Yiddish with an Aleph

הערן מוזיק אין די דרײַ וואָכן?

Can We Listen to Music in the Three Weeks?

פֿון ב. חסיד

Yehuda Blum

מיר שטייען יעצט אין די „דריי וואכן‟ פון טרויער, אבער צו מיינע אויערן פארוואלגערט זיך אמאל א מוזיק קלאנג אין די סאמע דריי וואכן. נו גוט, מ’קען זיך מפלפל זיין צי ס’האט א מקור אין הלכה נישט צו הערן מוזיק, מ’קען אויסזוכן היתרים, אפשר איז דער איסור געזאגט געווארן נאר פאר’ן אמאליגן דור וואס איז נישט געווען אזוי געוואוינט צו הערן מוזיק, אדער אפשר באציט זיך דער איסור נאר צו לעבעדיגער מוזיק, ווי למשל ביי א חתונה און דאס גלייכן, אבער צו הערן מוזיק אויף א קאמפאקטל אדער אויף יו-טיוב, דאס איז נישט קיין געפערליכע זאך. דאך ווייסן מיר אז א גוטער איד דארף גיין לחומרא און נישט זוכן קיין קולות, איז פרעגט איר מיך טאקע „היתכן?‟…

איך קען אויף דעם געבן פארשידענע ענטפערס, אבער דער עיקר איז וואס איך בין גראד צעמישט איבער דעם כאראקטער פון די טעג. איך ווייס נישט וויאזוי איך זאל זיך צו זיי באציען. אידן האבן א טבע צו געדענקען זייערע אלטע צרות, און אזוי דארף טאקע זיין. מיר האבן א דיקן ספר פון קלאג-לידער וועלכן מיר זאגן יעדן תשעה-באב. אבער עפעס זענען מיר שטעקן געבליבן אינדערמיט און מיר ווייסן נישט וויאזוי צו פארהיינטיגן אונזערע לידער. אז איך קוק אריין אינעם קינות’ל דערזע איך קלאג-לידער איבער די קרייצציגלער, איבער דער שריפת התלמוד אין פאריז, אבער נישט איבער ת”ח ות”ט, נישט איבער איינעם פון די הונדערטער פאגראמען אין מזרח-אייראפע, און נישט איבער דעם לעצטן שרעקליכן קריג.

Read more


„אײַסיס‟ קעגן „אײַסיל‟

ISIS vs. ISIL

פֿון בן זומא

יעדער ווייסט וואָס „אייסיס‟ איז. יעדער ווייסט וואס ער וויל און וואָס ער טוט. יעדן איז באקאנט די אוממענטשליכע רציחות פון „אייסיס‟, און יעדער קען אים ביים נאמען.

יעדער, אחוץ איינעם. פרעזידענט באראק אבאמא איז מסתמא דער איינציגער מענטש אויפ’ן ערדקוגל, וואס ווייסט נישט וואספארא מין געשעפט איז ער, דער דאזיגער „אייסיס‟. אבאמא ווייסט יא צו דערציילן וועגן אן אנדערער גרופע, „אייסיל‟. אויב איר וועט דעם פרעזידענט אפשטעלן אויף דער גאס און אים פרעגן וואס ס’הערט זיך אזוי נייעס אויפ’ן פראנט מיט „אייסיס‟, וועט אבאמא אויף אייך אנקוקן ווי איר וואלט אים געפרעגט וועגן דעם וועטער פאראיארן אין אזא צייט אין קובא: „ווער איז ער, דער מיסטער אייסיס?‟

איך ווייס דאך אבער יא דעם אמת, אז איר האט געמיינט צו פרעגן דעם פרעזידענט וועגן יענער בלוטיגער איסלאמישער גרופע וואס בושעוועט אינעם מיטל מזרח און מארדעוועט אין אייראפע, אמעריקע, אפריקע און אזיע. וועל איך אייך מגלה-סוד זיין, אז אויב איר חלומ’ט פון באקומען אן ענטפער פונעם פרעזידענט, זאלט איר מיט אים רעדן גראד, אן קיין חכמה’לעך. אויב ווילט איר פון אים באקומען א תשובה, פרעגט אים ליבערשט וועגן „אייסיל‟. דעמאלט וועט ער וויסן וועגן וואס איר רעדט.

Read more


איז שטענדיק געווען אַ חילוק צווישן מענערישע און ווײַבערישע מאָדעס?

Was There Always a Contrast Between Men's and Women's Fashion?

פֿון מי יודע

Yehuda Blum

מיר זענען היינט געוואוינט אז דער סימבאלישער מענליכער מאדעל פון קליידונג און אויסזען איז גאר אנדערש ווי דער סימבאלישער פרויאישער מאדעל. דאס זעען מיר פון די בילדער און מאדע אילוסטראציעס פון די לעצטע צוויי הונדערט יאר אין די מערב וועלט, און אט זענען עטליכע ביישפילן פון אפעציעלע מאדע חילוקים צווישן די צוויי מינים:

דער מאן: געקליידעט שווארץ אדער מילדע קאלירן.

דער פרוי: בעיקר קאלירט, געווענליך מיט מער שרייעדיגע קאלירן.

מאן: הויזן

פרוי: שעסל (סקורט). און צומאל שטרימפ.

מאן: פלאכע שיך

פרוי: אויפגעהויבענע שיך (הויכע אפֿצאסן)

מאן: קורצע האר מיט א הוט

פרוי: לאנגע אדער געפלאכטענע האר, אדער טיכל און טורבאן.

מענער: (כמעט) אן צירונג

פרוי: מיט צירונג.

Read more


מיטלייד מיט די בני־יפֿת

Feeling the Pain of Our European Brethren

פֿון ואיה וענה

געווען איז דאס אינעם פארלאפענעם פרייטאג, נאכדעם וואס ס’איז אנגעקומען די נייעס איבער דעם אטאק אין פראנקרייך.

א איד מיט צעלאשעטע פיאות איז געקומען צו לויפן פארנט פון בית המדרש, דארט וואו אפאר אידן זענען געשטאנען מיט די קאוועס אין דער האנט און געשמועסט, און אט דער פארפרומטער איד האט אויסגערופן צו זיי מיט א פארסאפעטער שטימע: „אידן האט רחמנות! פראנקרייך האט זיך דערוועקט צו א גרויסן טעראר אטאק אין וועלכן ארום אכציג מענטשן האבן פארלוירן זייערע לעבנס, און נאך א סך זענען פארוואונדעט געווארן. גייט’זשע אריין אין א שול און קלאפט אויס אויפ’ן באלעמער אז מ’זאל זאגן תהלים, מ’זאל אינזין האבן די פארוואונדעטע הונדערטער מענטשן, מ’זאל א טרער לאזן אויף די צענדליגער אומגעקומענע. ס’איז דאך עפעס א טראגעדיע!…‟

Read more


הקדושה הלל יפה אריאל הי"ד

The Young Martyr, Hallel Yaffa, of Blessed Memory

פֿון מנחם מענדל

הלל יפה

ביסט געווען זייער מיד די נאכט פריער. האסט געטאן דאס וואס דו האסט גוט געקענט און אזוי ליב געהאט: טאנצן. נאך ביי דיין געבורט האבן דיינע עלטערן – די געטרייע, תמימות’דיגע טאטע-מאמע דיינס – דיר א נאמען געגעבן „הלל‟. די שטוב האט אויפגעלויכטן ווען דיין נשמה האט זיך, אנגעטאן אין א מענטשליכן גוף, אויף דער וועלט באוויזן. דאס הארץ — די ריינע, כשר’ע הערצער פון דיין טאטע-מאמע — האט ממש געפאדערט דיר א נאמען צו געבן נאך יענער תפילה, וואס אידן זינגען דורכאויס פריידיגע טעג. „הלל‟, דאס וועט זיין דיין בארוף. „יפה‟, אזא ביסטו: שיר-השירימ’דיג שיין און ריין.

ביסטו, הלל יפה, געווען דערמאטערט און ס’האט זיך נישט געוואלט לייענען קריאת שמע. א קינד, דערשעפט, אויסגעמוטשעט, מיד. ס’איז שווער געווען זיך צו קאנצענטרירן. דו האסט זיך אבער געשטארקט; א אידיש קינד איינשלאפן אן קריאת-שמע לייענען? האסט זיך ווי גע’חידוש’ט אויף דער מחשבה.

האסטו פארט זיך אויפגעזעצט אויפ’ן בעט. „שמע ישראל השם אלוקינו השם אחד,‟ האבן די ווערטער ווי צום ערשטן מאל באוויזן אויף די ליפן דיינע. „אינטערעסאנט,‟ האסטו צו זיך געטראכט. „כ’זאג די זעלבע ווערטער שוין אזוי לאנג, אבער עפעס הערן זיי זיך מער יעצט ניי, חידוש’דיג, מיט א משמעות וואס כ’האב קיינמאל פריער נישט געשפירט.‟ האסט נאך א רגע שפעקולירט צי דאס ערשטע מאל וואס דו האסט די ווערטער געזאגט האבן זיי זיך אויך אזוי געפילט ווי יעצט. מיד ביסטו געווען, און ס’האט געדויערט צוויי רגע’לעך ביז די אויגן האבן זיך דיר פארמאכט און די פאנטאזיע האט ארויפגעשוועבט צו א וועלט פון זיסע חלומות.

Read more


ציוניזם ווי אַן אָפּצווײַג פֿון חסידות

Zionism As a Branch of Hasidism

פֿון ב. חסיד

Yehuda Blum

שלאגן כפרות מיט די גוים?

איך האב באזוכט לעצטנס א פארק אין דער גרויסער ניו יארק, וואו כ׳האב עטליכע מאל געדארפט צוגיין צום אויטא ברענגען עסן אדער טרינקען פאר די קינדער. וויבאלד ס׳איז געווען אן עלעקטראנישער טויער ביים אריינגאנג וואס האט זיך אויטאמאטיש פארקלאפט, האב איך געדארפט ווארטן ביז אן ארבעטער וועט עס עפענען פאר מיר, אבער יענער האט מיר געוויזן וויאזוי איך קען עס אליין עפענען דורכ׳ן דרוקן אן אייזערנעם קנעפל איבערן טויער. דערווייל איז געווען באשערט אז יענער ארבעטער זאל זיך אהיימגיין, און איינע אן אויפזעערין וואס האט דערזען ווי איך עפן דעם טויער דורכ’ן קנעפל איז געווארן ברוגז אויף מיר.

Read more


מכּות פֿון אינעווייניק און פֿון דרויסן

Hostility From Within and Without

פֿון בן זומא

מיר אידן האבן שוין געזען שווערע צייטן דורכאויס אונזער עקזיסטענץ. אייגנטליך, מיר האבן געהאט סך מער שווערע צייטן ווי גוטע. מיר האבן זיך ווי צוגעוואוינט צו פראבלעמען און מיר שמעקן כמעט נישט דעם גערוך פון אן אנקומענדער סכנה.

שווערע צייטן קומען געווענליך אין צוביסלעך, אין שטופעס. צוגעוואוינט פון אזויפיל יארן צרות, האבן מיר זיך אויסגעלערנט זיך צוצופאסן צו פראבלעמאטישע אומשטענדן. צו די פריערדיגע שטאפלען פון דער צרה האבן מיר זיך צוגעוואוינט און זיי געלאזט פארוואנדלט ווערן אין דער נארמע. ווען די אמת’ע געפאר ריקט זיך אן, איז עס שוין פאר אונז די לעצטע אנטוויקלונג אין א סעריע פון שלעכטע דערשיינונגען.

Read more


דער אונטערשייד צווישן דורות

The Difference Between Generations

פֿון ואיה וענה

Yehuda Blum

א’: קענען מיר פארשטיין אמאליגע דורות?

איינער פון די גרונד-פרינציפן אין אונזער חינוך, איז דער געדאנק אז מיר זענען ליכט יארן אוועק פון די אמאליגע דורות. נישט בלויז וואס זיי זענען געווען בעסער פון אונז, נאר מיר האבן אויך נישט קיין טראפן באגריף צו זייער מהות. אפילו ווען ס’גייט די רייד וועגן אזא קעניג ווי מנשה בן חזקיהו, אויף וועמען דער פסוק זאגט אז ער האט אריינגעשטעלט אן אשרה (א סטאטוע פון דער געטין „אשרה‟, אדער א בוים פאר אירעט וועגן) אינעם הויז וואו דער באשעפער האט געמאכט רוען זיין שכינה, און אז ער האט אנגעפילט ירושלים מיט מזבחות פאר אפגעטער, זאגט דאך די גמרא אז מיר קענען אים נישט משפט’ן לויט אונזערע השגות.

Read more


ייִדן שוין װידער דער צילברעט

Once Again, Jews Are to Blame

פֿון בן זומא

Getty Images
אַ גרופּע דעמאָנסטראַנטן רופֿן צו בויקאָטירן מדינת־ישׂראל, דעם 10טן אָקטאָבער 2015, אין פּאַריז

ווידעראמאל בלאזן די וועלט-ווינטן פון יענער אומהיימליכער ריכטונג, וואס ברענגען אן שווארצע וואלקנס און זאגן אן נישט-גוטע בשורות.

די וועלט פלאגט זיך מיט צרות; א בייזע קולטור, וואס האט אנגעהויבן ארויסשטעקן דעם קאפ פונעם הייל וואו זי האט זיך געפונען פאר עטליכע הונדערט יאר אין רעלאטיווער שטילקייט, שפייט בלוט און פייער.

און אידן, וועלכע זענען אויף אן אומראציאנאלן אופן פארוואנדלט געווארן אינעם עיקר און ערשטן צילברעט פון דעם דאזיגן שונא דער מענטשהייט’ס, ווערט צוביסלעך גאר פארוואנדלט אינעם שולדיגן.

איסלאם יאגט זיך אויף אייראפע און דראעט צו פארשוועמען דער מערב-וועלט אין א טייך פון בלוט, און די פוילע, אומבאהאלפענע אייראפעער טייטלען מיט’ן פינגער אויף ארץ ישראל.

Read more


פֿרײַהייט צו זײַן אַ ייִד

Finding the Freedom to Feel Jewish

פֿון ב. חסיד

Yehuda Blum

איך האב לעצטנס געדארפט אוועקפארן אויף אפאר טאג, און ס’איז מיר אויסגעקומען צו זיין דורכ’ן שבת אן באקאנטע. איך בין געווען אין א דירה אליין, האב איך געפראוועט די שבת סעודות מיט די פיר ווענט. איך בין געווען איבערראשט פון דעם עפעקט וואס די ערפארונג האט אויף מיר געהאט. איך האב מיטאמאל דערפילט א געוויסע פרייהייט פון דער סביבה, א געלעגנהייט צו פראווען און זינגען וויאזוי ס’גלוסט זיך מיר אין הארצן, און דוקא דערפאר האט מיך דער שבת מער דורכגענומען. איך האב דערפילט דעם טעם פון א דינאמישער, פערזענליכער רעליגיעזיטעט. ס’איז מיר שווער געווען זיך צו געזעגענען פון דעם.

קארל מארקס, אין זיין עסיי „איבער דער יודנפראגע‟, באהאנדלט דעם ענין פון רעליגיעזע רעגירונגען וואס פאדערן אז יעדער בירגער זאל אויספאלגן די רעליגיעזע שריפטן. מארקס זאגט אז די מענטשן וואס לעבן אין אזא מדינה זענען אייגנטליך נישט קיין רעליגיעזע מענטשן, וויבאלד דאס פראקטיצירן רעליגיע איז נישט א רעזולטאט פונעם מאראלישן נאגעניש אין הארצן, נאר ס’איז א ציווילע פליכט פונעם בירגער, פונקט ווי דער חוב פון צאלן שטייערן. קארל מארקס זאגט וועגן דעם אז דוקא אין אמעריקע, וואו ס’איז דא א רעליגיעזע פרייהייט, איז רעליגיע בכח צו בליען. איך האב שוין די עסיי געליינט מיט אפאר יאר צוריק, אבער יעצט האב איך עס געפילט אויף דער אייגענער הויט, נישט צום ערשטן מאל אין לעבן.

Read more


מיין שטילער יום העצמאות

Privately Celebrating Israeli Independence Day

פֿון מנחם מענדל

Getty Images

יום העצמאות, דער טאג ווען מדינת ישראל פייערט איר אומאפהענגיגקייט, פלעגט ביי מיר אויפברענגען געמישטע געפילן. פון איין זייט, איז שווער זיך נישט וויסנדיג צו מאכן פונעם פאקט וואס ארץ ישראל איז צוריקגעקומען צו אידישע הענט. פון דער צווייטער זייט, ליגט מיר טיף אין באוואוסטזיין באגראבן דער חרדישער פערספעקטיוו וועגן די „ציונים‟ און די „מדינה‟ — די סעקולערע רעגירונג, די „ילדי תימן‟, די אנטי־דת גזירות פון די בראשית־יארן ווען מדינת ישראל איז געגרינדעט געווארן, און אזוי ווייטער מיט’ן גאנצן פעקל קריטיק און קללות אויף דער „מדינת שמד‟.

צווישן אונז גערעדט: ביידע זענען אמת. ארץ ישראל איז אומגעקערט געווארן צו אידן און אידן האבן זיך אומגעקערט צו ארץ ישראל. דאס איז א פאקט. מ’קען זאגן אז ס’איז „מעשה שטן‟, אבער סתם אוועקמאכן מיט דער האנט איז נישט שייך. „עפעס‟ — און טאקע א גרויסער עפעס — איז דא געשען.

ס’איז אבער אויך אמת, אז די ערשטע דורות פון ציונים, אריינגערעכנט די מיט וועלכע די מאדערנע ישראל איז געגרינדעט געווארן, זענען געווען לינקע, אנטי־רעליגיעזע מענטשן. דת און דתיים האבן די ערשטע פירערס פון ישראל געשטאכן אין די אויגן, און זיי האבן פרובירט שטערן און דערשטיקן רעליגיע וואו ס’איז נאר מעגליך געווען. מ’קען זאגן אז יענע זענען געווען פארנארט, פארדרייט; אז שיבת ציון קומט מיט יסורים, און אז יעדער מענטש וואס האט דעמאלט געוואוינט אין ישראל האט פארט געהאט פאר זיך די ברירה זיך קעגנצושטעלן דעם ווינט פון דער גאס און פארבלייבן פרום.

Read more


יושר טאָר נישט גיין מיט היסטעריע

Justice Shouldn't Be Coupled With Hysteria

פֿון ואיה וענה

אין די לעצטע טעג האט זיך ארומגעדרייט א קליפ פון א מנהל אין א חדר אין קרית יואל, וואס האט געשמועסט מיט א קינד אין זיין ביורא במשך א שטיקל צייט. דער אופן וויאזוי דער מנהל האט געהאלטן דאס קינד פיזיש נאנט צו זיך האט ארויסגערופן חשש צי ס’איז נישט געשטאנען שלעכטע מאטיוון הינטער דער נאנטשאפט. כאטש איך בין מסכים אז די סצענע האט אויסגעזען מאדנע, בין איך ביי דער מיינונג אז די פרשה איז בעיקר א ביישפיל פון מיספארשטענדעניש צווישן קולטורן, און ס’צייגט אויף א שוואכקייט אין דער ליבעראלער וועלט זיך צו באפאסן מיט געזעלשאפטליכע פחדים אויף א מענטשליכן און ערוואקסענעם אופן.

דאס מענטשליכע לעבן איז פול מיט סכנות אויף יעדן טריט און שריט, אבער כדי צו קענען פונקציאנירן ווי א נארמאלע געזעלשאפט מוז מען ביי זיך באשטימען אויף ווי ווייט מ’וויל נעמען די חשדות קעגן מענטשן. לאמיר נעמען א ביישפיל פון דעם אנשיקעניש וואס רופט זיך טעראר, מיר האבן זיך אלע דערוועקט אינעם עלפטן סעפטעמבער צו א נייער רעאליטעט פון אן אומזעבארן שונא וואס קען זיך אין א שיינעם טאג אנרוקן און אנמאכן שרעקליכע חורבנות. דער פחד האט ארויסגענומען אמעריקע פון די כלים, מ’איז אפילו ארויס אין מלחמה קעגן עטליכע איסלאמישע לענדער, אבער דערנאך קומט מען צוריק צו א פראגע וויאזוי מ’זאל באהאנדלען מוסולמענער ביי זיך אינדערהיים.

Read more


בײַ אונדז — יהודה און שומרון; בײַ זיי...

To Us, It's Judah and Samaria, But To Them...

פֿון בן זומא

פאראן א שטח אין (צי הארט נעבן) ארץ ישראל, וואס האט דעם כבוד אנגערופן צו ווערן מיט עטליכע נעמען. אנדערע רופן אים „אקופירטע שטחים‟, דאן זענען פאראן די וואס באציען זיך צו דעם לאנד ווי „מערב ברעג‟, בעת נאך אנדערע קענען די טעריטאריע מיט איר אריגינעלן נאמען — יהודה און שומרון.

וועלכער איז דער ריכטיגער?

אנשטאט דעם נאמען, לאמיר ליבערשט זיך באקענען מיט דער נאענטער היסטאריע פון דעם פלאץ. דעם נאמען וועלן מיר דערלויבן דאס מציאות צו דיקטירן.

מיט יארטויזנטער צוריק, איז דער שטח געווען צעטיילט צווישן די צוויי אידישע קעניגרייכן פון יענער תקופה, מלכות יהודה, מיט איר צענטער אין ירושלים, און מלכות ישראל, מיט איר צענטער אין שומרון. אינאיינעם: יהודה ושומרון. עווענטועל איז דער ראיאן אנגעשלאסן געווארן אין דער אטאמאנישער אימפעריע, וואס האט זיך געהאלטן אין משך פון עטליכע הונדערט יאר.

ווען די אטאמאנישע אימפעריע איז צעפאלן נאך דעם ערשטן וועלט־קריג, האט די „פעלקער ליגע‟ (פארגייער פון דעם היינטיגן „יו־ען‟) אין 1917 באשלאסן צו צעטיילן דעם ראיאן אין קלענערע חלקים און דארט גרינדן נייע לענדער. די „פעלקער ליגע‟ האט באשטימט ענגלאנד צו צייטווייליג פארפיגן מיט דעם שטח.

ענגלאנד האט דעמאלט באשלאסן צו באשטימען א קליין חלק פונעם מיטל-מזרח — ווייניגער ווי א פראצענט פונעם שטח אויף וועלכן זי האט פארפיגט — פאר א אידיש היימלאנד. אזוי קליין ווי ער איז דעמאלט געווען, האט דער שטח איינגעשלאסן נישט נאר יהודה ושומרון נאר זאגאר א באלעבאטישן טייל פון דער אנדערער, מזרח’דיגער זייט פונעם ירדן — וואו דאס לאנד ירדן געפינט זיך היינט.

Read more


דער שאינו יודע לשאול

The One Who Doesn't Know What to Ask

פֿון ואיה וענה

Yehuda Blum

פסח ביינאכט דערמאנט מען אין דער הגדה די “ארבעה בנים”, דאס זענען די פיר פארשידענע סארטן זין פאר וועמען דער טאטע דארף דערציילן די ניסים פון יציאת מצרים. דאס שטיקל מיט די ארבעה בנים האט מען אריינגעשטעלט באלד אנהויב פון דער הגדה, ווי צו מאכן אינטערעסאנטער דאס זאגן גלייך ביים אנהייבן.

אין דעקארירטע הגדות קען מען זען בילדער פון די ארבעה בנים. דער חכם איז אמאל איינגעוויקלט אין א טלית און שאקלט זיך איבער א גמרא, דער רשע האט א צעשויבערטע בארד און ווילדע אויגן, דער תם זעט טאקע אויס תמ’עוואטע מיט די צעעפנטע הענט וועלכע פרעגן „מה זאת?‟, און דער שאינו יודע לשאול (אויף אידיש: דער וואס ווייסט נישט וויאזוי צו פרעגן), איז א קינד וואס שפילט זיך מיט נארישקייטן.

Read more


בערני סאַנדערס – אַ ייִד מיט שׂכלדיקע מיינונגען

Bernie Sanders – a Jew With Common Sense

פֿון בן זומא

כ׳האב דורכאויס דער לעצטער וואך זיך אביסל „באקענט‟ מיט דעם דעמאקראטישן פרעזידענט קאנדידאט, בערני סאנדערס, און – ער געפעלט מיר. די קלארקייט פון זיין אידאלאגיע, דער זיכערער טאן מיט וועלכן ער רעדט וועגן זיינע פלענער, און דער פאקט וואס ער רעדט קלארע דיבורים איבער זיינע מיינונגען און וואס ער האט בדעה צו טאן אויב וועט ער געווינען די וואלן האבן ביי מיר זייער אויסגענומען.

ס׳האט גענומען צייט ביז איך האב ביי זיך גע׳פועל׳ט בכלל זיך צו באקענען מיט סאנדערס. ער קומט פאר ווי א סאציאליסט פונעם לינק־ליבעראלן חדר, מיט וועלכן כ׳בין בכלל היפש אומבאקוועם. כ׳האב נישט ליב די ליבעראלן; כ׳זע אין זיי נאאיווע אידעאליסטן וואס טראכטן אין אבסטראקט און האנדלען מיט דער וועלט „ווי זי וואלט געדארפט זיין‟ אנשטאט „ווי זי איז טאקע‟. און דאס איז שוין אין בעסטן פאל. אין ערגסטן, באשטייט דער ליבעראלער פליגל פונעם פאליטישן ספעקטרום פון א שיינעם סכום היפאקריטסווע — מענטשן וואס טראגן זיך ארום כלפי אנדערע מיט מער פאראורטיילן און אפילו שנאה ווי די וועמענס „ראסיזם‟ זיי זענען דעם גאנצן ליבן טאג פארנומען מיט פארשרייען.

Read more


„קודש וחול‟ אינעם אידישן לעבן

Holy vs. Secular in Jewish Life

פֿון ב. חסיד

Getty Images

פארנדיג קיין ארץ ישראל האב איך מיר איינגעקויפט עטליכע מוזיק קאמפאקטלען פונעם מיטללענדישן ישראלישן סטיל, א שטייגער ווי די מוזיק פון אייל גולן, פאר טסי, שרית חדד, און נאך אזעלכע זיסע שטימעס.

זיצנדיג אין דער ווייטער אמעריקע, איז מיר ליב צו הערן די קלאנגען פונדערהיים. די אראבישע סלענגען אין שפראך, די דריידעלעך אין מוזיק, דער מזרח’דיגער ריטם, און אלץ ארום. איך פארמאך מיר די אויגן און רעד זיך איין אז איך בין אזש פארפלויגן אהין צו די בערג און טאלן פון אונזער אלטנייעם לאנד, און די לונגען ווערן מיר אנגעפולט מיט דער אייגענער היימליכער אטמאספער.

Read more


וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען?

What Will It Be Like When the Moshiakh Comes?

פֿון מנחם מענדל

„משיח‟ איז א ווארט וואס איז איינגעהילט אין א נעפל און ווערט באגלייט פון מיסטעריע. אידן ווארטן אויף אים שוין יארטויזנטער, אבער גענוי וואס וועט זיין דעמאלט, נאך דעם וואס משיח וועט אנקומען, איז נישט קלאר. די זאכן וואס דארפן געשען, די געשעענישן וואס דארפן לויטן פלאן זיך אויסשפילן אין די פיסטריט פונעם אויסלייזער אונזערן, זענען א סך אין צאל און גרויס אין פארנעם. אידן פון דער גאנצער וועלט וועלן זיך אומקערן קיין ארץ ישראל, דאס בית המקדש וועט אויפסניי אויפגעבויט ווערן, און די וועלט בכלל וועט אריינטרעטן אין א נייער עפאכע. די מענטשהייט, און מיט איר אינאיינעם די בריאה בכלל, וועט אויסגעלייזט ווערן פון אירע פראבלעמען און זיך באפרייען פון אלע אירע חסרונות.

Read more


אַ לויב צו דער אידישער ווייכקייט

In Praise of Jewish Gentleness

פֿון ב. חסיד

Getty Images

הערשל גלעזער האט אין אן אנומלטן ארטיקל פאר׳ן פארווערטס (אונטערן קעפל „לאמיר זיין יידן, נישט קיין אנגלא־סאקסן‟) געשריבן וועגן דעם וואס אונזערע אבות אין אייראפע האבן זיך נישט דערשראקן פאר געפילן, מ׳האט זיך נישט געשעמט צו לאזן א טרער ווען ס׳איז געקומען צו וויינען, בשעת די אידן אין אמעריקע זענען מער טעמפ, זיי ווערן פארוואנדלט אין קאלטע, פארשלאסענע אנגלא־סאקסן, וועלכע זענען חושד יעדן אויסדרוק פון סענטימענטן ווי גלייך ס׳וואלט בלויז געווען א שפיל צו וועלן ארויסברענגען טרערן ביי אנדערע.

Read more


ברענגט אַרײַן געבירטיגס לידער

Bring On Gebirtig's Songs

פֿון ב. חסיד

מיר הערן אפט רעדן וועגן דעם אז די חרדישע וועלט איז צו ענג איינצושליסן אין זיך די גאנצקייט פונעם אידישן לעבן. טייל רעדן זיך אפ אז אונזער אידישקייט איז נישט אמת׳דיג רעליגיעז, ס׳איז בלויז א צווינגעריש לעבן אן קיין אמת׳ע אינספירירונג. אנדערע רעדן זיך אפ אז אונזער חרדישע אידישקייט איז נישט גענוג פאלקיש, ווי ס׳איז געווען אינעם דור פון אונזערע זיידעס. די טענה גייט אז מיר האבן זיך אפגעריסן פונעם אידישן בוים, סיי פונעם אידישן גאט און סיי פונעם אידישן פאלק, און ס׳איז שוין הויך צייט תשובה צו טון.

Read more


דער רעליגיעזער רעוואָלט

The Spiritual Revolt

פֿון בן זומא

די צאל מענטשן וואס פארלאזן די חרדישע געזעלשאפט איז אויפן וועג ארויף. דאס איז א פאקט, אויף וועלכן ס׳איז נישט שייך זיך צו דינגען. איך נעם דא אין חשבון אויך אזעלכע, וואס זענען מיטן גוף און לבוש אין דער קהילה, אבער מיטן קאפ און הארץ זענען זיי ווייט אוועק. ווייל עמיצער וועמענס טראכטן און שטייגער לעבן ווערט דיקטירט פון אן אנדערן קוק־ווינקל ווי דעם פון דער חרדישער וועלט, איז למעשה אוועק און איז אין דער קהילה נאר אויף אזויפיל וויפיל דער צוואנג פון די אומשטענדן האלטן אים דארט.

איז, יא. א סך פון אונזערע „אנשי שלומינו‟ שטייען מיטן קאפ, הארץ, און אפילו מיט איין פוס אינדרויסן די גרעניצן פונעם בוכשטעבליכן און פיגוראטיווען „עירוב‟. דאס מיינט אבער נישט אז אינעם קאמף פון רעליגיע קעגן סעקולאריזם, פון גאט קעגן אטעאיזם, האט דער צווייטער צד געוואונען. דווקא פארקערט.

Read more