די צאל מענטשן וואס פארלאזן די חרדישע געזעלשאפט איז אויפן וועג ארויף. דאס איז א פאקט, אויף וועלכן ס׳איז נישט שייך זיך צו דינגען. איך נעם דא אין חשבון אויך אזעלכע, וואס זענען מיטן גוף און לבוש אין דער קהילה, אבער מיטן קאפ און הארץ זענען זיי ווייט אוועק. ווייל עמיצער וועמענס טראכטן און שטייגער לעבן ווערט דיקטירט פון אן אנדערן קוק־ווינקל ווי דעם פון דער חרדישער וועלט, איז למעשה אוועק און איז אין דער קהילה נאר אויף אזויפיל וויפיל דער צוואנג פון די אומשטענדן האלטן אים דארט.
איז, יא. א סך פון אונזערע „אנשי שלומינו‟ שטייען מיטן קאפ, הארץ, און אפילו מיט איין פוס אינדרויסן די גרעניצן פונעם בוכשטעבליכן און פיגוראטיווען „עירוב‟. דאס מיינט אבער נישט אז אינעם קאמף פון רעליגיע קעגן סעקולאריזם, פון גאט קעגן אטעאיזם, האט דער צווייטער צד געוואונען. דווקא פארקערט.
ביז מיט אינגאנצן עטליכע יאר צוריק האט דאס ארויסגיין פון דעם חרדישן געטא־טויער, אזוי צו זאגן, געמיינט ארויסקומען אויף דער אנדערער זייט צו דער אפענער, פרייער, סעקולערער גאס. היינט איז אנדערש. דער רוב וואס לאזט איבער די חרדישע וועלט, אויף איין אופן אדער אן אנדערן, טרעפט גאט אנשטאט גשמיות. צע׳ברוגז׳ט זיך א בחור אויף די עלטערן, אדער א יונגערמאן אויף דעם סיסטעם און עסטאבלישמענט - און נאך א שטיקל וואנדערוועג דא און דארט הייבט ער אויפאמאל אן דאווענען, זינגען, פראווען התבודדות, און שרייען „אין שום יאוש בעולם…‟ דער בחור/יונגערמאן נעמט זיך אפשר צו דער גיטארע אנשטאט דער גמרא, אבער ער זינגט דארט ווארעמע און לעבעדיגע ניגונים מיט יענעם השתוקקות און ברען וואס פעלט אפטמאל יא ביי די אידן וואס פארטיפן זיך יא אין א שטיקל גמרא, וואס דאווענען יא מיטן מנין ערליך און פונקטליך.
וואס עס שפילט זיך דא אפ, ווי איך זע עס, איז א רעוואלט קעגן עסטאבלישמענט און ארגאניזירטער קהילה־לעבן, אפשר אפילו אויך קעגן דער ארגאניזירטער סטרוקטור פון אידישקייט ווי זי ווערט געפרעדיגט און פראקטיצירט אין דער היימישער וועלט. קיין אויפשטאנד קעגן דת אדער א פוטש קעגן גאט איז עס אבער בהחלט נישט. די סיבה שטעקט אין פרוסטראציע, אומצופרידנקייט, ליידיגקייט, און אין א היפשער מאס אין דער אפגעריסנקייט פון די פאדערונגען ביזן מציאות פון לעבן ווי ס׳איז. אבער דער גורם איז שוין נישט וויכטיג, פונקט ווי ס׳איז נישט וויכטיג צי די אורזאך איז ווירקליך א בארעכטיגטע. וויכטיג איז יא אז דאס מציאות איז אזא, און אז די דערשיינונג האט כאטש אזויפיל גוטע זייטן ווי נישט גוטע. בקיצור, דער עולם לאזט אפ פארמאליטעט, אריינגערעכנט דער קהילה און דער קהילה־אידישקייט, און טוישט זי איין מיט עפעס מער אינטואיטיוו, טיפער נשמה׳דיג, און איבער אלעמען - נאענטס רעאליסטישס. ווייניג זענען די וואס זאגן זיך אינגאנצן אפ פון דת און גאט - טייטש: דעפינירן זיך ווי אפיקורסים און מאכן זיך דערפון אן אידענטיטעט. זיי זענען די קרבנות פון דער אלגעמיינער צעשאקלונג וואס אונזער געזעלשאפט, אינאיינעם מיט דער רעשט וועלט, גייט דורך אין אונזער הרת־עולמ׳דיגער תקופה, ווען די וועלט שיילט אפ די אלטע, אפגעטראגענע הויט און מאכט פלאץ פאר א ניי באוואוסטזיין, פאר בעסערע צייטן, פאר א טיפערן פארשטאנד איבער גאט און וועלט און דאס פלאץ פונעם מענטש אין דעם אלעם.
ס׳איז אן אלטער קאמף און ציט זיך שוין איבער א לענג פון יארטויזנטער; געוואונען האט אבער גאט. פארפאלן, ער איז פארט שטארקער… כ׳וואלט געזאגט אז נישט נאר גאט וועט דא ארויס דער געווינער, נאר אפילו רעליגיע. פאלן וועט דאס ארגאניזירטע רעליגיעזע לעבן. אבער אויך דאס וועט נישט פארשווינדן, נאר וועט זיך לבסוף ברעכן און אפטרעטן דעם אויבנאן צו געטליכקייט. רעליגיע וועט צוריקנעמען איר אריגינעלן פלאץ אינעם הארץ פונעם יחיד, וואו זי וועט גאר ווידער אויפבליען און וואקסן אזוי שיין און זיס, אז ס’וועט א שיר השירים זיך ארויסרייסן פון באשאפ’ס מויל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.