ביסט געווען זייער מיד די נאכט פריער. האסט געטאן דאס וואס דו האסט גוט געקענט און אזוי ליב געהאט: טאנצן. נאך ביי דיין געבורט האבן דיינע עלטערן – די געטרייע, תמימות’דיגע טאטע-מאמע דיינס – דיר א נאמען געגעבן „הלל‟. די שטוב האט אויפגעלויכטן ווען דיין נשמה האט זיך, אנגעטאן אין א מענטשליכן גוף, אויף דער וועלט באוויזן. דאס הארץ — די ריינע, כשר’ע הערצער פון דיין טאטע-מאמע — האט ממש געפאדערט דיר א נאמען צו געבן נאך יענער תפילה, וואס אידן זינגען דורכאויס פריידיגע טעג. „הלל‟, דאס וועט זיין דיין בארוף. „יפה‟, אזא ביסטו: שיר-השירימ’דיג שיין און ריין.
ביסטו, הלל יפה, געווען דערמאטערט און ס’האט זיך נישט געוואלט לייענען קריאת שמע. א קינד, דערשעפט, אויסגעמוטשעט, מיד. ס’איז שווער געווען זיך צו קאנצענטרירן. דו האסט זיך אבער געשטארקט; א אידיש קינד איינשלאפן אן קריאת-שמע לייענען? האסט זיך ווי גע’חידוש’ט אויף דער מחשבה.
האסטו פארט זיך אויפגעזעצט אויפ’ן בעט. „שמע ישראל השם אלוקינו השם אחד,‟ האבן די ווערטער ווי צום ערשטן מאל באוויזן אויף די ליפן דיינע. „אינטערעסאנט,‟ האסטו צו זיך געטראכט. „כ’זאג די זעלבע ווערטער שוין אזוי לאנג, אבער עפעס הערן זיי זיך מער יעצט ניי, חידוש’דיג, מיט א משמעות וואס כ’האב קיינמאל פריער נישט געשפירט.‟ האסט נאך א רגע שפעקולירט צי דאס ערשטע מאל וואס דו האסט די ווערטער געזאגט האבן זיי זיך אויך אזוי געפילט ווי יעצט. מיד ביסטו געווען, און ס’האט געדויערט צוויי רגע’לעך ביז די אויגן האבן זיך דיר פארמאכט און די פאנטאזיע האט ארויפגעשוועבט צו א וועלט פון זיסע חלומות.
ווייניג האסטו, הלל יפה, געוואוסט אז בשעת’ן מתפלל זיין אז די שדים און מזיקים זאלן אויף דיר נישט האבן קיין שליטה דורך דער נאכט, האט יענער מוסולמענישער מזיק געהאלטן אינמיטן אויסשארפן דעם מעסער.
„המפיל‟ האסטו, הלל יפה, נאך אנגעיאגט צו זאגן. האסט דארט געבעטן דעם אויבערשטן דיר אויפצולייכטן די אויגן אינדערפרי, און נישט אז דו זאלסט אנטשלאפן ווערן אויף אייביג.
און האסט זיך ווירקליך דערוועקט דעם פאלגנדן אינדערפרי — גאר פרי, אייגנטליך. א שארפע ווייטאג האט דורכשניטן דיין וועזן. האסט ברייט צעעפנט די אויגן אין שאק, און זיך געטראפן קוקן אויף א מערדערישן, בלוט-פארלאפענעם פנים.
אוי, פארוואס?
די ווערטער זענען דיר שוין געלעגן אויף דער צונג, ווען זיי האבן, שטייענדיג אויפ’ן ראנד פון מויל, געזען דעם בליץ פונעם מעסער פארשלינגען ווערן אין דיין הארץ. די ווערטער, א יצירה פונעם מענטש, האבן זיך פארשעמטע אומגעקערט אין האלז. אז א בן-אדם זאל זיין אויף אזוינס מסוגל? צוריק אין חלל פון נישט-זיין, האבן זיי זיך שטיל געשעפשעט איינס צום אנדערן, און אינאיינעם צוריקגעשפרינגען אריין אינעם פארבלוטיגטן, ריינעם הארץ דיינס.
דער רוצח האט די שטומע פראגע געהערט. ער האט נישט געענטפערט, נישט ווייל ער האט נישט געוואלט, נאר ווייל ער האט אליין נישט געוואוסט דעם תירוץ. פארוואס טאקע האט ער זיך ארויסגעריסן פון בעט אין די פריע מארגן שעהען צו דערמארדן א קינד וואס ווייסט נישט וועגן מארד מער ווי די ווערטער „לא תרצח‟? אינגאנצן זיבעצן יאר, אן קיין אייגענער דעה, האט ער בסך הכל געוואוסט אז דאס דערשטעכן אידישע קינדער איז עפעס וואס איז פון אים ווי דערווארטעט. עס וועט הייבן זיין כבוד און אים ברענגען א מבול פון לויב-ווערטער מצד זיין משפחה, באקאנטע און אפילו פרעמדע.
בילדער פונעם קורץ לעבן דיינס האבן זיך דיר געמישט אין קאפ — וואו ס’האט אינדערצווישן אנגעהויבן נעפלען. די לעצטע געדאנקען וואס האבן זיך נאך אריינגעכאפט זענען געווען וועגן דעם מאדנעם קלאנג וואס האט זיך געהערט אין דיין „שמע ישראל‟ מיט עטליכע שעה פריער. א קלארקייט האט אויפגעבליצט, איידער דיין מוח האט אויף אייביג איינגעדרימלט.
דיין פארבלוטיגטער קערפער איז ארויסגעפירט געווארן אויף דער גאס, און גרויסע, מאדנע פלעקן האבן פארנומען דאס פלאץ וואו דו ביסט פריער געשלאפן. פארשעמטע און נאקעטע זענען די בלוט-שטראמען שנעל אריינגעלאפן אינעם ליילעך און וויינענדיק זיך געלאזט איינזאפן. זיי האבן נישט פארשטאנען וואס מיט זיי איז געשען: וואס זוכן זיי דא, אויף דער לופט, אינדרויסן פונעם מענטשעלע וועמען זיי האבן באלעבט?
די אומגעפרעגטע שאלות זענען אפגעענטפערט געווארן מיט טרערן — א סך, גאר א סך טרערן. דו, פונעם שפאלט וואס א גוטער מלאך האט דיר געמאכט אין דער וואנט וואס צעטיילט דא און דארט, האסט געקוקט אויף די יללות און געוויינען ווי אויף א בייז-וואונדער. פארוואס וויינען זיי אזוי, די אלע גוטע מענטשן דארט? ס’איז מיר אזוי גוט דא, טייערע עלטערן און געשוויסטער. א קלייניגקייט: אומגעקומען אין די הענט פון אן אראבישן רוצח! איר ווייסט דען וואס מען באקומט דא דערפאר?
ביסטו אבער נאך יונג, הלל יפה. כאפסט זיך גארנישט אז אין דער מינוט וואס דו האסט אריבערגעקרייזט די גרעניץ אויף אהין, איז דיין וועזן באהערשט געווארן פון אנדערע כללים און געזעצן. אויף יענער זייט, איז דיר גוט ווי גאלד. דא (דאס הייסט, „דארט‟, פון דיין פערספעקטיוו) איז אבער ביטער און פינסטער.
רעד, הלל יפה. זאג עפעס. נעם יא מיט עפעס אין זכרון און זע דערצו אז די אייביגע ישועה זאל קומען וואס שנעלער. און ביז יענער גרויסער מינוט, זאלן די ישמאעלים פון דאנען אַוועקגיין. אונזער לאנד וויל מענטשן וואס ליבן לעבן. אונזער לופט האט ליב יצירה. אונזער ערד האט ליב זיך צו באגרינען, באוואסערן, שאפן און ארויסגעבן. מזיקים און מערדערס זענען איר פרעמד און זי פילט זיך אין זייער אנוועזנהייט אומהיימליך ביז גאר.
וועסט געדענקען, הלל יפה, יא? דו קענסט יעצט נישט צולייגן קיין קאפ: אזויפיל נשמות שטייען אין דער ריי צו כאפן א בליק אויף עמיצן וואס האט א „השם ינקום דמה‟ [דער אויבערשטער זאל נקמה נעמען פאר איר פארגאסן בלוט] צוגעטשעפעט צום נאמען. אבער אויב וועט זיך דיר מאכן א פרייע מינוט, זאלסטו אונז געדענקען. וועסט מסתמא באקומען צוטריט צו די טאטעס און מאמעס אונזערע, וועמענס שכנ’טע דו ביסט געווען ביי דיין לעבן. האסט דאך באזוכט זייער רו ארט, ממש נעבן דיין הויז, יעדע שטיק צייט; קענען זיי דיך און ווייסן ווער דו ביסט. זיי האבן שוין זיכער זיך געיאָגט צו הערן וואס מיט דיר איז געשען, און זיי וועלן אויסהערן וואס דו האסט צו דערציילן.
דערצייל זיי וועגן די מוסולמענישע מזיקים וואס לויפן ארום דער מערת המכפילה זוכנדיג א אידיש הארץ וואו איינצושטעקן זייערע בלוטיגע מעסערס.
זאלסטו, גוטע הלל יפה, זיין דער לעצטער קרבן. זאל דיין בלוט קאכן און פאדערן נקמה. זאל די ווייטאג וואס האט ערזעצט דעם חלל פון דיין דא זיין איבערגעגאסן ווערן אין א ברכה. זאלן די אראבישע שטעט און דערפלעך ווערן אידישע ישובים. אידישע קינדערלעך זאלן וואוינען אין די מוסולמענישע הייזער, און אידישע טאטעס און מאמעס, מיט אפגעברוינטער הויט, זאלן באארבאטן די ערד פון גאנץ יהודה און שומרון, איבער וועמענס בערג און פעלזן זאלן זיך שטענדיג הערן די ווידערקלאנגען פון הלל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.