No Place Like Home

שאלות וועגן זון־שמירעכץ

Confusion about Sunscreen

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

מענטשן וואָס פֿאָרן צו דער פּלאַזשע, וועלן געפֿינען נײַע עטיקעטן אויף די פֿלעשלעך זון־שמירעכץ, וואָס דאַרפֿן מאַכן דעם זון־פֿאַרהיט־מיטל מער עפֿעקטיוו און גרינגער צו ניצן. אָבער נישט געקוקט אויף די לאַנג־דערוואַרטע ענדערונגען, זעט מען נאָך אַלץ בײַ אַ צאָל פֿלעשלעך אַן SPF (זון־פֿאַרהיט פֿאַקטאָר) פֿון 100 אָדער 150, וואָס געוויסע עקספּערטן האַלטן פֿאַר פֿאַרפֿירעריש און אַפֿילו געפֿערלעך, האָט די וואָך געמאָלדן די וואַך־אָרגאַניזאַציע פֿאַר קאָנסומענטן, Environmental Working Group.

דעם פֿאַרגאַנגענעם דעצעמבער האָט די פֿעדעראַלע רעגירונג אויך פֿאַרווערט די פֿראַזע „וואַסער־באַוואָרנט‟ און געפֿאָדערט, אַז יעדע זון־שמירעכץ זאָל פֿאַרהיטן ביידע מינים אולטראַ־וויאָלעטישע שטראַלן — A און B. ביז איצט האָבן געוויסע פֿירמעס בלויז פֿאַרהיט די הויט פֿון די B-שטראַלן, וואָס קאָנען גורם זײַן זונענברען, אָבער נישט בלאָקירט קעגן די A־שטראַלן, וואָס קאָנען גורם זײַן הויטראַק און קנייטשן.

אַ צאָל עקספּערטן האַלטן אויך, אַז די שמירעכצן, וואָס גיבן אָן אַן SPF פֿון 100 אָדער 150 פֿאַרפֿירן דעם קאָנסומענט, ווײַל דערנאָך מיינט ער, אַז ער קאָן בלײַבן אויף דער זון אַ סך לענגער ווי מע דאַרף. „ס׳רובֿ מענטשן דאַרפֿן נישט מער ווי אַ SPF פֿון 50, און זיי וואָלטן עס געדאַרפֿט ווידער באַשמירן יעדע פּאָר שעה,‟ האָט איין עקספּערט, מאַריאַן בערוויק, דערקלערט.