No Place Like Home

מע קען ווערן טראָגעדיק נאָך אַ ראַק

Pregnancy Possible After Childhood Cancer

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

שוין יאָרן לאַנג זאָגט מען די פֿרויען, וועלכע האָבן קינדווײַז געליטן פֿון ראַק, אַז זיי וועלן נישט קענען ווערן טראָגעדיק אָדער האָבן קינדער, ווײַל די היילמיטלען — כעמאָטעראַפּיע און ראַדיאַציע — קאָנען צעשטערן זייערע אייערשטאָקן.

אָבער אין אַ נײַער שטודיע, האָט אַ גרופּע פֿאָרשער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע אַנטדעקט, אַז, כאָטש ס׳דויערט לענגער בײַ די געוועזענע ראַק־פּאַציענטקעס צו ווערן טראָגעדיק, שוואַנגערן מיט דער צײַט בערך 64% פֿון זיי.

די פֿאָרשער האָבן באַקומען זייער אינפֿאָרמאַציע אויפֿן סמך פֿון אַן אָנגייענדיקער אַנקעטע, וואָס פֿאַרגלײַכט צוויי גרופּעס פֿרויען: 3,531, וועלכע האָבן געליטן פֿון ראַק איידער זיי זענען געוואָרן 21 יאָר, און 1,366 פֿרויען, וועלכע האָבן נישט געליטן דערפֿון.

13% פֿון די אַמאָליקע ראַק־פּאַציענטקעס האָבן נישט געקענט ווערן טראָגעדיק, אין פֿאַרגלײַך מיט 10% פֿון די אַנדערע פֿרויען — נישט קיין גרויסער אונטערשייד.

די פֿאָרשער האָבן אויך אַנטדעקט אַ צווייטע אינטערעסאַנטע זאַך: הגם ביידע גרופּעס, וועלכע האָבן נשיט געקענט ווערן טראָגעדיק, האָבן זיך באַראַטן מיט פֿרוכפּערונג־עקספּערטן, זענען די געוועזענע ראַק־פּאַציענטקעס געווען ווייניקער גענייגט אויסצופּרוּוון אַ פֿרוכפּער־באַהאַנדלונג, וואָס וואָלט זיי געקאָנט העלפֿן צו שוואַנגערן.