No Place Like Home

אפֿשר בעסער זיך נישט קושן

No Kissing Might be Better

פֿון עמילי שײַער (Forward)

  • Print
  • Share Share

די מעלות פֿון אויסמײַדן אַ פֿיזישן קאָנטאַקט בעת אַ ראַנדקע (אָדער ווי מע זאָגט הײַנטיקע טעג — שומר־נגיעה) זענען מיר צום ערשטן מאָל קלאָר געוואָרן, אַ חודש נאָך דעם ווי מײַן געליבטער האָט מיך פֿאַרלאָזט.

כ׳בין געזעסן אויף דער סאָפֿע, אין דער פּיזשאַמע, און נאָכגעזוכט דורכן „פֿייסבוק‟, ווי אַזוי עס גייט מײַן געוועזענעם קאַוואַליר. פּלוצלינג דערוויס איך זיך, אַז ער געפֿינט זיך „אין אַ באַציִונג‟. ער האָט שוין געפֿונען אַ צווייטע — בלויז איין חודש נאָך דעם ווי ער איז פֿון מיר אַוועק? דאָס בלוט האָט זיך אין מיר אַזוי צעקאָכט, אַז איך האָב אַזש גענומען וואַרפֿן מעסערס איבער דער קיך.

דאָס ערגסטע איז געווען, וואָס כ׳האָב זיך דערפֿילט אַן אָפּגענאַרטע. כ׳האָב גענומען קלערן: צי איז עס מעגלעך, אַז אַלע „טעקסטלעך‟, וואָס מיר האָבן זיך דורכגעשריבן, אונדזער האַלטן זיך בײַ די הענט, און אונדזער וואַקסנדיקע פֿיזישע אינטימקייט, האָב איך אויסגעטײַטשט גאָר אַנדערש ווי ער? ערשט דעמאָלט האָב איך זיך דערמאָנט אין מײַנע שמועסן מיט פֿרומע קאָלעדזש־סטודענטקעס, וועלכע היטן שמירת־נגיעה.

כ׳האָב תּמיד געהאַט גרויס דרך־ארץ פֿאַר די יונגע לײַט, וועלכע היטן זיך מיט די תּקנות פֿון שמירת־נגיעה, אָבער כ׳האָב נישט געהאַלטן, אַז דאָס איז שייך פֿאַר מיר. מיר דאַכט זיך, אַז דאָס אָנרירן זיך, קושן זיך, אאַז״וו איז אַן עיקרדיקער טייל פֿון אַנטוויקלען אַ ראָמאַנטישע באַציִונג מיט אַ מענטש, כּדי צו באַשטימען, צי דאָס פּאָרל איז גוט־צוגעפּאַסט, צי נישט. איצט האָב איך אויף ס׳נײַ געקלערט, אַז ווען מײַן געוועזענער בחור און איך וואָלטן זיך בכלל נישט אָנגערירט, וואָלט איך אפֿשר אויסגעמיטן די איצטיקע האַרצווייטיק און פֿרוסטרירונג.

ווען מע איז שומר־נגיעה, איז דער ציל פֿון אַ ראַנדקע זייער פּשוט: צו זען, צי איר פֿילט אַ נאָענטע עמאָציאָנעלע פֿאַרבינדונג, צי איר האָט ענלעכע ווערטן, און דער עיקר: צי איז דאָס אַ מענטש, מיט וועמען איר קענט חתונה האָבן און דערציִען קינדער? דאָס איז זייער אַנדערש ווי בײַ אַ געוויינטלעכער ראַנדקע, ווען מע טראַכט, קודם־כּל, וועגן פֿיזישע ענינים: ווען זאָל קומען דער ערשטער קוש? ווען באַשליסט מען, צי מע זאָל שלאָפֿן צוזאַמען? זאָלן מיר זיך האַלטן בײַ די הענט, בעת מיר זיצן אין דער אונטערבאַן, אָדער איז דאָס צו אָפֿן?

דערצו מאַטערן זיך די מיידלעך מיט דער פֿראַגע: פֿאַר וואָס קלינגט ער מיר נישט? פֿאַר וואָס שיקט ער מיר נישט קיין „טעקסטלעך‟? האָט ער פֿאַרלוירן מײַן טעלעפֿאָן־נומער? האַלט ער, אַז איך בין געווען צו אויסגעלאַסן? אָדער פֿאַרקערט — צו צניעותדיק?

אין דער אמתן, איז נישטאָ קיין גאָלדענער דרך צו ראָמאַנס, און איך מיין נישט צו זאָגן, אַז מענטשן, וועלכע זענען שומר־נגיעה לײַדן קיין מאָל נישט פֿון אַ צעבראָכן האַרץ. אָבער איך פֿאַרשטיי איצט בעסער, אַז דער פֿיזישער קאָנטאַקט אין אַ ראָמאַנטישער באַציִונג קאָן גוט צעטומלען אַ מענטשן. שמירת־נגיעה באַשיצט דעם מענטשן (בדרך־כּלל, דאָס מיידל), ווײַל עס דערלויבט דאַס פּאָרל זיך צו קאָנצענטרירן אויף דעם עמאָציאָנעלן געזונט פֿון דער באַציִונג. כאָטש איך האָב דערווײַל נישט בדעה אַליין צו ווערן שומר־נגיעה, זע איך איצט די מעלה פֿון אַזאַ מין פּאַנצער.