פסח ביינאכט דערמאנט מען אין דער הגדה די “ארבעה בנים”, דאס זענען די פיר פארשידענע סארטן זין פאר וועמען דער טאטע דארף דערציילן די ניסים פון יציאת מצרים. דאס שטיקל מיט די ארבעה בנים האט מען אריינגעשטעלט באלד אנהויב פון דער הגדה, ווי צו מאכן אינטערעסאנטער דאס זאגן גלייך ביים אנהייבן.
אין דעקארירטע הגדות קען מען זען בילדער פון די ארבעה בנים. דער חכם איז אמאל איינגעוויקלט אין א טלית און שאקלט זיך איבער א גמרא, דער רשע האט א צעשויבערטע בארד און ווילדע אויגן, דער תם זעט טאקע אויס תמ’עוואטע מיט די צעעפנטע הענט וועלכע פרעגן „מה זאת?‟, און דער שאינו יודע לשאול (אויף אידיש: דער וואס ווייסט נישט וויאזוי צו פרעגן), איז א קינד וואס שפילט זיך מיט נארישקייטן.
אויב מ’קען ארויסנעמען א מסקנא פון די מאלערייען פון די הגדות, לאזט זיך זאגן אז אלע פארשטייען די ארבעה בנים – נישט בלויז ווי אן אפשפיגלונג פון פיר קליינע קינדער – נאר ריכטיגער ווי אן אפשפיגלונג פון פיר ארכיטיפישע אידישע מענטשן. די פיר זין זענען פיר אופנים וויאזוי אידן באציען זיך צום אידישן כלל, צו דער תורה און צו אונזער פארגאנגענהייט. דער חכם איז עמיצער וואס איז איבערגעגעבן און געטריי פאר אידישקייט, בשעת דער רשע איז פונקט פארקערט, דער תם איז א נייגעריגער, ער וויל פארשטיין, אבער ער חכמ’עט זיך נישט אויף קיין שום וועג, נישט צום גוטן און נישט צום שלעכטן. ווידער דער “שאינו יודע לשאול” צייגט ניטאמאל אז ער איז נייגעריג, ווייל ער איז צו פארשפילט מיט אנדערע זאכן.
אויב די הגדה איז געדרוקט געווארן אין א מאדערנער אמעריקאנער געזעלשאפט וועט עס נאטירליך האבן אנדערע בילדער פאר די ארבעה בנים, דער חכם וועט נישט האבן קיין בארד, און דער רשע אודאי נישט. דער רשע וועט אפשר אויסזען ווי א יענקי, מיט א בייסבאל היטל, אבער דער חכם וועט האבן א קאפל אויפ’ן קאפ, און אזוי ווייטער. ס’איז דוקא אינטערעסאנט צו באטראכטן די פארשידענע אופנים וויאזוי די ארבעה בנים זענען אפגעמאלן געווארן במשך די דורות אין פארשידענע אידישע קהילות, וויבאלד זיי געבן א בליק איבער דעם אופן וויאזוי יענע קהילות האבן געזען די פיר „ארכיטיפישע‟ אידן. וואס ביי איינעם הייסט א רשע, קען נאך ביי א צווייטן זיין דער חכם…
צוליב די דערמאנטע פאקטן זענען די ארבעה בנים געווארן א טייל פון דער אידישער פאלקלאר. יעדע הגדה מיט אירע בילדער, יעדע קהילה מיט אירע השקפות. ס’איז גארנישט קיין צופאל וואס דער חכם זיצט דוקא נעבן דעם רשע, און דער תם נעבן דעם שאינו יודע לשאול, וויבאלד זיי זענען אויסגעשטעלט לויטן סדר פון זייער אינטעליגענטער באקאנטשאפט מיט אידישקייט. דער חכם און דער רשע זענען ביידע באקאנט מיט די אידישע מקורות, און זיי ניצן פאקטיש אן ענליכע פראזע ביים פרעגן זייער שאלה. ביידע פארענדיגן מיטן ווארט „אייך‟ ביים סוף פון זייער פראגע, ווי גלייך מ’וואלט נישט זיי געמיינט. אבער ביי דעם רשע ווערט עס אונטערגעשטראכן ווי א להכעיס’דיגע כפירה, און ביים חכם נישט.
די סיבה צו דעם איז וויבאלד דער חכם דערמאנט דעם נאמען פון „ה’ אונזער גאט‟, און דאס מאכט שוין דעם אונטערשייד צווישן די צוויי. די פראגע פונעם חכם איז א פראגע פון נייגעריגקייט, ער וויל פארשטיין מער, בשעת די פראגע פונעם רשע ווערט באטראכט ווי א צינישער חוזק מאכן פון אידן. צוליב דער סיבה זאגט דער בעל הגדה אז מ’זאל דעם רשע צוריקענטפערן אויף „זיין שטייגער‟ מיטן פסוק: בעבור זה עשה ה’ ‘לי’ בצאתי ממצרים, אונטערשטרייכנדיג אז די ניסים זענען געטון געווארן „פאר מיר‟ און „נישט פאר אים‟, וויבאלד ווען ער וואלט געווען אין מצרים וואלט ער דארט פארבליבן שימלען אונטער די מצריים.
ס’איז אבער אינטערעסאנט צו באמערקן אז ווען מ’קומט שפעטער צום שאינו יודע לשאול, טרעפט מען זיך מיטאמאל אן אין דעם זעלבן פסוק וואס מ’האט גענוצט קעגן דעם רשע. דארט זאגט מען אויך דעם פסוק: בעבור זה עשה ה’ ‘לי’ בצאתי ממצרים. צי הייסט דאס אז דער שאינו יודע לשאול וואלט פארבליבן אין מצרים, פונקט ווי דער רשע, און גאט וואלט אים פון דארט נישט ארויסגענומען? פארוואס קומט אים אזא זאך? מ’קען נישט זאגן אז דאס איז א פארזעעניש פון דעם מחבר וואס האט צוזאמגעשטעלט די הגדה. נאר ס’ליגט אין דעם דוקא א וויכטיגער אנזאג איבער דעם כאראקטער פון אומוויסנהייט.
אן אומוויסנדער איד וואס וואקסט אויף אן א טראפעלע ידיעות אין אידישקייט, ביז ער פילט גארנישט קיין אינטערעס אין א אידישן יום טוב, אדער ער הייבט נישט אן וויסן וויאזוי צו פארמולירן א פראגע אין אידישקייט, איז אויסגעשטעלט צו אסימילאציע פונקט ווי דער רשע. דער רשע איז א להכעיס’ניק, זיין אפרייסן זיך פונעם כלל ישראל ווערט געטון מיט א כוונה, מיט א צינישן שטויס, א שטייגער ווי דורך שמד. אבער דער שאינו יודע לשאול קומט אן צום זעלבן ציל, כאטש ס’ווערט געטון אומשולדיגערהייט. ס’קען אונז וויי טון, מיר קענען רחמנות האבן וואס עcר פארלירט אן אוצר צוליב אומוויסנהייט, אבער דאס טוישט נישט זיין רעאליטעט.
***
מיר איז אמאל אויסגעקומען צו זיצן מיט א אידיש מיידל פון דעם סארט, מיר האבן געדארפט איבערגיין אינאיינעם געוויסע אינפארמאציע, און איך האב אפגעשריבן נאטיצן אויף ענגליש דורך מיין קאמפיוטער. על פי טעות האבן זיך אריינגעווארפן ערגעץ צוויי העברעאישע אותיות אינמיטן דעם ענגלישן טעקסט, וואס כ’האב פריער נישט באמערקט. ווען מיר האבן געהאלטן אינמיטן ליינען האט זי געגעבן א שפרונג אויף, צייגנדיג אויף די צוויי אותיות: „וואס איז דאס?‟ איך האב געזאגט אז ס’איז א טעות. נאכדעם וואס מיר האבן זיך געזעגנט האב איך אריינגעטראכט אין דעם געשעעניש, און כ’האב חרטה געהאט פארוואס כ’האב איר נישט צוריקגעפרעגט: „היתכן אז דו ווייסט נישט וואס דאס איז? דו ביסט דאך א איד! ס’איז דיינע אייגענע אותיות!‟
מיט א צייט שפעטער האב איך געזען אויף פייסבוק אז זי איז געווארן פארהייראט צו א שפאנישן יונגערמאן, מסתמא נישט קיין איד. ס’איז מיר געווען א ווייטאג, וויבאלד אין הארץ און נשמה האט זי מיר אויסגעזען ווי א פולקאמער איד, און זי האט אויך נישט געהאט קיין בושה פון דעם פאקט וואס זי איז א איד. ס’איז נישט געווען אין איר קיין פינטעלע אפשיי צום אידישן פאלק, ווען זי האט גערעדט מיט מיר וועגן אידן האט זי גערעדט אפילו מיט ליבשאפט, אבער נישט ווי עפעס וואס האט סיי וועלכע פאדערונג אויף איר לעבן. זי האט געמאכט אויף מיר אן איינדרוק פון א קלוגן מענטש, זי איז אויפגעוואקסן אין אן אינטעליגענטער משפחה, אבער צום באדויערן בלויז אין וועלטליכע ידיעות.
דעם שאינו יודע לשאול האט נישט קיין זין צו טשעפען, ווייל ער פארשטייט גארנישט די וויכטיגקייט פון אידישקייט. דאס מוז נישט זיין עמיצער וואס שפילט זיך מיט קליינע צאצקעס, ס’קען אויך זיין עמיצער וואס איז א געלערנטער דאקטאר, אבער אינעם תחום פון זיינע אינטערעסן איז נישט איינגעשלאסן אידישקייט. פונעם אידישן שטאנדפונקט, און לגבי דער מסקנא פון אסימילאציע, איז אזא דאקטאר פונקט אזוי אומוויסנד ווי דאס אמעריקאניזירטע יינגל וועלכער וויל גארנישט וויסן אויסער טעלעוויזיע, בייסבאל, און שוואוילטאג.
פאר אים זאגט מען אויך דעם זעלבן פסוק ווי פאר’ן רשע אבער מיט אן אנדער ניגון. דער פסוק איז מער געצילט פאר אונז ווי פאר אים, ס’איז פאר אונז צו דערהערן דעם געדאנק אז אומוויסנהייט דערפירט צו אן אומוויסנדן שמד, ס’איז פאר אונז צו באטראכטן דער פליכט וואס ס’ליגט אויף אונז רייכער צו מאכן די ידיעות אין אידישקייט פון אונזערע נאנטע און באקאנטע, צו אונזערע ברידער און שוועסטער, ווי ווייט מיר קענען דערלאנגען. און איבער אלעמען איז פשוט אז מיר אליין דארפן זיך מושטירן מיט ידיעות אין אונזערע מקורות, און הייבן דעם לייטער אלץ מער ארויף אויפ’ן ספעקטרום פון אידישע ידיעות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.