ס׳איז נישט קיין סוד, אַז מאַן־און־ווײַב זאָגן נישט תּמיד דעם אמת איינער דעם צווייטן. לויט דער פּסיכאָלאָגין בעלאַ דע׳פּאַאָלאָ פֿונעם ווירדזשיניער אוניווערסיטעט, זענען די „האַלבע אמתן‟ בײַ מענער אַנדערש ווי בײַ פֿרויען. „ווען פֿרויען זאָגן נישט דעם אמת, איז עס אָפֿט כּדי נישט צו באַליידיקן דעם צווייטן, בעת בײַ די מענער — איז עס אַן אופֿן אויפֿצובלאָזן דעם אייגענעם איך (עגאָ) אָדער עפּעס צו באַהאַלטן,‟ האָט זי דערקלערט.
פֿאַרשטייט זיך, אויב אַ מענטש זאָגט ליגנס כּסדר, קאָן עס קאַליע מאַכן די באַציִונגען אינעם זיווג. ווען אַ פֿרוי באַמערקט, אַז איר מאַן זאָגט נישט דעם אמת, דאַרף זי וויסן ווען זיך צו מאַכן נישט־וויסנדיק, און ווען אים צו קאָנפֿראָנטירן וועגן דעם. די באַרימטע פּסיכאָלאָגין, ד״ר דזשויס בראָדערס, גיט איבער 7 טיפּישע „ליגנס‟, וואָס מענער זאָגן, און וואָס זייערע פֿרויען דאַרפֿן טאָן וועגן דעם:
1) „אין קאָלעדזש האָב איך באַקומען די העכסטע צייכנס פֿון אַלעמען.‟ דאָס איז אַ קלאַסישער בײַשפּיל פֿון אַ מאַן, וועלכער וויל מאַכן אַ גוטן אײַנדרוק אויף אַ פֿרוי. בײַ אַ סך מענער איז שווער אויסצוזאָגן, אַז זיי זענען נישט מצליח געווען, ווײַל זיי האַלטן, אַז זייער סוקצעס שפּיגלט אָפּ זייער מענערישקייט. אָבער שפּעטער, ווען עס אַנטוויקלט זיך דער צוטרוי צווישן אַ מאַן און זײַן חבֿרטע, און בפֿרט נאָך דער חתונה, הערן ס׳רובֿ מענער אויף צו זאָגן די ליגנס. אויב נישט, דאַרף די פֿרוי אַכטונג געבן, ווײַל ער קאָן מיט דער צײַט אָנהייבן זי באַשולדיקן פֿאַר זײַנע אייגענע פּראָבלעמען.
גאָלדשטיין און זײַן פֿרוי האָבן געהאַט שוועריקייטן בײַם שלאָפֿן. איין מאָל האָט פֿרוי גאָלדשטיין פֿאָרגעלייגט אַ מיטל זיך צו באַרויִקן, כּדי גיכער אַנטשלאָפֿן צו ווערן.
ליגנדיק אויפֿן בעט מיט די אויגן פֿאַרמאַכט, האָט זי באַשריבן אַזאַ סצענע: „מיר זיצן אין אַ שיינער געבײַדע אויף אַ טראָפּישן אינדזל. אַ צאַרט ווינטל שוועבט דורך די גלעזערנע טירן, וואָס פֿירן צו אונדזער פּריוואַטער סטעשקע צום ברעג…‟
„איין מינוט!‟ — האָט גאָלדשטיין איבערגעריסן די רויִקייט — „וויפֿל קאָסט אונדז אַזאַ וואַקאַציע?‟
* * *
אַ הויכפּונקט פֿון פּראָפֿעסאָר וואַסערמאַנס ביאָלאָגיע־קלאַס איז געווען דאָס האָדעווען, איין מאָל אַ חודש, די קלאַפּערשלאַנג אין אַ שטײַג פֿון דער לאַבאָראַטאָריע. איין מאָל האָט דער גאַנצער קלאַס זיך פֿאַרזאַמלט אַרום דער שטײַג און שווײַגנדיק זיך צוגעקוקט ווי די שלאַנג עסט איר מאָלצײַט.
„הלוואי וואָלטן מײַנע סטודענטן זיך צוגעהערט צו מײַנע לעקציעס מיט אַזאַ באַגײַסטערונג,‟ האָט פּראָפֿעסאָר וואַסערמאַן געזיפֿצט.
ענטפֿערט אַ סטודענט: „מע וואָלט עס זיכער געטאָן ווען איר וואָלט אויך פֿאַרשלונגען אַ מײַזל.‟