יעדער ווייסט וואָס „אייסיס‟ איז. יעדער ווייסט וואס ער וויל און וואָס ער טוט. יעדן איז באקאנט די אוממענטשליכע רציחות פון „אייסיס‟, און יעדער קען אים ביים נאמען.
יעדער, אחוץ איינעם. פרעזידענט באראק אבאמא איז מסתמא דער איינציגער מענטש אויפ’ן ערדקוגל, וואס ווייסט נישט וואספארא מין געשעפט איז ער, דער דאזיגער „אייסיס‟. אבאמא ווייסט יא צו דערציילן וועגן אן אנדערער גרופע, „אייסיל‟. אויב איר וועט דעם פרעזידענט אפשטעלן אויף דער גאס און אים פרעגן וואס ס’הערט זיך אזוי נייעס אויפ’ן פראנט מיט „אייסיס‟, וועט אבאמא אויף אייך אנקוקן ווי איר וואלט אים געפרעגט וועגן דעם וועטער פאראיארן אין אזא צייט אין קובא: „ווער איז ער, דער מיסטער אייסיס?‟
איך ווייס דאך אבער יא דעם אמת, אז איר האט געמיינט צו פרעגן דעם פרעזידענט וועגן יענער בלוטיגער איסלאמישער גרופע וואס בושעוועט אינעם מיטל מזרח און מארדעוועט אין אייראפע, אמעריקע, אפריקע און אזיע. וועל איך אייך מגלה-סוד זיין, אז אויב איר חלומ’ט פון באקומען אן ענטפער פונעם פרעזידענט, זאלט איר מיט אים רעדן גראד, אן קיין חכמה’לעך. אויב ווילט איר פון אים באקומען א תשובה, פרעגט אים ליבערשט וועגן „אייסיל‟. דעמאלט וועט ער וויסן וועגן וואס איר רעדט.
אוועק פונעם פרעזידענט און צוריק צו אונז. „אייסיס‟ און „אייסיל‟ זענען צוויי נעמען פאר דער זעלבער איסלאמישער גרופע, נאר בשעת „אייסיס‟ איז דער אקראנים פאר „איסלאמישער שטאט אין איראק און סיריע‟, איז „אייסיל‟ אביסל ברייטהארציגער און רעדט וועגן דעם „איסלאמישן שטאט אין איראק און דעם לעוואַנט‟. לעוואנט באצייכנט א שטח וואס נעמט אריין טיילן פון סיריע און ירדן, לבנון, דעם סיני, און – ארץ ישראל.
לאז שוין זיין אז „אייסיל‟ דריקט בעסער אויס די אספיראציעס פון „אייסיס‟. פארוואס גייט אבער אבאמא’ן אין לעבן אנצורופן די באנדע בלשון חכם מיט א טערמין וואס קיינער ניצט נישט?
דעם תירוץ קען מען געפינען אין א טענדענץ פונעם פרעזידענט, אפצושלאגן פון זיך דאס אחריות און אנטלויפן פון אומבאקוועמע החלטות. דער מענטש איז נאאיוו און זיין וועלט-באנעם איז נאענט צו דעם פון א יונגן, אידעאליסטישן סטודענט. ער מיינט אז אלע פראבלעמען איבער דער וועלט שטאמען פון מיספארשטענדענישן וואס קענען געלייזט ווערן מיט שמייכלען און שיינע דיבורים. אן אישו וואס לאזט זיך נישט באהאנדלען מיט א שמייכל, עקזיסטירט נישט און פארטיג. אויב שפרינגט דער פראבלעם אין פנים און זיך אוועקדרייען און איגנארירן איז נישט קיין ברירה, וועט אבאמא אים „צעברייטערן‟ אויף ווי ווייט מעגליך. ער וועט אריינצווינגען אין דער טעמע וואס מער פרטים און צדדים, כדי זי זאל פאלן אויף וואס א גרעסערן ספעקטרום פון לענדער און קערפערשאפטן. וואס מער פארמישטע, אלץ קלענער ווערט דאך זיין אחריות. דאס איז איינס. נאך עפעס: וואס מער פרטים, ווי מער קאמפליצירט און פראבלעמאטיש, אלץ ווייניגער געדולד האבן מענטשן צו פארשטיין אין וואס עס האנדלט זיך, און אלץ גרינגער איז אבאמא’ן צו ציען מיט דער פלייצע און שרייען אז קיין לייזונג איז פשוט נישט פאראן.
„אייסיס‟ איז קאנצענטרירט אין איראק און סיריע – א ראיאן וואו די פאראייניגטע שטאטן איז אזוי אויך פארמישט, און דער פראבלעם איז ובכן אן אמעריקאנישע. אויב אבער „אייסיל‟ איז די גרופע סך גרעסער, ארומנעמיגער, נעמט אריין מער לענדער און דעקט א גרעסערן שטח ווי בלויז איראק און סיריע. די „אייסיס‟-צרה ווערט אזוי ארום אויפגעבלאזן, קאמפליצירט, און זעט אויס סך מער פארוויקלט און נעמט אריין מער צדדים. ווי גרעסער, וואס מער פרטים, אלץ ווייניגער פארשטייען מענטשן און אלץ מער פארלירן זיי דאס געדולד אריינצוטראכטן אין וואס דא האנדלט זיך.
אבאמא גיט דעם איינדרוק ביי יעדן אישו. זיין נוסח אין רעדן לויפט אויך אויף דעם שניט: צו רעדן וועגן זאכן אין וואס ברייטערע טערמינען און ארייננעמען אין יעדן פראבלעם וואס מער מענטשן.
די דאזיגע פחדנ’ישע שוואכקייט דערקלערט אויך דעם פרעזידענט’ס מאדנע עקשנות נישט אנצורופן דעם איסלאמישן טעראר ביים נאמען. געטריי צו זיין עיקר שטארקייט פון אפלאכן און אוועקמאכן, האט אבאמא טאקע שיין אפגע’חוזק’ט פון די אויפפאדערונגען צו דווקא ניצן דעם טערמין „ראדיקאלער איסלאם‟; אבער יעדער פארשטייט אז די נקודה איז וויאזוי ער רעדט וועגן דעם פענאמען, נאר די לאגיק אונטער דעם. אבאמא וויל נישט רעדן וועגן „איסלאמישן טעראר‟, ווייל דאס איז שוין צו ספעציפיש פאר זיין פחדנות וואס שטייט אוועק פון מעשים א מרחק כמעט אזוי גרויס ווי פון זיין צונג ביז’ן הארץ. קיינעם קימערט נישט וויאזוי דער פראבלעם ווערט באצייכנט, אזוי לאנג ווי ער ווערט ריכטיג באהאנדלט. אויב אבאמא וואלט פאר א מינוט געלייגט זיין עגא אין א זייט און יא געפרואווט האלטן אן אפענעם קאפ און אנערקענען אז זיין אידאלאגישער פאנאטיזם איז גוט אויף א קאלעדזש קאמפוס בעת אין דער וועלט דארף מען זיין פראגמאטיש און רעאליסטיש, וואלט ער געטאן דערצו אויסצוראטן „אייסיס‟, אנשטאט זיך אייסלען ווי א חכם פון דער מה נשתנה.
א געוויסער זשורנאליסט וואס האט אינפילטרירט „אייסיס‟ און פון דארט געברענגט א באריכט זאגט, אז דאס איינציגע לאנד פון וועמען די איסלאמיסטן האבן מורא איז ישראל – וועלכע פארשטייט בעסער ווי די אנדערע אין דער מערב-וועלט וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די רוצחים. אין ישראל האלט מען אז דער אמעריקאנער צוגאנג צו אייסיס איז שלעכט און כמעט גארנישט ווערט.
איז שכל’דיג צו טראכטן, אז די וועלט וועט ליידן פון „אייסיס‟ אזוי לאנג ווי די גרופע וועט זיך נישט פארטשעפען מיט ישראל. איינמאל „אייסיס‟ וועט זיך צעפירן די לאפעס אינעם אידישן לאנד, וועט די כאפטע באקומען די נויטיגע באהאנדלונג. די וועלט וועט אבער נישט האבן קיין צייט צו גראטולירן ישראל, ווייל זי וועט זיין צו פארנומען מיטן פארדאמען די אידישע מדינה אויף איר באבאריזם קעגן די ארעמע, פרידליכע מוסולמענער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.