1/2־1 פֿונט (680 גראַם) מערן
1/2 טעפּל יויך
4 לעפֿעלעך איילבערט־בוימל
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
1/4 טעפּל צעשניטענע מינץ־בלעטער
1/4 טעפּל צעשניטענע פּעטרישקע
2 לעפֿעלעך לימענע־זאַפֿט
1/2 לעפֿעלע צעריבן לימענע־שאָלעכץ
צעשנײַדט די מערן באלכסון (דיאַגאָנאַל), אין שטיקלעך, די לענג פֿון 3 צאָל (7.6 צענטימעטער).
קאָכט די מערן, יויך און 1 לעפֿעלע בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע איבער אַ מיטל־הויכן פֿײַער, ביז עס זידט.
דעקט צו די פּאַטעלניע, פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער און קאָכט די מערן, ביז זיי ווערן ווייך — 12־14 מינוט. נעמט אַראָפּ דאָס דעקל, און מישט די מערן, ביז דאָס גיסעכץ וועפּט זיך אויס, און די מערן ווערן ליכטיק־ברוין, בערך 2־3 מינוט. באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט זיי.
אין אַ באַזונדער שיסעלע, מישט צונויף די צעשניטענע מינץ־בלעטער, פּעטרישקע, לימענע־זאַפֿט, צעריבן שאָלעכץ און 3 לעפֿעלעך בוימל. באַגיסט די מערן מיטן געווירצן־געמיש און דערלאַנגט צום טיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.