No Place Like Home

באַצאָלט ווייניקער פֿאַר מעדיקאַמענטן

Pay Less for Your Prescriptions

די פּרײַזן פֿון מעדיקאַמענטן אין אַמעריקע זענען הײַנט אָפֿט אומגלייבלעך הויך, און דערפֿאַר איז כּדאַי זיך צו דערוויסן ווי אַזוי צו באַקומען הנחות. אָט זענען 8 עצות פֿון די עקספּערטן, לויט אַן אַרטיקל פֿון האַל בונדריק, אַ פֿינאַנציעלער עצה־געבער, וואָס איז לעצטנס געדרוקט געוואָרן אין US News and World Report:

1) ניצט קופּאָנען. די גרויסע אַפּטייקן און כּל־בו־געשעפֿטן שיקן רעגלמעסיק אַרויס קופּאָנען מיט דער פּאָסט; קוקט זיי דורך, און שנײַדט אויס יענע, וואָס זענען אײַך ניצלעך. קוקט אויך אויף דער וועבזײַט פֿון די געשעפֿטן צו זען וואָס פֿאַר אַ זאַכן פֿאַרקויפֿט מען איצט בײַ אַ רעדוצירטן פּרײַז. פֿרעגט דעם אַפּטייקער, צי ער קען אײַך געבן ספּעציעלע הנחה־קאַרטלעך פֿון דער אַפּטייק, וואָס קאָן אײַך שפּאָרן נאָך 10־25 פּראָצענט.

Read more


נאַהיט־זופּ

Chickpea Soup

געוויינטלעך, אַסאָציִיִרט מען נאַהיט מיט חומוס, אָבער דאָ דינט עס ווי דער הויפּט־אינגרעדיענט פֿון אַ געשמאַקער, פּראָטעיִן־רײַכער זופּ.

3 15־אונציקע פּושקעס נאַהיט 3 לעפֿל איילבערט־בוימל 2 גרויסע ציבעלעס, צעשניטן 4 ציינדלעך קנאָבל, צעשניטן
1 צווײַגעלע טימיאַן
1/2 טעפּל טרוקענעם ווײַסן ווײַן
4 טעפּלעך יויך
זאַלץ
1 הייפֿטל בראָקאָלי
אַ זשמעניע פּעטרישקע

Read more


כורמעס מיט פֿיסטוקן

Persimmons With Pistachio Nuts

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

פּרוּווט אויס דעם גרינגן, באַטעמטן דעסערט, אָבער וואַרט ביז די כורמעס ווערן ווייך און צײַטיק, כּדי אויסצומײַדן אַ נישט־אײַנגענעמען נאָך־טעם.

2 טעפּלעך געדיכטער גריכישער יאָגורט

4 צײַטיקע כורמעס (persimmons)

1/2 טעפּל צעמאָלענע רויע פֿיסטוקן (pistachio nuts)

1/3 טעפּל האָניק

זאַלץ, אויב איר ווילט

צעשנײַדט יעדע כורמע אויף זעקס שטיקלעך. ֿצעטיילט דעם יאָגורט אין אַכט טעלער אָדער שיסלען. לייגט די כורמעס און צעמאָלענע ניס אַרײַן אינעם יאָגורט, און באַגיסט עס מיט אַ ביסל האָניק. באַשפּרענקלט עס אַלץ מיט אַ ביסעלע זאַלץ.


נישט געפֿערלעך...

Letting Go...

די אַמעריקאַנער שרײַבערין לין מעסינאַ האָט אָנגעשריבן אַן עסיי אינעם „ניו־יאָרק טײַמס‟ בלאָג, Motherlode, ווי שווער ס׳איז צו לאָזן אירע קינדער טאָן ריזיקאַלישע זאַכן — אַ זאָרג, וואָס אַ סך אַנדערע עלטערן קענען גוט פֿאַרשטיין:

מיט אַ צוויי־דרײַ יאָר צוריק האָב איך געלייענט אַן אַרטיקל וועגן דער געוואַלדיקער קאָמפּעטענץ פֿון די קינדער אין פֿראַנקרײַך. דער רעפּאָרטער פֿונעם אַרטיקל האָט דערציילט, אַז בעת ער האָט געפֿירט אַן אינטערוויו מיט אַ געוויסער פֿרוי אינעם גאַסטצימער, האָט דער פֿרויס 3־יאָריק טעכטערל אַליין געמאַכט טערטלעך (cupcakes) אין קיך. זינט דעמאָלט איז דאָס מיידעלע געוואָרן בײַ מיר אַ סימבאָל פֿון מײַן אייגענער נטיה צו זײַן אַ ביסל „צו פֿאָרזיכטיק‟.

Read more


זײַ מיר מוחל!

I’m Sorry!

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

בײַ ס׳רובֿ פֿון אונדז, קומט אָן זייער שווער צו זאָגן: „זײַ מיר מוחל‟. אַ מאָל איז עס, ווײַל עס דאַכט זיך אונדז, אַז דער כּלומרשטיקער טעות, וואָס מיר האָבן געמאַכט, איז געווען באַרעכטיקט, און אַ מאָל — פּשוט, ווײַל מיר שעמען זיך זיך מודה צו זײַן, אַז מיר האָבן באַעוולט אַ צווייטן.

אַ צאָל פּסיכאָלאָגן האָבן שוין געפֿאָרשט דעם ענין, ווי אַזוי מענטשן אַנטשולדיקן זיך. דער סאָציאַלער פּסיכאָלאָג סטיווען שער פֿון „איסטערן אילינוי אוניווערסיטעט‟ האָט אָנגעשריבן אַן אינטערעסאַנטן אַנאַליז דערפֿון, און באַוויזן, אַז די פּינקטלעכע ווערטער וואָס אַ מענטש ניצט בײַם אַנטשולדיקן זיך, זענען נישט אַזוי וויכטיק ווי די אַנטשולדיקונג אַליין.

Read more


בלעטערקרויט־פּעסטאָ

Kale Pesto

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

דער סאָוס האָט אַ הויכן פּראָצענט „אָמעגאַ־3‟ און איז געשמאַק מיט מאַקאַראָנע אָדער באַשמירט איבער געבראָטענער הון.

2 טעפּלעך צעריסן בלעטערקרויט

1 טעפּל פֿרישע באַזיליק־בלעטער

1 לעפֿעלע זאַלץ

1/4 טעפּל איילבערט־בוימל

Read more


דערמאָנונגען העלפֿן פּאַציענטן

Reminders Help Patients Stick With Meds

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

מענטשן וואָס ווערן שפּיטאָליזירט צוליב אַ האַרץ־אַטאַק אָדער אַנגינאַ, וועלן זײַן מער גענייגט ריכטיק אײַנצונעמען זייערע מעדיקאַמענטן נאָכן אַהיימקומען, אויב אַן אַפּטייקער גיט זיך אָפּ מיט זיי אויף אַ פּערזענלעכן אופֿן, גיט איבער אַ נײַע פֿאָרשונג.

געוויינטלעך, וועלן אַ דריטל פֿון די האַרץ־פּאַציענטן אויפֿהערן אײַננעמען זייערע פּילן בלויז איין חודש נאָכן אַהיימפֿאָרן פֿון שפּיטאָל. די פֿאָרשער האָבן אָבער אַנטדעקט, אַז בײַ די פּאַציענטן, וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין אַ פּראָגראַם, וווּ מע גיט זיך ספּעציעל אָפּ מיט זיי, זענען די שאַנסן פֿון ווײַטער אײַננעמען די פּילן געווען אַ סך העכער, ווי בײַ די אַנדערע פּאַציענטן.

Read more


טײַטש פֿון אויסדרוקן בײַ די שדכנות־וועבזײַטן

Guide to Phrases Used at Dating Websites

די בלאָגערין מאַרדזשי (מרים־רחל) ניומאַן (diasporaprairie.com), אַ קינד פֿון דער שארית־הפּליטה און אַ געגטע מאַמע פֿון צוויי קינדער, טײַטשט אויס די פֿראַזעס, וואָס מענער ניצן אין זייער פּראָפֿיל, בעת זיי זוכן ראַנדקעס דורך דער אינטערנעץ.


אויב איר זענט ווי איך, איז אײַך שוין נימאס געוואָרן צו זוכן ראַנדקעס דורך דער אינטערנעץ. מע האַלט אין איין זוכן, יאָר־אײַן יאָר־אויס, און אַפֿילו אויב מ׳איז פֿון דער נאַטור אַן אָפּטימיסט, איז אויך צום אָפּטימיזם דאָ אַ גרענעץ.

ס׳קריכט שוין פֿון האַלדז די אייביקע פֿראַגע, וואָס די מענער פֿרעגן: Do you speak Jewish? ס׳איז דיר שוין נימאס געוואָרן צו דערקלערן זיי, אַז עס זענען פֿאַראַן אַ גאַנצע ריי „דזשויִש‟ שפּראַכן — העברעיִש, ייִדיש, לאַדינאָ, יודעאָ־פּראָווענסאַל, און אַזוי ווײַטער.

Read more


סכּנה פֿון ערנסטער אויגן־צרה בײַ זיבעלעך

Risk of Future Eye Problem Among Preemies

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Getty Images

בײַ די קינדער, וועלכע זענען געבוירן געוואָרן צו פֿרי, איז פֿאַראַן אַ גרעסערע סכּנה, אַז זייער נעצהײַטל (retina) וועט שפּעטער זיך אָפּטיילן, גיט איבער אַ נײַע שטודיע.

ווען דאָס נעצהײַטל ווערט בײַ אַ מענטשן אָפּגעטיילט, קאָן ער פֿאַרלירן אַ טייל פֿון דער ראיה אָדער, חלילה, בלינד ווערן, סײַדן מע פֿאַרריכט דעם פֿעלער דורך כירורגיע.

Read more


טשאָלנט

Cholent

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אַ טראַדיציאָנעלער שבת-סעודה


ווי אויסצוּוואַשן בלוט־פֿלעקן

Removing Blood Stains

פֿון Readers Digest

אויב אַ טראָפּן בלוט איז געפֿאַלן אויף אײַער מלבוש בעתן גאָלן זיך, אָדער צוליב אַן אומגעריכטן קראַץ, איז וויכטיק אויסצוּוואַשן דעם פֿלעק אַזוי גיך ווי מעגלעך. אַ בלוטפֿלעק איז גרינג אַראָפּצונעמען, ווען מע טוט עס גלײַך, אָבער כּמעט אוממעגלעך אָפּצוּוואַשן נאָך 24 שעה.

Read more


לאַטקעס לכּבֿוד חנוכּה און דאַנקטאָג

Latkes for Thanksgiving-Chanukah Celebration

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

לאַטקעס

1 ציבעלע, צעהאַקט

3 טעפּלעך צעמאָלענע קירבעס

2 אייער

1/4 טעפּל מעל

1 לעפֿעלע זאַלץ

1/2 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער

בוימל

Read more


„טײַלענאָל‟ מיט משקה — אַ סכּנה

Tylenol and Alcohol a Bad Mix

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אויב מע קאָמבינירט „טײַלענאָל‟ (אַסעטאַמינאָפֿען) אַפֿילו מיט בלויז אַ ביסל אַלקאָהאָל, קאָן עס פֿאַרטאָפּלען די ריזיקע פֿון באַקומען אַ נירן־קראַנקייט, האָט אַ נײַע שטודיע אַנטדעקט.

„ס׳רובֿ מענטשן נעמען אײַן ׳טײַלענאָל׳, אָן דעם אויפֿזיכט פֿון אַן אַפּטייקער אָדער דאָקטער, און דערפֿאַר זאָרגן מיר זיך,‟ האָט דערקלערט דער הויפּט־פֿאָרשער, העריסאָן נדעטאַן, אַ געהילף־פּראָפֿעסאָר פֿון ביאָ־סטאַטיסטיק אין פּאַרקער־אוניווערסיטעט אין דאַלאַס. „מענטשן קויפֿן אַסעטאַמינאָפֿען און טרינקען אויך אַלקאָהאָל, און ווייסן נישט — אָדער ווילן נישט וויסן — אַז דאָס געמיש קאָן זײַן געפֿערלעך.‟

Read more


פֿרעג נישט!

Don‘t Ask!

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

דער אופֿן ווי אַזוי אַ דאָקטער רעדט וועגן וואַקצינען קאָן מאַכן אַ גרויסן אונטערשייד אין דעם, צי די עלטערן זאָלן דערלויבן צו וואַקצינירן די קינדער, צי נישט, גיט איבער אַ נײַע שטודיע.

טאַטע־מאַמע וועלן זיך זעלטענער אַנטקעגנשטעלן אַקעגן די אײַנשפּריצונגען, אויב אַ דאָקטער דערקלערט: „מיר דאַרפֿן געבן אײַער קינד די אײַנשפּריצונגען‟, אַנשטאָט צו פֿרעגן זיי, צי זיי ווילן, אַז מע זאָל דאָס קינד וואַקצינירן.

Read more


געפֿילטע שוועמלעך

Stuffed Mushrooms

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

עס קומט באַלד דער אַמעריקאַנער דאַנקטאָג — אַ יום־טובֿ, וואָס ייִדן פּראַווען מיטן זעלבן ברען ווי אַלע אַנדערע אַמעריקאַנער. טאָמער זוכט איר אַ פֿאָרשפּײַז צו אײַער דאַנקטאָג־סעודה, איז דאָס מאכל זייער געשמאַק און גרינג צוצוגרייטן.

1/2 טעפּל ברייזל מיט איטאַליענישע געווירצן

1/2 טעפּל ראָמאַנער קעז, צעריבן

Read more


באָרוועס אויפֿן עראָפּלאַן

Barefoot During the Flight

הײַנטיקע צײַטן פֿליט מען אַזוי אָפֿט מיטן עראָפּלאַן, אַז אַ סך פּאַסאַזשירן האָבן שוין פֿאַרגעסן זייערע גוטע מאַנירן, האָט סטעפֿאַני ראָזענבלום לעצטנס געשריבן אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟.

„שוין עטלעכע מאָל אין די לעצטע פּאָר חדשים, ווי ס׳באַווײַזן זיך פּלוצלינג אַ פּאָר באָרוועסע פֿיס בײַ מיר אויפֿן אָנשפּאַר, אָדער אינעם שפּאַלט צווישן די בענקלעך,‟ שרײַבט ראָזנבלום. „ווי אַ פּראָטעסט, האָב איך פּשוט אָנגעכאַפּט די פֿרעמדע פֿיספֿינגער.‟

דאָס אויסטאָן די שיך און זאָקן איז בלויז איין בײַשפּיל פֿון דעם, אַז דער עפֿנטלעכער רוים, בפֿרט אין די פֿליפֿעלדער און עראָפּלאַנען, ווערט הײַנט פֿאַרוואַנדלט אין פּערזענלעכע, אינטימע ערטער. דער עראָפּלאַן ווערט באַטראַכט ווי אַן אייגענער שלאָפֿצימער.

Read more


אַלקאָהאָל שאַט צום קינדלען

Drinking Hurts Chances of Getting Pregnant

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

לויט אַ קליינער, אָבער וויכטיקער שטודיע, וואָלטן פֿרויען, וואָס באַמיִען זיך צו האָבן קינדער דורך קינסטלעכער באַפֿרוכפּערונג (IVF), געדאַרפֿט שטאַרק רעדוצירן די משקה, וואָס זיי טרינקען. ווען אַ פֿרוי טרינקט דרײַ אָדער מער גלעזער ווײַן אַ טאָג, פֿאַלן די שאַנסן פֿון האָבן אַ קינד אויף צוויי־דריטל.

Read more


אַ נײַער סאָרט טאַטע

A New Kind of Dad

פֿון Readers Digest

דרײַ מענער זיצן און עסן פֿרישטיק אין אַ קאַפֿע, אַריבער דער גאַס פֿון זייער ביוראָ, דער טאָראָנטאָ־צווײַג פֿון דער באַרימטער פֿינאַנץ־פֿירמע, ”דעלואַט“. עסנדיק די אייער, שמועסן זיי ווי אַזוי צו באַלאַנסירן זייער קאַריערע מיט די באַדערפֿענישן פֿון זייערע קינדער.

געוויינטלעך, הערט מען אַזוינע קאָנווערסאַציעס בײַ אַרבעטנדיקע פֿרויען, וועלכע רעדן וועגן די שוועריקייטן פֿון אַהיימקומען גענוג פֿרי, אָפּצובאָדן די קינדער; אָדער ווי אַזוי קענען זיי בײַזײַן אויף די קינדער־קאָנצערטן, וווּ זייערע זין און טעכטער באַטייליקן זיך. איין זאַך הערט מען דאָ אָבער נישט: די דרײַ טאַטעס דריקן בכלל נישט אויס קיין שולד־געפֿיל אָדער זעלבסט־קריטיק פֿאַרן נישט קענען טאָן אַלץ, וואָס זיי וואָלטן געוואָלט טאָן לטובֿת זייערע קינדער.

Read more


קנישעס

Knishes

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

לערנט זיך אויס ווי צו מאַכן צוויי מינים קנישעס: אַ טראַדיציאָנעלן נוסח מיט קאַרטאָפֿל און שוועמלעך, און אַן אַמעריקאַנער אַדאַפּטאַציע, וואָס ניצט דיניע.


מאַנדל־שניצל (גלוטען־פֿרײַ)

Almond Schnitzel (Gluten-Free)

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

איך זוך תּמיד נײַע רעצעפּטן מיט ווייניק גלוטען, ווײַל אַ צאָל פֿרײַנד מײַנע האַלטן זיך בײַ אַ גלוטען־פֿרײַער דיעטע. דעם רעצעפּט האָב איך געפֿונען אין אַ קאָכביכל פֿון פּסחדיקע ”נישט־געבראָקטס“ מאכלים. מע טינקט אײַן די הינדל־שטיקלעך אין צעמאָלענע מאַנדלען אַנשטאָט מעל, איידער מע פּרעגלט זיי.

דער שניצל איז אַזוי געשמאַק, אַז אפֿילו די געסט, וואָס מײַדן נישט אויס קיין גלוטען, וועלן בעטן אַ צווייטע פּאָרציע!

Read more