די „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט לעצטנס אָפּגעדרוקט צוויי אַרטיקלען מיט צוויי באַזונדערע קוק־ווינקלען וועגן דעם ענין, דערציִען גוטהאַרציקע קינדער.
דער ערשטער איז געווען אַ טראַנסקריפּציע פֿון אַ רעדע, וואָס דער שרײַבער דזשאָרדזש סאָנדערס האָט געמאַכט בעת דער גראַדויִרונג אין סיראַקיוז־אוניווערסיטעט. צווישן אַנדערע האָט ער דערקלערט:
„די גרעסטע חרטה פֿון מײַן לעבן איז, וואָס איך האָב נישט תּמיד אַרויסגעוויזן גענוג גוטסקייט, בפֿרט בײַ יענע מאָמענטן, ווען אַ צווייטער מענטש האָט געליטן פֿאַר מײַנע אויגן, און איך האָב אפֿשר צוגעהאָלפֿן אַ ביסל, אָבער בלויז אויפֿן שפּיץ מעסער.
וויל איך אײַך אַלעמען שטעלן די פֿראַגע: וועלכע מענטשן, וואָס איר קענט, רופֿן בײַ אײַך אַרויס די וואַרעמסטע געפֿילן? מסתּמא די, וועלכע האָבן אײַך אַרויסגעוויזן די טיפֿסטע דערבאַרעמונג. אפֿשר קלינגט עס אַ ביסל אויבנאויפֿיק, און זיכער איז עס נישט גרינג דורכצופֿירן, אָבער איך האַלט, אַז ווי אַ ציל פֿון לעבן, שאַט נישט זיך צו באַמיִען צו ווערן מער גוטהאַרציק.‟
אינעם צווייטן אַרטיקל, וואָס געפֿינט זיך בײַם בלאָג Motherlode, שרײַבט קאַטערין ניומאַן, אַז זי האָפֿט, אַז איר טאָכטער וועט נישט תּמיד טראָגן דעם עול פֿון זײַן “nice” [פֿרײַנדלעך] צו אַלעמען.
„מײַן 10־יאָריקע טאָכטער, בירדי, איז נישט אַזוי פֿרײַנדלעך. זי איז זייער גוטהאַרציק, ווײַזט אַרויס אַ סך רחמנות צו אַנדערע, און איז דער סאַמער עטישסטער מענטש, וואָס איך קען — אָבער זי וועט דיר נישט אַרויסווײַזן קיין שמייכל, סײַדן זי איז אויף אַן אמת גליקלעך דיך צו זען, אָדער ווײַל דו האָסט דערציילט אַ קאָמישן וויץ.
„בירדי רעדט מיט אַ העפֿלעכן טאָן, ווען זי פֿרעגט: ׳קענסטו מיר העלפֿן געפֿינען מײַנע שטיוול?‟ אָדער, ווען זי בעט נאָך אַ פּאָרציע אייער. אָבער ווען אַ פֿרעמדער רעדט צו איר, בלײַבט זי קאַלטבלוטיק, און פֿאַרקרימט אַפֿילו אַמאָל דאָס פּנים. זי שמייכלט נישט בטבֿע.
„איך וויל, אַז מײַן טאָכטער זאָל זײַן אַ שטאַרקע,‟ שרײַבט ניומאַן. „…אַז זי זאָל האָבן דעם קוראַזש צו זאָגן ׳ניין׳, אויב זי וויל עפּעס נישט, און זיך נישט אונטערגעבן די סעקסועלע, עמאָציאָנעלע און פּסיכאָלאָגישע פֿאָדערונגען פֿון אומגעוווּנטשענע מאַנצבילן, אָדער אומגעוווּנטשענע מענטשן בכלל. איך וויל נישט, אַז זי זאָל פֿילן, אַז זי דאַרף יעדן צופֿרידנשטעלן.‟
ניומאַן באַצייכנט זיך ווי אַ פֿעמיניסטקע, און זעט איר פֿאַרטיידיקונג פֿון בירדיס זויער פּנים ווי אַ מין פֿעמיניזם. ס׳איז אפֿשר אמת, אַז מיידלעך, מער ווי ייִנגלעך, לערנט מען, אַז דער עיקר אין לעבן איז צו זײַן באַליבט בײַ מענטשן, און אַז דאָס איז נאָך וויכטיקער ווי אויסדריקן די אייגענע געפֿילן. פֿון דעסטוועגן, בין איך נישט זיכער, אַז דאָס בעסטע געווער צו באַקעמפֿן די „פּאַטריאַרכיע‟ פֿון אונדזער געזעלשאַפֿט, איז אַן אָנגעבלאָזן פּנים.
לאָמיר לערנען אַלע אונדזערע קינדער, סײַ די זין, סײַ די טעכטער, אַז שמייכלען און אַרויסווײַזן פֿרײַנדלעכקייט איז יאָ וויכטיק; אַז עס קען דינען ווי אַ סימן פֿון כּוח אַנשטאָט אַ סימבאָל פֿונעם אייביקן צופֿרידנשטעלן יעדן איינעם.
לויט דער ייִדישער טראַדיציע, איז גוטסקייט אַ גרויסע מעלה. די גמרא זאָגט אונדז, אַז די וועלט שטייט אויף דרײַ זאַכן: תּורה, עבֿודה און חסד, וואָס איז טײַטש גוטסקייט און גענאָד. רש״י באַטראַכט חסד ווי די העכסטע מידה, ווײַל עס פֿאָדערט נישט קיין געלט אָדער מאַכט; בלויז אַ ברייט האַרץ און אַן עכטע כּוונה.
איך האָף, אַז מײַן זון, און אויב איך וועל האָבן אַ טאָכטער — זי אויך, וועלן זײַן נישט בלויז גוטהאַרציק אין האַרצן, אָבער אויך אַרויסווײַזן גוטסקייט צו זייערע משפּחות, קהילות און דער ברייטער געזעלשאַפֿט. זאָל דאָס זײַן זייער „ראַדיקאַלער‟ אַקט, וואָס מענטשן, ווי סאָנדערס, וועלן פֿאַרגעדענקען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.