסנדיק דערפֿון.
אויב איר זענט אין אים אָבער יאָ נאָך אַלץ פֿאַראינטערעסירט, קענט איר אים פּשוט פֿרעגן דירעקט וואָס טוט זיך. איר קענט זאָגן: „דו פֿילסט זיך, דאַכט זיך, נאָך אַלץ פֿאַרבונדן מיט מיר, אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי פֿון פֿייסבוך, אָבער דו לייגסט קיין מאָל ניט פֿאָר אַז מיר זאָלן זיך טרעפֿן פּנים־אל־פּנים. פֿאַר וואָס? ס’איז מיר אַ ביסל אַ חידוש און איך וויל פֿאַרשטיין.‟ הערט זיך צו צו זײַן ענטפֿער. אפֿשר וועט איר זיך דערוויסן עפּעס וואָס דערקלערט זײַן פֿירונג.
ס’איז אויך מעגלעך אַז דאָס עצם שטעלן די פֿראַגע וועט בײַטן די סיטואַציע אָדער עפֿענען נײַע מעגלעכקייטן. אפֿשר איז ער טאַקע שעמעוודיק און צוליב עפּעס אַ סיבה האָט ער זיך אײַנגערעדט אַז עס אינטערעסירט אײַך ניט די באַציִונג, און צוליב דעם לייגט ער קיין מאָל ניט פֿאָר קיין טרעפֿונגען, ווײַל ער וויל אײַך ניט שטערן, אָדער ווײַל ער האָט מורא אַז איר וועט אים אָפּזאָגן. ווער ווייסט? עס זענען דאָ אַ סך מעגלעכע סיבות צוליב וועלכע אַ מענטש קען זיך פֿירן פּאַסיוו אין אַ באַציִונג (צי מ׳איז אַ מילעניאַל צי נישט) — און איר וועט זיך ניט דערוויסן זײַנע סיבות ביז איר וועט אים נישט פֿרעגן. און אויב די באַציִונג איז אײַך וויכטיק, איז כּדאַי זיך אָנצוטאָן אַ כּוח און אים טאַקע פֿרעגן.
זאָל זײַן מיט מזל,
די בינטל־בליצבריווניצע
טײַערע בינטל־בליצבריווניצע,
מײַן פֿראַגע איז פּשוט אָבער פֿאַרשפּרייט: ווי קען איך לאָזן מײַן מאַן וויסן אַז זײַנע מאַנירן בײַם טיש זענען פּאַסקודנע?!
אַ דאַנק,
אַ ווײַבל וואָס וויל עס זאָל איר מער ניט איבלען
טײַערע ווײַבל מיט איבל,
איר מוזט עס אים פּשוט זאָגן דירעקט. קלײַבט אויס אַ מאָמענט ווען איר זײַט רויִק, צו צווייט, און זאָגט: „איך וויל עפּעס זאָגן וואָס איז מיר אַ ביסל אומבאַקוועם,‟ כּדי ער זאָל זיך צוגרייטן אַ ביסעלע. דערנאָך, דריקט אויס אײַערע געפֿילן: „ווען דו קײַסט מיט אַן אָפֿן מויל, שטערט עס מיך. צי קענסטו אפֿשר קײַען מיט אַ פֿאַרמאַכט מויל?‟
קען זײַן אַז ער וועט זיך אַ ביסל דערשרעקן, זיך פֿאַרטיידיקן אָדער אויסדריקן אַ בושה־געפֿיל, אָבער האָפֿנטלעך וועט ער זיך טאַקע בײַטן. אויב ער איז אָבער ניט גרייט צו פּרוּוון אַפֿילו, אָדער אויב ער ווערט אין כּעס אויף אײַך ווען איר דריקט אויס אײַער בקשה, איז די פּראָבלעם ניט זײַנע מאַנירן נאָר דאָס, וואָס ער וויל ניט נעמען אין באַטראַכט די געפֿילן און שפּירעוודיקייטן פֿון אַנדערע. איך האָף אַז דאָס וועט ניט זײַן דער פֿאַל, ווײַל דאָס איז טאַקע אַ גרויסער פֿעלער.
זאָל זײַן מיט מזל!
די בינטל־בליצבריווניצע
טײַערע בינטל־בליצבריווניצע,
איך האָב זיך איבערגעקליבן אין אַ נײַ לאַנד מיט עטלעכע וואָכן צוריק, און איך פֿיל זיך איצט זייער אומעטיק. ווי קען איך אָנגיין מיט מײַן לעבן דאָ ווען איך האָב אַזוי פֿײַנט די היגע קולטור? איך וויל ניט אומזיסט מישפּטן אַ פֿרעמדע געזעלשאַפֿט, אָבער אַלצדינג דאָ איז אין גאַנצן אַנדערש פֿון דעם וואָס איך האָב דערוואַרט.
ראַטעוועט!
אימיגרירט, אָדער אין גלות?
טײַערע אומצופֿרידענע אימיגראַנטקע,
צוליב דעם וואָס איך קען ניט אַלע פּרטים, בין איך ניט הונדערט פּראָצענט זיכער וואָס צו עצהן. אפֿשר איז די פֿראַגע ניט „ווי אַזוי זאָל איך אָנגיין?‟ נאָר „צי זאָל איך שוין בעסער זיך אומקערן אַהיים?‟
אָבער לאָמיר דאָס טאַקע פּרוּוון אויספּלאָנטערן. קודם־כּל, איר שרײַבט אַז איר זײַט אינעם לאַנד בלויז עטלעכע וואָכן. די ערשטע וואָכן אויף אַ נײַ אָרט זענען אָפֿט מאָל זייער אומבאַקוועם און אַפֿילו שאָקירנדיק. דאָס קען אַפֿילו זײַן אַ פּאָזיטיווע זאַך – אַן איבערלעבונג וואָס רופֿט אַרויס בײַ אַ מענטשן פֿאַרבאָרגענע כּוחות און יכולתן, און וואָס קען בײַטן דעם מענטשנס קוק אויף דער וועלט. איר האָט שוין אַרײַנגעבראָקט אַזוי פֿיל צײַט און ענערגיע אין דעם איבערקלײַבן זיך, איז אפֿשר כּדאַי צו בלײַבן אַ ביסל לענגער. אפֿשר וועט איר קענען בײַקומען דעם דאָזיקן שווערן שטאַפּל, און שפּעטער, ווען איר וועט זיך פֿילן רויִקער, וועט איר קענען בעסער אָפּשאַצן די מעגלעכע געלעגנהייטן וואָס וואַרטן אויף אײַך אין דעם נײַעם לאַנד.
אין דעם פֿאַל וואָלט איך געעצהט אַז איר זאָלט בלײַבן כאָטש זעקס חדשים, און אַז אין דער צווישנצײַט זאָלט איר ניט טראַכטן וועגן אַוועקפֿאָרן. באַטראַכט די שוועריקייטן ווי אַן אינטערעסאַנטער עקספּערימענט און אַ געלעגנהייט זיך צו אַנטוויקלען ווי אַ מענטש. פֿאַרשרײַבט אַ רשימה אַקטיוויטעטן וואָס דערקוויקן אײַך: עסן, שלאָפֿן, רעדן מיט חבֿרים, שרײַבן אין אַ טאָגבוך, רעדן מיט אַ טעראַפּעווט אויב איר ווילט און קענט, אאַז”וו — און טוט די זאַכן רעגולער כּדי צו קענען אויסהאַלטן די שווערע תּקופֿה. און אין זעקס חדשים אַרום, טראַכט איבער אַלץ וואָס איר האָט דורכגעלעבט, און פֿרעגט זיך דעמאָלט צי ס’איז כּדאַי צו בלײַבן אינעם נײַעם לאַנד.
אָבער אויב איר מיינט שוין איצט אַז די שוועריקייטן זײַנען ניט צוליב „קולטור־שאָק‟, נאָר צוליב דעם וואָס די קולטור פֿונעם נײַעם לאַנד פּאַסט אײַך באמת ניט, און אַז דאָס וועט זיך ניט בײַטן אין די קומענדיקע חדשים, איז צו וואָס זיך מוטשען? קויפֿט אַ בילעט אַהיים.
זאָל זײַן מיט מזל,
די בינטל־בליצבריווניצע
טײַערע בינטל־בליצבריווניצע,
איך פֿלעג אַרויסגיין מיט אַ יאָגע־לערער. זינט דעם מאָמענט ווען מיר האָבן זיך צעשיידט, ווער איך אויפֿגערעגט יעדעס מאָל ווען איך טראַכט וועגן יאָגע, כאָטש איך טו שוין יאָגע זינט איך בין 16 יאָר אַלט!
הײַנט האָב איך, צום ערשטן מאָל זינט אונדזער צעשיידונג, זיך אומגעקערט צום יאָגע־קורס. דער אָנהייב פֿון דער סעסיע איז געווען אין אָרדענונג, נאָר בשעת די פּאַמעלעכערע טיילן בין איך פֿאַרפֿלייצט געוואָרן מיט זכרונות און מחשבֿות וועגן מײַן אַמאָליקן געליבטן און האָב זיך צעוויינט. איך וויל זיך ווײַטער פֿאַרנעמען מיט יאָגע – אָן דעם טוט מײַן גוף פּשוט וויי. אָבער איך פֿרעג זיך אויב מײַן שטאַרקע רעאַקציע הײַנט איז אַ סימן אַז איך בין נאָך נישט גרייט אויף דעם. וואָס מיינט איר?
אַ דאַנק!
שטײַפֿע געלענקען, צעבראָכן האַרץ
טײַערע געלענקען,
איך בין ניט קיין מומחה אויף יאָגע, נאָר אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי פֿון דער אייגענער דערפֿאַרונג, קענען די טרערן דווקא זײַן אַ סימן אַז ס’איז יאָ כּדאַי צו טאָן יאָגע איצט – כּדי דער דאָזיקער כּעס און טרויער זאָלן קענען אַרויפֿשווימען און דערמיט אײַך געבן אַ געלעגנהייט זיך צו ספּראַווען מיט זיי (און אויך אײַנצוזען אַז זיי זענען ניט אַזוי מוראדיק און אַז איר זײַט טאַקע גענוג שטאַרק זיי אויסצוהאַלטן). דער אָ פּראָצעס קען דויערן אַ ביסל — איר וועט זיך אפֿשר דאַרפֿן אויסוויינען עטלעכע מאָל ביז איר וועט אָנהייבן פֿילן אַ דערלײַכטערונג.
פֿון דער צווייטער זײַט איז דאָס ניט קיין מוז. עס איז כּדאַי צו זײַן זעלבסטבאַוווּסטזיניק און ניט צו צווינגען זיך אַריבערצוגיין די אייגענע גרענעצן. אויב איר ווילט ניט באַאַרבעטן דעם דאָזיקן ווייטיק פּונקט איצט, מוזט איר ניט. וואַרט ביז איר וועט זײַן גרייט, און דערמאָנט זיך דעמאָלט אַז יאָגע איז אפֿשר איין מעגלעכער מיטל.
נאָך אַ פֿראַגע: צי שטערט אײַך דער דאָזיקער כּעס, דער ווייטיק, אין אײַער טאָגטעגלעך לעבן? אויב יאָ, איז אפֿשר בעסער זיי צו קאָנפֿראָנטירן אין יאָגע כּדי זיי זאָלן אײַך ניט אַזוי פּלאָגן אין אַנדערע מאָמענטן. אָבער אויב זיי „שלאָפֿן‟ דערווײַלע, איז אפֿשר ניטאָ קיין סיבה אַרײַנצושפּרינגען דערינען פּונקט איצט.
פֿון דאַנעט קען איך ניט פּסקענען צי דאָס וויינען בשעת דער יאָגע־סעסיע איז אַ גוטער סימן צי נישט. דאָס מוזט איר אַליין פּסקענען פֿאַר זיך. געדענקט אָבער אַז דאָס וויינען גופֿא איז בכלל ניט קיין חסרון און קען אַ מאָל העלפֿן אַ מענטשן בײַצוקומען שווערע געפֿילן און זכרונות.
אײַער,
בינטל־בליצבריווניצע
טײַערע בינטל־בליצבריווניצע,
די עלטערן טענהן אַז איך האָב זיי אַוועקגעשטופּט פֿון זיך. ווי זאָל איך זיך אָפּרופֿן? ס’איז אפֿשר אמת אַפֿילו. דער מצבֿ איז אַזוי צוליב דעם וואָס זיי ווילן זיך ניט צוהערן צו מיר. למשל ווען זיי האָבן אַ טעות וועגן מיר אָדער ווען זיי באַליידיקן מיך אויף עפּעס אַן אופֿן, זענען זיי ניט גרייט צו הערן מײַן אָפּרוף אָדער זיך צו אַנטשולדיקן. האָב איך אויפֿגעהערט זיך צו טיילן מיט זיי מיט מײַנע געפֿילן, און איך האָב זיך עמאָציאָנעל אָפּגערוקט אַ ביסעלע כּדי אויסצומײַדן אַ קריגערײַ. און איצט זאָגן זיי מיר מוסר, פֿאַר וואָס איך בין אַזוי אָפּגעפֿרעמדט. לויט זײ זינדיק איך תּמיד, ווי איך זאָל זיך ניט פֿירן. זײַט אַזוי גוט און זאָגט מיר, וואָס זאָל איך טאָן?
אַ דאַנק,
ממה־נפֿשך?
טײַערע ממה־נפֿשך,
דאָס קלינגט טאַקע פֿרוסטרירנדיק. איך מיין אַז עס וועט אפֿשר העלפֿן צו טראַכטן וועגן דעם ענין „גרענעצן‟ — דאָס הייסט, ווער עס האָט שליטה אויף וועלכער טעריטאָריע. ווי אַ דערוואַקסענער (און ווי אַ מענטש בכלל) האָט איר טאַקע שליטה אויף דער אייגענער עמאָציאָנעלער טעריטאָריע. דאָס הייסט אַז נאָר איר אַליין האָט דאָס רעכט צו באַשליסן וויפֿל אינפֿאָרמאַציע איר וועט זיך טיילן מיט אַנדערע.
אײַערע עלטערן קענען אַוודאי בעטן אַז איר זאָלט זיי צולאָזן צו זיך, אָבער זיי קענען אײַך ניט צווינגען (און ווען זיי פּרוּוון צווינגען מיט מוסר-רייד, בין איך זיכער אַז איר ווילט דאָס נאָך ווייניקער)!
פֿון דער צווייטער זײַט, איז שיין אַז זיי פֿאַראינטערעסירן זיך מיט אײַך און אַז זיי ווילן אַז איר זאָלט זיך טיילן מיט זיי, אַפֿילו אויב זיי דריקן דאָס אויס אויף אַן אומגעלומפּערטן אופֿן. זיי פּרוּוון אַ פּנים אײַך לאָזן וויסן אַז זיי האָבן אײַך ליב, זיי בענקען נאָך אײַך, און זיי ווילן אַ נעענטערע פֿאַרבינדונג מיט אײַך.
שטייט פֿאַר אײַך אייגנטלעך אַ געלעגנהייט. אויב זיי וואָלטן ניט געפּרוּווט אײַך „צווינגען‟, נאָר געזאָגט: „מיר בענקען נאָך דיר און מיר ווילן וויסן ווי אַזוי צו פֿאַרבעסערן אונדזער באַציִונג‟, ווי וואָלט איר געענטפֿערט? אפֿשר איז אַ מאָל כּדאַי, ווען זיי טענהן אַז „דו שטופּסט אונדז אַוועק, ווי וואַגסטו זיך?!‟ צו ענטפֿערן: „ס׳איז שיין אַז איר ווילט אַז מיר זאָלן האָבן אַ נאָענטע באַציִונג, און איך וויל דאָס אויך, אָבער דערווײַלע פֿיל איך אַז ווען איך רעד אָפֿן מיט אײַך, מאַכט איר חוזק פֿון מיר אָדער איר רופֿט זיך ניט אָפּ אויף אַן ערנסטן אופֿן, און דערפֿאַר וויל איך ניט רעדן וועגן זיך. צי קענט איר אפֿשר פּרוּוון דאָס בײַטן?‟ און אויב זיי רופֿן זיך אָפּ אויף דעם מיט פֿרײַנדלעכקייט, איז גוט! און אויב ניט, קענט איר דעמאָלט באַמערקן (צו זיך אַליין אָדער אויף אַ קול): „נו, טאַקע דערפֿאַר רעד איך ניט מיט אײַך וועגן פּערזענלעכע זאַכן,‟ און איר קענט ווײַטער טאָן דאָס זעלבע ווי פֿריִער.
זאָל זײַן מיט מזל! אויב אײַער באַציִונג מיט די עלטערן וועט בלײַבן אַ ביסל אַן אָפּגעפֿרעמדטע, בין איך זיכער אַז די עלטערן וועלן דאָס איבערלעבן, און איר וועט קענען פּרוּוון נאָך אַ מאָל אין אַ פּאָר יאָר אַרום.
די בינטל־בליצבריווניצע
טײַערע בינטל־בליצבריווניצע,
איך האָב חתונה געהאַט מיט אַ פּאָר חדשים צוריק. דער שווער און שוויגער ווילן אַז מיר זאָלן פֿאַרברענגען אַ ביסל צײַט בײַ זיי יעדן סוף־וואָך. אויב מיר זעען זיך מיט זיי ווייניקער, ווערן זיי אויפֿגערעגט און זיי זאָגן אונדז, „אָבער מיר בענקען נאָך אײַך אַזוי!‟ מיר קומען גוט אויס מיט זיי און מיר ווילן טאַקע אָפֿט פֿאַרברענגען מיט זיי, אָבער „אָפֿט‟ האָט אַן אַנדער באַטײַט לויט אונדז (אין דער אמתן וואָלטן מיר זיי געוואָלט זען בלויז איין מאָל אַ חודש). ווי אַזוי קענען מיר פֿעסטשטעלן אַ וויזיט־צײַטפּלאַן וואָס איז באַקוועם פֿאַר אונדז, און זיי ניט באַליידיקן? צי זאָלן מיר זיי זאָגן דירעקט: „מיר ווילן אײַך זען נאָר איין מאָל אַ חודש‟, צי זאָלן מיר זיך פּשוט אָפּזאָגן אָפֿטער פֿון זייערע פֿאַרבעטונגען?
אַ דאַנק,
די קושוואָך איז קוים אַריבער, לאָזט אונדז צו רו
טײַערע קושוואָכניצע,
פֿון אײַער בריוו באַקום איך דעם אײַנדרוק אַז דער שווער און שוויגער זענען בעצם וווילע מענטשן מיט וועמען איר פֿילט זיך באמת פֿאַרבונדן, און צוליב דעם האָט איר מורא טאָמער וועט איר זיי צופֿעליק באַליידיקן. איז קודם־כּל, מזל־טובֿ — עס איז אַלע מאָל גוט צו האָבן וווילע מחותּנים! איך מיין אַז אין דער אמתן איז דאָס ניט קיין שווערע פּראָבלעם. עס זענען דאָ גרויסע שאַנסן אַז דער אונטערשייד צווישן אײַערע דערוואַרטונגען און זייערע איז ניט אַזוי גרויס — ס’איז בלויז אַ קליינע מיספֿאַרשטענדעניש. ווען די שווער־און־שוויגער זאָגן אַז זיי בענקען נאָך אײַך, ווילן זיי אײַך מסתּמא ניט פֿאַרשאַפֿן שולדגעפֿיל — מסתּמא ווילן זיי בלויז אויסדריקן זייער חשק אײַך צו זען, און ווען זיי וואָלטן געוווּסט אַז דאָס פֿאַרשאַפֿט אַ דרוק, וואָלטן זיי באַלד אויפֿגעהערט צו רעדן אַזוי.
וואָלט איך רעקאָמענדירט אַ לייזונג וואָס איז צווישן די צוויי וואָס איר האָט פֿאָרגעלייגט. עס איז טאַקע כּדאַי צו רעדן מיט זיי כּדי איבערצוגעבן אײַערע דערוואַרטונגען און וווּנטשן, נאָר עס איז מעגלעך דאָס צו טאָן אויף אַן אופֿן וואָס איז קלאָר אָבער ניט צו שטרענג, למשל: „אַ גרויסן דאַנק פֿאַר דער פֿאַרבעטונג, אָבער מיר ווילן זיך אָפּרוען מאָרגן און אין די קומענדיקע פּאָר וואָכן — צי קענען מיר זיך אָפּרעדן אויף אַ וועטשערע אין אָנהייב דעצעמבער?‟ אַזוי אַרום קענט איר אויסדריקן דעם אמת — אַז איר דאַרפֿט אַ ביסל צײַט צו פֿאַרברענגען צו צווייט, און אויך אַ צווייטן אמת — אַז איר האָט זיי טאַקע ליב און עס פֿרייט אײַך צו פֿאַרברענגען מיט זיי. האָפֿנטלעך וועלן זיי דערהערן ביידע אמתן, זיך ניט באַליידיקן, און זײַן גרייט אַרויסצוקוקן אַ ביסל לענגער אויף אײַער קומענדיק באַגעגעניש.
מזל־טובֿ נאָך אַ מאָל און האָט הנאה!
די בינטל־בליצבריווניצע
טײַערע בינטל־בליצבריווניצע,
ווי אַזוי קען איך זיך אַנטוויקלען אין לעבן ווען איך בין בטבֿע אַ פּאַסיווער מענטש? מיר דאַכט, אַז איך בלײַב שטעקן אויף פֿאַרשיידענע געביטן — אין מײַן ראָמאַנטישער באַציִונג, אין מײַן קאַריערע, און אַזוי ווײַטער — אָבער איך פֿיל זיך פּשוט פּאַראַליזירט. ניט נאָר בין איך אומצופֿרידן מיט מײַן לעבן און איך שעם זיך דערוועגן, און עס איז דערפֿאַר שווער אַרויסצוקריכן פֿונעם פּלאָנטער, נאָר בטבֿע בין איך דערצו ניט קיין מענטש וואָס זאָל אויסזוכן אויסערגעוויינטלעכע געלעגנהייטן און זיך יאָגן נאָך זיי. איך בין אַ שטילער מענטש — איך וויל סתּם לעבן אַרומגערינגלט פֿון מענטשן וועמען איך האָב ליב און וואָס האָבן מיך ליב, און איך וויל אַרבעטן אויף עפּעס אַ געביט וואָס ברענגט נוצן אַנדערע מענטשן. און מיט דעם וואָלט איך זיך באַנוגנט. אָבער ווי אַזוי זאָל איך אָנהייבן?
אַ דאַנק,
גרייט צו גיין אין שפּאַן אָבער איך וויל אַז אַ צווייטער זאָל מיך אײַנשפּאַנען
טײַערע נאָך־ניט־אײַנגעשפּאַנטע,
דאָס איז זייער אַ גוטע פֿראַגע, ווײַל עס דרינגט אַרײַן אינעם קולטורעלן פֿאַקט, אַז מיר מיינען כּסדר אַז אַלע מענטשן פֿון אַ געוויסן שטאַנד מוזן זײַן אָנפֿירערס (אָדער כאָטש „אָנפֿירעריש‟ אין זייער אייגן לעבן), און אַז גליק איז מעגלעך נאָר פֿאַר די וואָס יאָגן זיך נאָך נאָך אים אַגרעסיוו.
איך קען אַ פּאָר מענטשן וואָס זענען בטבֿע אַזוי ווי איר. איינע איז רעלאַטיוו גליקלעך, און די צווייטע — פֿאַרקערט, איז גאַנץ דעפּרימירט. דער גרויסער אונטערשייד צווישן די צוויי איז אַז די ערשטע איז אַ מבֿין אויף זיך און זי ווייסט אַז זי איז ניט קיין אָנפֿירערישער טיפּ, און די צווייטע קעמפֿט קעגן דער אייגענער פּערזענלעכקייט און צוליב דעם האָט זי דאָס געפֿיל אַז זי פֿאַלט כּסדר דורך.
אויב איר ווייסט שוין אַז איר זײַט ניט קיין אונטערנעמערישער מענטש, איז זייער קלוג אַז איר נעמט ניט אויף זיך קיין אַחריותן וואָס זענען איבער אײַערע כּוחות! ניט צוליב דעם בלײַבט איר שטעקן. נאָר אויב איר ווייסט אַז איר האָט בעסער ליב נאָכצוגיין אַנדערע מענטשן, מוזט איר גוט אויסקלײַבן די מענטשן וועמען איר גייט נאָך. גיט אַ טראַכט — אויב איר זײַט ניט צופֿרידן מיט אײַער באַציִונג אָדער מיט אײַער אַרבעט, צי קען דאָס זײַן ווײַל די מענטשן וועמען איר גיט זיך איבער אין ביידע פֿאַלן (אײַער חבֿרטע און אײַער בעל־הביתטע) האָבן ניט פֿאַרדינט אײַער מסירת־נפֿש?
אַנשטאָט זיך אַליין צו צווינגען אויסצוזוכן נײַע, אינספּירירנדיקע געלעגנהייטן, טוט ווײַטער דאָס וואָס איר טוט שוין זייער גוט: דינט אַנדערע, אין דער היים און בײַ דער אַרבעט, אָבער זוכט אויס מענטשן וועלכע שאַצן באמת אָפּ אײַער מי און געטרײַשאַפֿט!
אײַער, בינטל־בליצבריווניצע
טײַערע בינטל־בליצבריווניצע,
איך בין אַ 30־יאָריקע פֿרוי און מײַן באַציִונג צו מײַנע עלטערן גײט ניט אַזוי גוט. זיי האָבן מיר חלילה קיין שלעכטס ניט אָפּגעטאָן, אָבער אַיעדער קאָנטאַקט מײַנער מיט זיי איז זייער אָנגעשפּאַנט, און בכלל פּלאָגט מיך אַן אומבאַקוועם געמיש פֿון שולדגעפֿילן מיט דענערווירונג לגבי זיי – בפֿרט ווײַל זיי זענען אימיגראַנטן און זיי דאַרפֿן נאָך אַלץ אַז איך זאָל זיי כּסדר העלפֿן מיט איבערזעצונגען און פֿאַרשיידענע אַנדערע טעכנישע ענינים אין שײַכות מיט די אַמעריקאַנער סיסטעמען. זיי וואָלטן אויך געוואָלט אַז איך זאָל זיי צוהעלפֿן מיט אָפֿטע געלט־מתּנות, אָבער איך פֿאַרדין פּשוט נישט גענוג. בקיצור, איך פֿיל אַז זיי פֿאָדערן בײַ מיר צו פֿיל, אָבער פֿון דער צווייטער זײַט פֿיל איך זיך זייער שולדיק אַז דאָס שטערט מיך. אַחוץ דעם װיל איך פּשוט האָבן עלטערן וואָס זענען גרייט צו זײַן עלטערן: זײ זאָלן זיך אינטערעסירן אין מײַן לעבן, װעלן וויסן וואָס איך מאַך, װעלן מיך טאַקע קענען. אַנשטאָט דעם האָב איך צוויי „קינדער‟ וואָס איך האָב קיין מאָל ניט געוואָלט, וואָס מוטשען מיך כּסדר מיט זײערע פֿאָדערונגען און וואָס פֿירן זיך ווי אַ קליינער מלך און מלכּה וואָס גלייבן אַז זיי האָבן דאָס רעכט אויסצולאָזן זייער ביטער האַרץ צו מיר וויפֿל זיי ווילן. וואָס איך זאָל ניט טאָן פֿאַר זיי איז ניט גענוג. לאָזט זיך אַלע מאָל אויס אַז איך מוז פֿאַרנעמען זייערע ביטערע רייד הכנאָהדיק, מיט אַ פֿאַרבויגענעם קאָפּ, ווײַל אַזוי איז מײַן פֿליכט ווי זייער געטרײַע אונטערטענערין.
גוואַלד, וואָס טוט מען?
אײַער,
„ווען וועל איך זײַן פֿרײַ?‟
טײַערע נאָך־ניט־באַפֿרײַטע,
ראשית וויל איך אײַך פֿרעגן אָט וואָס: צי ווייסן די עלטערן אײַערע געפֿילן וועגן דעם אַלעמען? צי האָט איר זיי אַ מאָל געפּרוּווט זאָגן? צו מאָל טראָגן קינדער, אַרײַנגערעכנט דערוואַקסענע קינדער, אַזוינע שפּאַנונגען אין זיך, און די עלטערן האָבן ניט קיין אַנונג ווי דער זון אָדער טאָכטער פֿילט זיך. געוויסע קינדער לערנען זיך אויס זייער פֿרי, אַז דאָס אַרויסווײַזן די געפֿילן וועט נאָר ברענגען ווײַטערדיקע שטראָפֿן, אָבער אויב זיי מאַכן אַן אָנשטעל אַז זיי נעמען אָן אַלע שטראָפֿן פֿאַר ליב, אָדער אַז זיי זענען פּשוט אַזוי שטאַרק אַז גאָרנישט קען זיי בכלל נישט װײ טאָן, שאַפֿן זיי זיך אײַן אַ ביסל צײַטווײַליקע זיכערקייט און רו.
איר זענט שוין אָבער מער ניט קיין קינד, און איצט דאַרפֿן די עלטערן אײַך מער האָבן װי איר – זײ. איר האָט איצט טאַקע די אײבערהאַנט, כאָטש דאָס איז אפֿשר שווער צו גלייבן. איר מוזט שוין ניט אויסהערן זייערע זידלערײַען. איך לייג ניט פֿאָר אַז איר זאָלט זיי סטראַשען אַז איר וועט זיי ניט העלפֿן ביז זיי וועלן ניט רעדן שענער מיט אײַך – דאָס וואָלט געהייסן אַז איר באַהאַנדלט זיי אַזוי שלעכט ווי זיי באַהאַנדלען אײַך. אָבער איר קענט יאָ באַשליסן אַז ס’זאָל נעמען אַ סוף צו די געשרייען, און אַז זיי טאָרן זיך שוין מער ניט באַציִען צו אײַך אַזוי – און איר זאָלט אויפֿהערן זיך אָפּרופֿן אויף אַזעלכע רייד.
איך ווייס אַז סע טוט זיך ניט אַזוי גרינג ווי עס רעדט זיך. אָבער איך שטעל זיך פֿאָר אַז איר וואָלט זיי גערן געוואָלט העלפֿן ווען זיי וואָלטן אײַך בעסער באַהאַנדלט, און אין אַזאַ פֿאַל וואָלט איר אויך ווייניקער געליטן פֿון די שולדגעפֿילן. איז כּדאַי אַ טראַכט צו געבן.
וואָס שײך דער פֿראַגע צי זיי וועלן זיך אַ מאָל פֿאַראינטערעסירן אין אײַך… נו, דאָס קען איך אײַך ניט גאַראַנטירן. אָבער אפֿשר קען מען דאָס װידער פֿרעגן שפּעטער, נאָך דעם ווי זיי וועלן כאָטש אויפֿהערן צו שרײַען אויף אײַך ווי איר וואָלט נאָך געווען אַ פֿינף־יאָריקע און ניט דער דערוואַקסענער מענטש אויף וועמען זיי פֿאַרלאָזן זיך טאָג אײַן, טאָג אויס.
זאָל זײַן מיט מזל. איר זענט ניט דאָס איינציקע דערוואַקסענע קינד וואָס לײַדט פֿון אַזאַ דינאַמיק – װעגן דעם בין איז זיכער.
די בינטל־בליצבריווניצע
טײַערע בינטל־בליצבריווניצע,
מיט אַ יאָר צוריק האָב איך באַקומען מײַן מאַגיסטער־דיפּלאָם אין פֿאָלקסגעזונט (געזונט פֿון באַפֿעלקערונגען). אָבער דער פֿאַך איז ניט אַזוי קלאָר דעפֿינירט – אַ מענטש מיט אַזאַ דיפּלאָם קען אַרבעטן אויף אַ סך געביטן, אין פֿאַרשיידענע ראָלעס. וויל איך אײַך פֿרעגן, ווי קען מען דערקענען הצלחה אין אַזאַ פֿאַל, לויט אײַער מיינונג? און ווי אַזוי ווייסט מען ווען ס’איז שוין צײַט צו שפּאַנען פֿאָרויס (למשל זוכן אַ נײַע שטעלע), און אין וועלכער ריכטונג ווענדט מען זיך, ווען ס’זענען דאָ אַזוי פֿיל מעגלעכקייטן און ניט קיין „ריכטיקער‟ ענטפֿער? איך וויל שוין מער ניט זײַן אין דער בחינה פֿון „אַ סך מלאָכות, ווייניק ברכות‟ – אויף דעם בין איך דאָך אַרײַן אין אַ מאַגיסטער־פּראָגראַם, כּדי צו ווערן אַ מומחה אין עפּעס אַ תּחום – אָבער איך האָב געענדיקט דעם מאַגיסטער און אָפּגעאַרבעט אַ יאָר צײַט, און איך ווייס נאָך אַלץ ניט אויף וואָס איך זאָל זיך קאָנצענטרירן. איך פּרוּוו פֿאָרויסזען מײַן צוקונפֿט, אָבער דאָס גלאָז איז מיר דערװײַל פֿאַרנעפּלט. צי קענט איר מיר העלפֿן?
אַ דאַנק,
„פֿאַר וואָס ווייס איך נאָך אַלץ ניט וואָס איך וויל ווערן?‟
טײַערע דערוואַקסענע (אַפֿילו אויב איר פֿילט זיך ניט אַזוי),
איך מיין אַז דאָס איז אַ פֿאַרשפּרייטע קרענק, בפֿרט בײַם הײַנטיקן טאָג ווען מע דאַרף אַ מאַגיסטער־דיפּלאָם אויף אַ סך פּראָפֿעסיאָנעלע אַרבעטן, און עס איז ניט תּמיד קלאָר פֿאַר וואָס. איך זאָג ניט אַז אײַער דיפּלאָם האָט ניט קיין ווערט אָדער אַז איר האָט זיך גאָרנישט ניט אויסגעלערנט פֿון די לימודים, נאָר ס’איז אַ פֿאַקט אַז אַזעלכע דיפּלאָמען זענען ניט אַלע מאָל אַזוי ענג פֿאַרבונדן מיט מומחהשאַפֿט.
איך וואָלט אײַך געעצהט אַז איר זאָלט באַטראַכטן דעם ענין פֿאַרקערט – דאָס הייסט, דערוואַרט ניט אַז די אויסבילדונג אָדער דער תּחום אַליין זאָל אײַך צושטעלן אַ ספּעציפֿישן ציל אויף וועלכן צו ווענדן די כּוחות, נאָר אַז דער ציל זאָל זיך טאַקע אַנטוויקלען מיט דער צײַט פֿון דער אַרבעט גופֿא. אַפֿילו ווען איר וואָלט געוווּסט פּונקט אויף וואָס איר ווילט זיך קאָנצענטרירן, קען זײַן אַז די פּאַסיקע געלעגנהייטן וואָלטן זיך ניט געפֿונען — עס איז ניט אַזוי גרינג צו געפֿינען אַ שטעלע בכלל, שוין אָפּגערעדט פֿון זייער אַ ספּעציפֿישע.
צי איז אײַך די איצטיקע שטעלע שוין נימאס? אויב יאָ, הייסט עס אַז ס’איז טאַקע צײַט צו זוכן אַ נײַע (אָדער צו פּרוּוון אויסקראַצן אַ נײַע ראָלע בײַם איצטיקן בעל-הבית). איר דאַרפֿט ניט אויספּלאָנטערן פֿון פֿריִער פּונקט וואָס איר ווילט. זוכט לאַנג און ברייט ביז איר וועט געפֿינען עפּעס וואָס געפֿעלט אײַך, און לאָזט זיך דעמאָלט אינטערוויויִרן אויף פֿאַרשיידענע שטעלעס. דערװײַל האָט איר אַרבעט, הייסט עס אַז סע ברענט נישט, און אַזאַ פּראָצעס קען אָפֿט באַלײַכטן דעם װעג, סײַ װאָס שייך דעם וואָס איר ווילט אַליין, סײַ וואָס שייך די געלעגנהייטן וואָס עקסיסטירן טאַקע.
בקיצור, זאָרגט זיך ניט אויב איר קענט נאָך ניט פֿאָרויסזען אײַער גורל. קאָנצענטרירט זיך אויף דעם ווי איר פֿילט זיך איצט און אויף וואָס איר ווילט, און קלײַבט אויס דעם וועג וואָס ציט אײַך צו. אויב איר וועט דאָס טאָן עטלעכע מאָל נאָכאַנאַנד, וועט איר זיך אפֿשר געפֿינען אין אַ פּראָפֿעסיאָנעלער ראָלע וואָס איז אײַך אין גאַנצן נײַ, נאָר אויך אין גאַנצן פּאַסיק.
זאָל זײַן מיט מזל! איר וועט שוין געפֿינען אײַער אָרט.
די בינטל־בליצבריווניצע
טײַערע בינטל־בליצבריווניצע,
איך קריג זיך ניט זעלטן מיטן מאַן, און אָפֿט מאָל „געווינט‟ דווקא ער (אַלץ וועגן רעלאַטיוו קליינע ענינים, בפֿרט ווען מיר דאַרפֿן לייזן עפּעס אַ פּראָבלעם בשותּפֿות; למשל, ווען עפּעס צעברעכט זיך אין דער דירה און מיר דאַרפֿן באַשליסן ווי אַזוי עס צו פֿאַרריכטן, און אויסקלײַבן צווישן פֿאַרשיידענע מעגלעכע סטראַטעגיעס.)
אַ מאָל גיב איך זיך פּשוט אונטער ווײַל מיר איז שוין נימאס געוואָרן זיך צו קריגן איבער אַזעלכע קליינלעכע טעמעס כּסדר — אָבער אַ מאָל, פֿאַרקערט, „געווינט‟ ער ווײַל ער צײַגט מיך טאַקע איבער אַז זײַן מיינונג איז די ריכטיקע. אָבער פֿאַר וואָס פֿיל איך זיך פֿאָרט אַזוי שלעכט נאָך אַ סיכסוך פֿונעם צווייטן סאָרט? פֿאַר וואָס באַקום איך דאָס געפֿיל אַז ער האָט געוווּנען און איך האָב פֿאַרשפּילט, אַפֿילו ווען איך בין מסכּים מיטן אויספֿיר פֿון אונדזער דיסקוסיע?
אַ דאַנק,
אַ ווײַב וואָס וויל זיך מער ניט קריגן, נאָר וויל אויך ניט ווערן קיין פֿאַרשפּילטע
טײַערע ניט־פֿאַרשפּילטע,
נו, איך וואָלט מסתּמא געקענט אָנשרײַבן אַ גאַנצע פּרשה וועגן ער־קלערן (מאַנספּליינינג) אָבער איך וויל אייגנטלעך רעדן וועגן אַן אַנדער ענין. איך קען פּונקט דעם מין קריגערײַ וואָס איר באַשרײַבט דאָ — אַזוי ווי אין אַ בית־דין, פּסקנט מען לטובֿת דעם וואָס ברענגט די בעסטע ראַיות. דאָס איז אָבער ניט דער איינציקער אופֿן זיך צו קריגן. (אפֿשר איז דאָס אַ חידוש פֿאַר אײַך אַזוי ווי ס’איז געווען אַ חידוש פֿאַר מיר!) ווײַזט אויס, אַז עס זענען דאָ אַנדערע וויכטיקע זאַכן אויף דער וועלט אַחוץ לאָגישע טעמים. איין מענטש קען זײַן טעכניש גערעכט, אָבער אויב ער באַליידיקט זײַן מיטשמועסער מיט דעם וואָס ער איז בכלל ניט גרייט אויפֿצונעמען קיין אַנדערע פּערספּעקטיוון, הייסט דאָס ניט „געוווּנען‟. סײַדן איר מיטן מאַן זענען מוח־כירורגן וואָס קריגן זיך וועגן ווי אַזוי צו ראַטעווען דאָס לעבן פֿון אַ שווער קראַנקן, טאָר די פֿראַגע „ווער איז גערעכט‟ ניט תּמיד פֿאַרנעמען דאָס צענטראַלע אָרט.
איך בין לעצטנס געווען אַן עדות אויף גאָר אַן אַנדער מין צוזאַמענאַרבעט. (איך דערמאָן דאָס ווײַל איר האָט געשריבן אַז דווקא ווען איר פּרוּווט לייזן פּראָבלעמען צוזאַמען, קריגט איר זיך.)
צוויי פֿון מײַנע חבֿרים האָבן געפּרוּװט פֿאַרריכטן אַ צעבראָכענע שטול. ס׳איז געווען זייער שווער צוצוקומען צום צעבראָכענעם טייל, האָט איין חבֿר געהאַלטן די שטול און דער אַנדערער האָט זי כּלומרשט פֿאַרראָכטן, און דערבײַ נישקשה זיך אָנגעשוויצט. ווען ער האָט געענדיקט, האָט די שטול ניט אויסגעזען ווי עס באַדאַרף צו זײַן, און ס׳איז קלאָר געוואָרן אַז אַן אַנדער לייזונג (אַ לייזונג וואָס מע האָט פֿריִער געהאַט פֿאָרגעלייגט, נאָר צום סוף אָפּגעוואָרפֿן) וואָלט בעסער געטויגט.
איך האָב דערוואַרט אַז דער וואָס האָט געהאַלטן די שטול זאָל אויסגערופֿן: „אַ שאָד וואָס דו האָסט דאָס ניט געטאָן אויף אַן אַנדער אופֿן‟ אָדער אַפֿילו „אַ שאָד װאָס דו האָסט דאָס ניט געטאָן אַזוי ווי איך האָב פֿאָרגעלייגט‟ — און ער וואָלט אַפֿילו געווען גערעכט. אין דעם פֿאַל אָבער, האָבן ביידע חבֿרים אַ קוק געגעבן אויף דער נעבעכדיקער שטול, אָפּגעזיפֿצט זעענדיק ווי אומגעלומפּערט זי זעט אויס, און זיך צעלאַכט. „נו, ווער עס האָט טענות צו דיר וועגן דער אָ שטול זאָל טאַקע אַליין פּרוּוון זײַן מזל‟, האָט דער צווייטער געזאָגט. און צוריקקוקנדיק האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז אין יענעם מאָמענט איז געווען וויכטיקער אָפּצוגעבן כּבֿוד דעם וואָס האָט אַזוי שווער געהאָרעוועט, אײדער צו פֿאַרריכטן די שטול אויפֿן סאַמע פּערפֿעקטסטן אופֿן.
איך אַליין בין מסכּים מיטן דאָזיקן סדר־הווערטן. אַזוי וויל איך פֿירן מײַן לעבן און מײַנע באַציִונגען. און װי מײנט איר?
די בינטל־בליצבריווניצע
טײַערע בינטל־בליצבריווניצע,
מײַן טאָכטער גרייט זיך אויף איר בת־מיצווה, מיט דער הילף פֿונעם רבֿ און פֿון פֿאַרשיידענע אַנדערע לערערס פֿאַרבונדענע מיט אונדזער שול.
איך באַמערק אַ סתּירה אין דעם ווי אירע לערערס שטעלן פֿאָר דעם ענין אמונה. פֿון איין זײַט האָב איך אַ רושם אַז מע באַציט זיך ניט אַזוי ערנסט דערצו. פֿון דער צווייטער זײַט דערציילט די טאָכטער אַז אירע לערערס פֿאָדערן בײַ איר עפּעס „אַני מאמינס‟ וואָס זעען איר אויס ווי טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען, אַזוי ווי זי ווייסט נאָך ניט וואָס זי גלייבט, כאָטש זי איז טאַקע נײַגעריק וועגן גאָט.
עס איז מיר וויכטיק אַז די טאָכטער זאָל זיך אויך פֿאַרבינדן מיט דער ייִדישער קולטור, ניט נאָר דער רעליגיע, און זיך פֿירן (און זיך פֿילן) ווי אַ ייִד דורך פֿאַרשיידענע גמילות־חסד־אַקטיוויטעטן. מיר זעט אָבער אויס, אַז בײַ די לערערס זענען די דאָזיקע ענינים זײַטיקע אין פֿאַרגלײַך מיט תּפֿילה און אמונה.
איך ווייס ניט פּונקט ווי אַזוי צו באַשרײַבן די דאָזיקע שפּאַנונג, און אויך ניט פֿאַר וואָס זי דענערווירט מיך אַזוי. צי קענט איר מיר העלפֿן? אַגבֿ, איך בין אַליין אַ גלייביקע, טאָמער איז דאָס שייך.
אַ דאַנק,
אַ ייִדישע מאַמע אין עלאַבעמע
טײַערע עלאַבעמע־מאַמע,
דאָס קלינגט טאַקע דענערווירנדיק (כאָטש אויך ניט אַזוי זעלטן אין אונדזערע קאַנטן, צום באַדויערן).
אויף דײַן אָרט, וואָלט איך געוואָלט אויסשרײַען, „ממה־נפֿשך! אָדער די אמונה איז יאָ וויכטיק, אָדער נישט. און טאָמער יאָ, זאָלן די לערערס רעדן וועגן דעם אויף אַ בכּבֿודיקן, ערנסטן אופֿן — און טאָמער נישט, זאָלן זיי אויפֿהערן צו פֿאָדערן בײַ די קינדער אַז זיי זאָלן מאַכן אַן אָנשטעל וואָס שייך זייערע אייגענע איבערצײַגונגען, און אַוודאי און אַוודאי זאָלן זיי זיך באַציִען צו קולטורעלע און וווילטעטיקע אַקטיוויטעטן ווי וויכטיקע פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון אַ דערוואַקסענעם ייִדישן מענטשן.‟ (דאָס לעצטע וואָלטן זיי געדאַרפֿט טאָן אַזוי צי אַזוי.)
דאָ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז אמונה אַן אָנגעלאָדענע טעמע פֿאַר ייִדן. מיר הערן אַזוי פֿיל רייד וועגן אמונה פֿון אַ קריסטלעכן קוקווינקל אַז מיר מיינען אפֿשר אַז אמונה איז נאָר פֿאַר קריסטן — און די ייִדישע אמונה־וועגן זענען אונדז פּשוט אומבאַקאַנט. צוליב דעם, און צוליב אונדזער וועלטלעכקייט, אפֿשר, שעמען מיר זיך אָפֿט מאָל צו רעדן אָפֿן וועגן אמונה. פֿון דער צווייטער זײַט, איז דער קריסטלעכער מוסטער אונדז טיף אַרײַן אין די ביינער: באַטראַכטן מיר די ייִדישקייט דער עיקר ווי אַ רעליגיע, און דערפֿאַר אָנערקענען מיר נאָר איין אופֿן אויף וועלכן אַרויסצוּווײַזן אונדזער ייִדישקייט — אַ סאָרט „טעאַטער־פֿאָרשטעלונג‟, ווי איר האָט געשריבן, פֿון עפּעס אַ מין פֿרומקייט. די צוויי פֿאַקטאָרן שאַפֿן פּונקט דעם מצבֿ וואָס איר האָט באַשריבן אין אײַער בריוו: ייִדן שעמען זיך (אָדער ווייסן ניט ווי אַזוי) צו רעדן וועגן אמונה אויף אַן אמת, און אין דער זעלבער צײַט שפּילן מיר אַ פֿרומע „ראָלע‟.
איך טענה ניט אַז דאָס איז אַ סימן פֿון צבֿיעות — פֿאַרקערט, עס איז דאַכט זיך אַ סימן פֿון אַן ערלעכער שטרעבונג צו ייִדישקייט, נאָר אַ באַגרענעצטער צוליב קולטורעל־היסטאָרישע סיבות.
איך מיין ניט אַז אײַער טאָכטערס לערערס ווילן זי בכּיוון פֿאַרמישן. מסתּמא פֿאַרשטייען זיי אַליין ניט אַזוי קלאָר די דאָזיקע ענינים, און זייער פֿירונג איז פּשוט אַן אָפּשפּיגלונג דערפֿון. דאַכט זיך אַז די טאָכטער וועט ניט קענען דערוואַרטן פֿון זיי גרויסע חידושים וואָס שייך אמונה; אָבער איר, ווי אַ מאַמע וואָס שטעלט די דאָזיקע וויכטיקע פֿראַגעס, קענט טאַקע צו הילף קומען. איר קענט באַשטעטיקן אַז זי איז גערעכט, אַז עס איז דאָ אַ סתּירה — און אַזוי ווי די לערערס זעען די סתּירה ניט, קענען זיי מסתּמא ניט אָנבאָטן אויף איר קיין באַשייד. דערצו קענט איר זי דערמוטיקן, זי זאָל ווײַטער פֿרעגן אַזעלכע פֿראַגעס און ביסלעכווײַז אָנהייבן פֿאָרמולירן אירע אייגענע ענטפֿערס. זי וועט דאָך באַלד ווערן בת־מיצווה…
אין אַ מזלדיקער שעה!
די בינטל־בליצבריווניצע
שיקט אײַערע שאלות צו: bintlblitsbriv@forward.com
טײַערע בינטל־בליצבריווניצע,
איך האָב הײַנט גערעדט מיט אַ חבֿרטע וועגן דעם געדאַנק אַז יעדער מענטש קען מצליח זײַן אין לעבן אויף בלויז איין געביט, אָבער פֿון דער צווייטער זײַט איז דאָ אַ געװיסער דרוק אַז יעדער איינער דאַרף מצליח זײַן אין אַלע געביטן פֿון לעבן. צי מוז איך באמת אויסקלײַבן נאָר איין פּריאָריטעט אין לעבן, און זיך אָפּזאָגן פֿון אַנדערע אַקטיוויטעטן (אָדער לייגן ווייניק אַכט אויף זיי), כּדי מצליח צו זײַן אויף דעם געביט וואָס איז בײַ מיר דאָס סאַמע וויכטיקסטע?
אַ דאַנק,
אַ מענטש מיט מער ווי איין פּריאָריטעט
טײַערע פֿיל־פּריאָריטעטישע,
וועגן דער דאָזיקער פֿראַגע טראַכט איך אָפֿט, אייגנטלעך. איך בין אַליין אַ מענטש וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט אַ סך פֿאַרשיידענע אַקטיוויטעטן, און פֿון מאָל צו מאָל זאָגט מיר עמעצער אַז איך וועל מיט דער צײַט מוזן אויסקלײַבן, אויב איך וויל עפּעס אַ מאָל אויפֿטאָן אין מײַן לעבן.
פֿון איין זײַט איז מסתּמא אמת אַז איך וואָלט געקענט אויפֿטאָן מער ווען איך וואָלט זיך קאָנצענטרירט אויף נאָר איין געביט. פֿון דער צווייטער זײַט, האַלט איך אַז אין אַזאַ פֿאַל וואָלט מײַן אַרבעט פּשוט אויפֿגעהערט מיך צו פֿאַראינטערעסירן, ווײַל מײַן שעפֿערישקייט שטאַמט פֿון דעם אַז איך פֿאַרבינד פֿאַרשיידענע געביטן מיטאַנאַנד, איך צי באַגײַסטערונג פֿון איינעם אויפֿן צווייטן, און בכלל שעפּ איך ענערגיע פֿון דעם וואָס איך טו פֿאַרשיידענע זאַכן און מוז ניט אַ גאַנצן טאָג בלײַבן אויף איין אָרט.
איך רעד דאָ וועגן דער אַרבעט, אָבער איך מיין אַז דער ענטפֿער איז דער זעלבער וואָס שײך אַנדערע געביטן פֿון לעבן. טאַקע צוליב דעם רעדט מען אַזוי פֿיל אין אונדזערע צײַטן וועגן באַלאַנס – ד”ה, מיר אַרבעטן בעסער ווען מיר לייגן אויך אַכט אויף געביטן פֿון לעבן אַחוץ דער אַרבעט, און אונדזערע באַציִונגען, משפּחה, און אַנדערע געביטן פֿון לעבן זענען אָפֿט מאָל געזינטער און באַפֿרידיקנדיקער ווען מיר אַרבעטן אויף אַ געביט וואָס איז אונדז וויכטיק (ווײַל דאָס איז אַװדאי אויך זײער װיכטיק!).
איז, ניין, איך בין ניט מסכּים מיט דער טעאָריע אַז יעדער איינער פֿון אונדז מוז אויסקלײַבן נאָר איין פּריאָריטעט אין לעבן. ס׳איז טאַקע אמת אַז מע פֿילט אַ דרוק מצליח צו זײַן אויף אַלע געביטן, און דאָס איז אַ שאָד, ווײַל “הצלחה” פֿון אַ דרויסנדיקן קוקווינקל דאַרף ניט זײַן דער ציל. דאָס לעבן איז ניט קיין טעאַטער־פֿאָרשטעלונג (אַפֿילו הײַנט אין דער פֿייסבוך־תּקופֿה), און עס דאַרף ניט אויסזען שיין בײַ יעדן צוקוקער. בעסער איז צו זײַן געטרײַ די אייגענע פּריאָריטעטן. און ווער עס פּרוּווט אײַך זאָגן וואָס איר וואָלט געדאַרפֿט טאָן און אַז איר וואָלט עס געדאַרפֿט טאָן נאָך בעסער — נו, פֿײַפֿט זיך אויס אויף זיי.
בלויז איר האָט דאָס רעכט צו באַשליסן וואָס צו טאָן אין לעבן! געניסט פֿון דער אויטאָנאָמיע כּל־זמן עס לאָזט זיך.
אײַער,
בינטל־בליצבריווניצע
טײַערע בינטל־בליצבריווניצע,
מײַן חבֿר וויל באַזוכן די שטאָט וווּ איך וווין און אײַנשטיין בײַ מיר אין דער דירה. די בעל־הביתטע (וואָס וווינט אויך אין דער דירה) האָט געזאָגט אַז ער טאָר ניט אײַנשטיין בײַ אונדז מער ווי פֿינף טעג, אָבער ער קומט אויף צוויי וואָכן, האָבן מיר געדונגען אַ צימער אין אַן אַכסניה אויף די איבעריקע נײַן טעג. מײַן חבֿר זאָגט אַז איך וואָלט געדאַרפֿט דעם חודש בעטן אַ הנחה פֿונעם דירה־געלט, אַזוי ווי מײַן בעל־הביתטע פֿאַרטרײַבט מיך פֿון מײַן צימער אויף נײַן טעג צוליב זײַן באַזוך. איך האָב אָבער ניט קיין כּוח זיך צו קריגן מיט איר וועגן געלט, האָב איך פּשוט באַצאָלט די גאַנצע סומע ווי געוויינטלעך. איצט איז מײַן חבֿר אין כּעס אויף מיר, פֿאַר וואָס איך פֿאָדער ניט בײַ אַנדערע מענטשן וואָס ס׳קומט מיר. ווי מיינט איר?
אַ דאַנק,
צי בין איך טאַקע אַ שוואַכינקע?
טײַערע ניט־אַזאַ־שוואַכינקע,
איך מיין אַז אײַער חבֿרס קוקווינקל איז אַ ביסל קרום אין דעם פֿאַל. אײַער בעל־הביתטע האָט אויך אַ רעכט אויף אַן אייגענער מיינונג וועגן ווי לאַנג אַ געסט זאָל בלײַבן אין אַ בשותּפֿותדיקער דירה, און אויב זי האַלט אײַער צימער פֿאַר אײַך דעם גאַנצן חודש, צי איר שלאָפֿט דערינען צי נישט, האָט זי אויך דאָס רעכט צו בעטן דאָס חודשלעכע דירה־געלט ווי געוויינטלעך. איך פֿיל זיך אַ ביסל אומרויִק וועגן דעם אַז אײַער חבֿר האָט אײַך איבערגעצײַגט אַז איר זײַט דאָ די פּראָבלעם, ווי איר וואָלט געווען צו שוואַך אין אײַערע משׂא־מתּנס מיט אַנדערע מענטשן. צי ווייסט ער אַז ער קען אַ מאָל זײַן אומגערעכט וועגן עפּעס? אָדער אַפֿילו אויב ער איז טעאָרעטיש גערעכט, צי פֿאַרשטייט ער אַז אײַער באַציִונג מיט אײַער בעל־הביתטע איז אין אײַער רשות, ניט אין זײַנעם, און אַז איר האָט די פֿרײַהייט צו פֿירן די דאָזיקע באַציִונג ווי איר ווילט, אַפֿילו אויב ער איז ניט מסכּים מיט אַלע אײַערע באַשלוסן? גיט אַ טראַכט וועגן די דאָזיקע פֿראַגעס.
אַגבֿ, ס’איז אַ ביסל איראָניש װאָס ער מוסרט אײַך אַז איר האָט אַ „צו שוואַכן ווילן‟, אָבער אין דער זעלבער צײַט װיל ער אַז איר זאָלט טאָן וואָס ער הייסט.
זײַט ממשיך מיט אײַערע גוטע באַשלוסן וועגן ווי זיך צו פֿירן מיט מענטשן, אַפֿילו ווען דאָס געפֿעלט ניט אײַער חבֿר.
אײַער,
בינטל־בליצבריווניצע
שיקט אײַערע שאלות צו: bintlblitsbriv@forward.com
טײַערע בינטל־בליצבריווניצע,
ס’האָט זיך געשאַפֿן בײַ מיר אַן אומבאַקװעמע סיטואַציע אין מײַן קליינער געזעלשאַפֿטלעכער סבֿיבֿה: עס זענען דאָ צוויי מענטשן מיט וועמען איך האָב אָנגעשטרענגטע באַציִונגען, און עס טרעפֿט ניט זעלטן אַז מיר געפֿינען זיך אױפֿן זעלבן קליינטשיקן אָרט. זאָגן דעם ערשטן אַ גיכן שלום־עליכם איז שוין אַ געוווינהייט, אָבער מיטן צװײטן איז אַן אַנדער, מער טרױעריקע מעשׂה, ווײַל כאָטש מיר זענען געווען גוטע פֿרײַנד רעדט ער בכלל ניט מיט מיר צוליב סיבות וואָס זענען מיר ניט קלאָר. איך וויל זײַן העפֿלעך און אים באַגריסן, אָבער ס׳איז מיר ניט באַקװעם צוצוגײן צו עמעצן װאָס וויל קענטיק ניט שמועסן מיט מיר. בקיצור, ס’רײַסט מיר דאָס האַרץ צו זיצן אין זאַל מיט אַ נאָענטן מענטש וואָס וויל ניט רעדן מיט מיר, און איך װײס ניט װי אַזױ זיך צו פֿירן.
װאָס עצהט איר: גיין אױף אונטערנעמונגען און זיך באַהאַלטן אין אַ װינקל אומעטיקערהייט? צי זיצן אין דער הײם און חלומען וועגן אַן אידילישער סבֿיבֿה, פֿרײַ פֿון קאָמפּליצירטע באַציִונגען?
גרוסן פֿון אַ פֿאַרצװייפֿלט מײדל װאָס פֿילט זיך װי אַ מצורע.
טײַערע מצורעטע,
נו, קיין איינע פֿון די ברירות וואָס איר לייגט פֿאָר איז ניט געוווּנטשן, אָבער דאָס ווייסט איר שוין אַליין.
דאַכט זיך, אַז אײַער פֿראַגע איז מסתּמא אַן אַנדערע, דהײַנו: „ווי אַזוי קען איך אַרויסקריכן פֿון מײַן טיפֿן עגמת־נפֿש וועגן מײַנע איבערגעהאַקטע פֿרײַנדשאַפֿטן, און ווי אַזוי קען איך בײַקומען מײַן שעמעוודיקייט ווען איך זע די צוויי מענטשן, כּדי איך זאָל ניט מוזן פֿאַרלאָזן אַ געזעלשאַפֿט וואָס איז מיר טײַער?‟
ניט קיין גרינגע פֿראַגעס — איך לײַד מיט מיט אײַך. ס׳איז טאַקע ניט גרינג זיך צו זען מיט מענטשן וואָס רופֿן אַרויס נעגאַטיווע געפֿילן, ספּעציעל ווען די געפֿילן זענען נאָך פֿרישע.
איין ברירה איז צו מאַכן אַ שטיקל איבעררײַס פֿון דער דאָזיקער סבֿיבֿה. אויב אַ געוויסע זאַך טוט צו פֿיל וויי איז אַ מאָל בעסער אויף דערווײַל זיך דערווײַטערן דערפֿון. זיצט אָבער ניט אין דער היים! געפֿינט אַנדערע סבֿיבֿות וווּ איר קענט זיך באַקענען מיט מענטשן. ס׳איז סײַ־ווי גוט צו פֿאַרברענגען מיט מער ווי איין געזעלשאַפֿט.
אָדער איר קענט זיך אָנטאָן אַ כּוח און יאָ ווײַטער גיין אויף די אונטערנעמונגען. איר האָט דאָך פּונקט אַזאַ רעכט דאָרט בײַצוזײַן ווי די אַנדערע! באַהאַלט זיך אָבער ניט אין ווינקל; פֿאַרברענגט מיט אײַערע אַנדערע חבֿרים און באַקענט זיך מיט נײַע מענטשן. לכתּחילה וועט אײַך אפֿשר זײַן אַ ביסל אומבאַקוועם אָבער מיט דער צײַט וועט איר זיך שוין צוגעוויינען.
אין דעם פֿאַל לייג איך פֿאָר אַז איר זאָלט טאָן ביידע זאַכן: גייט ווײַטער אויף אײַערע געוויינטלעכע אונטערנעמונגען אָבער פּרוּווט אויך געפֿינען נײַע סבֿיבֿות און נײַע חבֿרים.
אַגבֿ, אויב יענער וויל מיט אײַך ניט רעדן, איז בעסער אים צו לאָזן צו רו. לכתּחילה וועט אײַך אפֿשר זײַן שווער דאָס צו טאָן, אָבער צום סוף וועט דאָס מסתּמא זײַן גרינגער פֿאַר אײַך ביידן.
און זײַט געדולדיק. ס׳קען נאָך דויערן אַ שטיקל צײַט ביז איר וועט בײַקומען דעם טרויער אָבער מיט דער צײַט וועט איר, מירצעשעם, געפֿינען גליק.
מיט דערמוטיקנדיקע גרוסן,
די בינטל־בליצבריווניצע
טײַערע בינטל־בליצבריווניצע,
פֿאַר וואָס זענען מײַנע באַציִונגען מיט מענטשן וואָס וווינען ווײַט פֿון מיר, אַזוי פֿיל שטאַרקער ווי מײַנע באַציִונגען מיט מענטשן וואָס וווינען אין דער זעלבער שטאָט? ווי אַזוי קען איך אָנקניפּן און אַנטוויקלען באַדײַטנדיקע באַציִונגען מיט מענטשן וועמען איך זע כּסדר פּנים־אל־פּנים?
עלנטקייט איז מיר אַזוי נימאס
טײַערע עלנטקייט,
איך פֿאַרשטיי אײַך זייער גוט! ס׳איז טאַקע אַ סך גרינגער זיך צו פֿאַרבינדן מיט עמעצן וואָס געפֿינט זיך ווײַט, מיט עמעצן וואָס איז אײַך ניט אַזוי גרויס אין די אויגן מיט דענערווירנדיקע געוווינהייטן און דרינגענדיקע פֿאָדערונגען. אָפֿט מאָל ווערן מענטשן גרינגער דענערווירט פֿון אַ נאָענטן קאָנטאַקט מיט אַ מענטש. ס׳איז זיי שווער זיי אָפּצוזאָגן ווען זיי בעטן פֿאַרשיידענע בקשות און בקשהלעך, און אפֿשר אויך פֿאַר מענטשן וואָס האָבן שוועריקייטן מיטן אויסדריקן אייגענע געפֿילן, באַדערפֿענישן, באַגערן, אאז”וו.
דאָס איז שוין צום טייל אַן ענטפֿער אויף אײַער צווייטער פֿראַגע: אײַער מצבֿ וועט זיך פֿאַרבעסערן ווען איר וועט אַנטוויקלען די פֿעיִקייט אויסצודריקן אײַערע געפֿילן פֿאַר אײַערע נאָענטע! איך ווייס אַז ניט אַזוי גיך טוט זיך ווי ס’רעדט זיך אָבער דאָס איז דער ערשטער טראָט. אויב איר וועט זיך קענען בעסער אויסדריקן פּנים-אל-פּנים, וועט איר צוציִען אינטערעסאַנטע מענטשן, און בכלל וועלן מענטשן אײַך ניט אַזוי פֿיל דענערווירן ווי פֿריִער.
דאָס איז גילטיק סײַ אויף פּאָזיטיווע אויסדרוקן, סײַ אויף נעגאַטיווע. איר מוזט זיך קענען אויסדריקן ווען עפּעס שטערט אײַך אָדער איר ווילט עפּעס בעטן בײַ עמעצן. דאָס מיינט אַז איר וועט מוזן זיך אָנטאָן אַ כּוח און צוגיין צו מענטשן וואָס אינטערעסירן אײַך — אַפֿילו אויב איר שעמט זיך אַ ביסל דאָס צו טאָן פּנים-אל-פּנים. און איר מוזט אויך זײַן גרייט אָפּגעזאָגט צו ווערן. אַ מאָל וועלן מענטשן אַפֿילו דערקענען אַז איר פֿילט זיך באַליידיקט. דאָס איז טאַקע זייער שווער, אָבער סימפּאַטישע מענטשן וועלן אײַך ניט מישפּטן דערפֿאַר.
הלוואַי וואָלט איך פֿאַר אײַך געהאַט אַ מיטל וואָס קען אײַך אָנגאַרטלען מיט מוט! דערווײַלע אָבער, זײַט וויסן אַז עס וועט דויערן צײַט, און איר וועט אפֿשר דאַרפֿן הילף, פֿון אײַערע ווײַטע חבֿרים אָדער אַפֿילו פֿון אַ טעראַפּעווט. ס׳איז אָבער כּדאַי צו אַרבעטן איבער דעם, ווײַל ס׳איז שיין צו האָבן חבֿרים מיט וועמען איר קענט זײַן היימיש און וואָס זענען נישט קיין קאַלטע לונג־און־לעבער!
זאָל זײַן מיטן רעכטן פֿוס!
אײַער עלעקטראָנישע חבֿרטע,
די בינטל־בליצבריווניצע
Copyright © 2020, The Forward Association, Inc. All rights reserved.