Yiddish with an Aleph

גיסט נישט אויס דאָס וואַסער מיטן קינד!

Don't Throw the Baby Out With the Bathwater!

פֿון הרב יואל אשר לאבין*

Yehuda Blum

„מיר ווארטן און האפן אז דער חסידישער עולם זאל זיך אויפוועקן און אנהייבן איינזען אז”… זענען אפטע ווערטער וואס מען ליינט דא און דארט, פון פילע וועלכע טוען אנטייטלען אויף פראבלעמען אינערהאלב דעם חסידישן ציבור, און רופן פאר א טויש.

א דערוואכונג צו קונסט און צו מאדערניזם אינערהאלב די חרדישע געמיינדע איז א ווינטש מיט וואס איך האב זיך אנגעשטויסן דערין מערערע מאל דאהי אינעם „פארווערטס” אין ארטיקלען וואס ווערן געשריבן דורך יונגעלייט וואס זענען אומצופרידן מיט אספעקטן אין דער חרדישער געמיינדע וואו זיי לעבן אדער וואו זייערע קינדער לעבן. זייער זארג קען זיין מיט די בעסטע כוונות. זיי האפן און ווארטן אויף א חסידישער רענאסאנס.

צום לעצט האב איך געטראפן דעם סענטימענט דא אינעם „פארווערטס” עלעקוואנט אראפגעשריבן אינעם רובריק „אידיש מיט אן א” דורכן טאלאנטפולן שרייבער וואס מאסקירט זיך אונטערן פסעוודאנים „ואיה וענה” ווי ער טרוימט איבער א טאג ווען “חרדישע אידן וועלן אנטוויקלען א געפיל צו קונסט און ליד, די נשמה אונזערע וועט זיך עפענען און אנהייבן דערשפירן די וויברירונגען פון דער בריאה”.

נישט לאנג צוריק האב איך אט דאס געשמועסט אין פארנט פונעם קאמערע, טאקע מיט א ביישטייערער פארן „פארווערטס”: דער טאלאנטפולער ארטיסט ליפא שמעלצער, מיינס א באקאנטער מימים ימימה וועלכער האט מיר פארבעטן אויף זיין חודשליכן ווינקל אין פארווערטס „ראש חודש מיט ר’ ליפא”. ער ווי אן ארטיסט און איך ווי א שרייבער האבן מיר ביידע ליב דעם כח פון שפראך און איר קונסט, האט ליפא אין זיין שמועס אויסגעדריקט זיין באגער אז חרדישע קינדער זאלן געניסן פון שפראך, זיך קאכן אין פאעזיע און נעמען אנטייל אין דער ארטיסטישער וועלט פון לייענען, שרייבן, און באשאפן.

איך האב געזאגט פאר ליפא אז איך האב אויך אזא חלום, אבער מיין חלום איז נישט אז תינוקות של בית רבן זאלן ווערן אנציקט פון מאדערנע קונסט, אדער היינטצייטיקע פאזיע. מיין חלום איז אז מיר זאלן צוריקברענגען די קינדער אין חדר אריין! אבער אויף אן אמת, אז אונזערע קינדער זאלן זיין אנטציקט פון אידישקייט און בלייבן פאסיצינירט פון אירע אוצרות, אז אונזער דערציאונג סיסטעם זאל טרעפן א וועג צו געבן פאר אונזערע קינדער א געשמאק אין די ענדלאזע אוצרות וואס מיר פארמאגן.

מיר דארפן מער זעלבסט-אויסדרוק, אז אונזערע קינדער זאלן זיין שעפעריש און אקטיוו, אוודאי געוויס, אבער פאר דעם מוז מען נישט אריבערשפאנען דעם בריק. דאס חסידישע לעבן איז אין איר יסוד טאקע דא פאר דעם צו באהעפטן יעדן יחיד צו זיין נשמה.

אוודאי ווילן מיר אונזערע קינדער זאלן געניסן פון דעם געשריבענעם ווארט און זיין כח, קונסט און טיפקייט. אבער ווי הערליך זאגט אונז עס משה רבינו דער אדון הנביאים: „לא מעבר לים הוא, ולא רחוקה הוא… כי קרוב אליך הדבר מאוד, בפיך ובלבבך לעשותו” (נישט איבערן ים איז זי און נישט ווייט איז זי, זי איז גאר נאנט צו דיר, אין דיין מויל און הארץ זי צו טון), צופרידנקייט און אייגענארטיגקייט טאר נישט זיין קיין סתירה צו א אידישן ערליכן לעבנסשטייגער.

זאלן אונזערע קינדער טאקע זיך באהעפטן מיט די שיינקייט פון די ווערטער פון די אור אלטע אוצרות פון אידישן פאלק. זאלן אונזערע קינדער נישט טון זאכן נאר „צוליב שידוכים” נאר זאלן באמת וויסן וואס מיר פארמאגן, זיך באקענען מיט אונזער ספרים שאנק מיט די זעלבע התפעלות ווי די ארטיסטן וואס שפאצירן אין די קארידארן פונעם מעטראפאליטן קונסט מוזעאום, און זיך פאסמאקעווען אין א שטיקל פסוק אין שירת האזינו נישט ווייניגער ווי להבדיל דער ארטיסט גרונטעוועט זיך אין א שטיקל שייקספיר. זאלן אונזערע קינדער צולייגן קאפ צו פארשטיין א שטיקל מדרש, לפחות ווי א ליטעראטור ליבהאבער קנייטשט אין אן עגנון. זאלן אונזערע קינדער לייגן אזויפיל קאפ אין טיף שטיקל ספר התניא, ווי דער פילאזאפיע סטודענט קאכט זיך אין א פעסימיסטיש שטיקל פון שופנהאוער.

ווען א מענטש ווערט אומצופרידן מיט זיין געמיינדע, קען ער — ווי א געליטענער — פארלירן אלעס און ווערן ביטער, קלאגענדיג הלמאי, „מען האט מיר געגעבן עפעס וואס איך קען נישט אראפשלינגען‟, און אלס רעזולטאט וויל ער ארויסווארפן אלץ וואס מען האט אים געגעבן, כאילו אלעס שטאמט פון די זעלבע ראשי הקהילה — די וואוין־פראבלעם, די תקנות, די שטריימל און די תפילין מיטן חומש. אלץ אין איין פעקל.

איך וועל אייך עפעס דערציילן: א מענטש פון א גאר פרומער משפחה וואס האט געזוכט זיין וועג ארויס פון די געמיינדע, האט מיר דערציילט אז ער איז געווען ביי אן אווענט ווי עס האט אויפגעטרעטן דער באקאנטער אטעאיסט ריטשארד דאוקינס, און מיט טריאומף האט דער ייד דערציילט אז דאוקינס האט אפילו געחתמעט זיין בוך. און איך טראכט צו זיך, רבונו של עולם! דער יונגערמאן האט אין זיין לעבן נישט געעפנט ניין און ניינציג פראצענט פון די אידישע אוצרות פון רעליגיע, און א געשמאקע ברעסלעווער קומזיץ וואלט אנגעפילט די גענוי זעלבע לאך אין זיין הארץ, צו וואס זאל דער ערשטער שמועס וואס איז נישט אין אן אונגאריש אידיש זיין א פראפאגאנדע רעדע פון איינער וואס איז בסך הכל די אטעאיסטישע אקוויוואלענט צו הרב אמנון יצחק?

ווילסט דווקא זיך יא באקענען מיט אביסל ווינסשאפט? עס איז דא גאר א סך צווישן דארטן וואו די ביסטו ביז צו דאוקינס’ן. זיך באקענען מיט דער וועלט מוז נישט זיין די גענויע היפוך פון אלעס וואס די האסטו געוואוסט, יא די דארפסט א נייעם נוסח וואס זאל אפעלירן צו דיין אייגענע שורש נשמה. גענוג אידן זוכן אזוינס, מען דארף בלויז זיך נעמען אין די הענט אריין און טרעפן וואס מען זוכט.

איך משפט נישט קיינעם, איך ווייס אז יעדער האט זיין לעבן און זיינע דורכגענג, אבער איך זע פשוט ווי א סך פון מיינע ברידער פאלן, און איך וויל זיי זאגן אז עס פעלט נישט אויס, מען קען טרעפן דעם אור, מען טאר נישט זיין פויל איר צו טרעפן!

יא, עס פעלט ביי אונז א סך, איר זענט אלע גערעכט, אבער וואס עס פעלט איז א פרישקייט. מיר זענען ממשיך אן עקזיסטירנדער אידישקייט, אבער מען דארף יונגע כחות, מענטשן פון הארץ און מח זאלן נישט אנטלויפן ווען מען זעט פראבלעמען, מען זאל נישט ארויסטאנצן פון שיף ווען זי איז געפלאגט פון שטורעמען, און מען זאל נישט ווערן גלייכגילטיק צו די אייגענע היים און איבערלאזן די מאמע ווען זי איז אלט!

עס טוט זיך א שטורעם וועגן לערנען ענגליש? יא, מען דארף לערנען מער ענגליש. אבער נישט ווייל דארט איז אונזער גליק. מען דארף נישט מאכן אונזערע קינדער ווייניגער אידן, מען דארף זיי מאכן מער צופרידענע אידן! מיר דארפן די גאנצע חינוך זאל זיין בעסער און העכער אז אונזערע קינדער זאלן וואקסן ווארעמע אידן גרייט פארן לעבן, מיט א סך ידיעות אין אידישע השקפה, אין אידישע היסטאריע און מיט פארשטאנד למצוא חן ושכל טוב בעיני אלקים ואדם.

א סיסטעם וואס גדולי ישראל זצ”ל האבן געבויט תיכף נאכן קריג האט געהאט אויסערגעווענליכע סייעתא דשמיא, אזעלכע אידישע דיאמאנטן ווי לעיקוואד, סקווירא אדער וויליאמסבורג זענען א נס! און מיר מוזן מכיר טוב זיין פאר די קהילות וואס האבן אנגעהאלטן דעם גחלת ישראל, דעם אידישן פלאם פון תורה.

אז איר זעהט חרדישע יונגעלייט וואס זענען אויסגעלאשן, איז נישט די לייזונג אז מען זאל אים אונטעררוקן א דאסטאיעווסקי, ווייל ער קען טרעפן די נחמה צו זיין נשמה אין ספר איוב, קהלת, משלי, אדער גאר ספרי הרמב”ם, כוזרי, צו רבי חיים וויטאל, צו רמח”ל, צו מהר”ל, אדער גאר ספר התניא, צו דער איזביצער, מכתב מאליהו, בעל הסולם אדער צו גאר היינצייטיגע אידישע דענקער.

די אידישע מחנה פארלירט צופיל פון אירע גוטע קינדער, סענסיטיווע נשמות. עס פעלט אזוי וויכטיג אויס צו זאגן צו די אלע וואס זעען חסרונות און דעריבער פאלן זיי אריין אין ייאוש און ווערן פארביטערט ביז צו איבערלאזן דעם געמיינדע, פיזיש אדער גייסטיש, ווארפט נישט אלעס אוועק!

איר זעט חסרונות? נו, לאמיר פארריכטן! גיסט נישט אויס דאס וואסער מיטן קינד, און הייבט נישט אזוי שנעל הענט מיט ביטול קעגן אייער אייגענע עבר, ווארפט נישט אוועק די וואונדערליכער עם הנבחר, צוליב חסרונות אין א געוויסע געמיינדע, אדרבה, נעמט א טייל אין בויען די אידישע געשיכטע, בויעט אויף א פרישע אידישע שטוב ווי אט די חסרונות זאלן פארראכטן ווערן.

וואס איז אייער אנדערע לייזונג? איבערלאזן אלעס? און גיין וואוהין? צי קלערט איר טאקע אז די ענטפער אינדרויסן איז אזויפיל בעסער ווי טרעפן אייער נוסח?

די אכסניה ווי א סך פון די געדאנקען ווערן אויסגעגאסן, די פארווערטס, דארף אייך געבן א שטיקל בילד. די פארווערטס אודיענץ איז געווען די וואס האבן נישט געגליכן אידישקייט, און האבן דעריבער באשאפן א באוועגונג ווי די שפראך אליין, יידיש, פאראייניגט דאס פאלק, אבער עס האט נישט געארבעט. די פארווערטס עולם האט עווענטועל געהאט צוויי ברירות, אדער זיך אויסמישן אין די אמעריקאנער חלום אדער תשובה טון, ווי אסאך קינדער פון אמאליגע יידישיסטן, און אט די זעלבע זאך זעהט מען אין ארץ הקודש, די אידישע אוצר פון תורה, טויזנטער יארן אידישע היסטאריע קען נישט ווערן איבערגענומען דורך א גלאטע אידעע אדער פארטוישט מיט סעקולערע ווירדן, זי ארבעט נישט.

יא, מיר דארפן זאגן פאר אונזערע קינדער אז אויב זיי ליידן פֿון די חסרונות אין אונזער געמיינדע, איז עס נישט די רעליגיע וואס האט זיי וויי געטון. ניין, מען זאל נישט שטופן קיין חסרונות אונטערן קארפעט, מיר פארמאגן קריזיסן, שווערע קריזיסן. סוף כל סוף ווילן מיר באווייזן דאס אוממעגליכע, מיר, קינדער און אייניקלעך פון פליטים, קינדער און אייניקלעך פון צובראכענע שטיבער ווילן אויפשטעלן א רוחניות’דיגע בית המקדש, א סורא ופומבדיתא אין מיטן דערינען פון ניו יארק, א שפאן אוועק פון פארק־סלאופ און ניי־וויליאמסבורג. אוודאי איז עס שווער, עס איז אן אומגלויבליכע נס, און זי קען נישט אנקומען לייכט, און ווען איר, מיינע ברודער, זעט די שוועריגקייטן אדער אנטדעקט וואס אין די געמיינדע האט איר נישט געטראפן, לויפט נישט, לויפט נישט! די ליכט איז נישט די אנדערע זייט פון די מויער, די ליכט איז אין יעדע אידישע הארץ! אדרבה, טרעף דיין “חלקנו בתורתך” און באשאף א נייע רעאליטעט וואס זאל זיין ריין פון די פראבלעמען וואס קוועטשן דיר.

ניין, מיין חלום איז נישט אז מיינע קינדער זאלן פארמאגן דאסטאיעווסקי’ס ביכער נעבן דעם גמרא, איך וויל אז זיי זאלן ליב האבן דעם אידישן אוצר און וויסן אז די אוצר איז נאנט צו זיי.

יא, איך וויל אז עס זאל בעסער ווערן די ענגליש דעפארטמענט, און איך וויל אז מען זאל דערוועקן נייגער און קונסט אין די קינדער און איך וויל אז קינדער זאלן זיין סאפיסטיקירט און פארשטיין שפראך און שיינקייט, אבער לכבוד דעם וויל איך פארגרעסערן די פייער פון אידישקייט, מער תורה, בעסערע חינוך, מער הבנה אין אידישקייט אלס א וועגווייזער פארן מאדערנעם מענטש אין היינטיגן דור.

די היינטיגע ביזנעס וועלט איז בכלל נישט באזירט אויף די אלט פארצייטישע יסודות ווי גראמאטיק און רעכענען, זיי זענען וויכטיג, נישטא וואס צו רעדן, אבער אין די היינטיגע טעכנאלאגיע צייטן איז דאס וויכטיגסטע אין ביזנעס יסודות וואס מען קען לערנען אין תורה און מוסר. מען דארף א מענטש וואס איז גייסטיש געזונט, האט ליב מענטשן, יושר’דיג און טראכט שנעל. דאס זענען אלעס יסודות וואס א געזונטע אידישע חינוך מוז געבן צו אונזערע קינדער! די תורה מוז געבן אונזערע קינדער די אלע געזונטע כלים צו מצליח זיין אין די וועלט, מער ווי די סעמינארן וואס פארקויפן פשוטע מענטשליכקייטן און גוטע אידעאלן און מדות.

ווי שיין שרייבט „ואיה וענה” ס’וועט קומען דער טאג, און דער טאג איז נישט ווייט, ווען מיר היימישע אידן וועלן געניסן… אבער עס קריצט אין די אויערן ווען מען ליינט ווייטער „פון אבסטראקטע מאלערייען און יעדע סארט קונסט; ווען א פראנצויזישער וואלס, אדער אן ארגענטינער טאנגא, וועט בארירן דאס הארץ פון אונזער חרדישער נשמה, נישט ווייניגער ווי דער כל נדרי אין סאמע מיטן פון יום כיפור…”

ניין, מיין מאמע איז בעסער ווי אלע מאמעס און איך וויל אז דער כל נדרי זאל ווערן טיפער און ברענגען צו העכערע הויכקייטן, מער ווי אין אן ארגענטינער טאגא און א פראנצויזער וואלס. זאל א שמחת תורה טאנץ זיין א מעדיטיטיווע כח, א קראפט פאר אהבת התורה, יא, פיל מער ווי א טאנגא און א וואלס, ווייל זיי זענען אונזערע, מיר פארמאגן זיי, און זיי רעדן צו די טיפסטע און העכסטע רעאלמען אין אונזער נשמה.

יא, עס איז חשוב אז איר האט א חלום, איר ווילט א אוטאפישע געמיינדע, אבער זי איז בלויז אין אייערע הענט! און פון חלומות געשעט גארנישט, בויט אויף!

און לאמיר ענדיגן ביי די נשמה־פאעזיע פון רבי שלמה אלקבץ, וואס איר, ברידער וואס טרעפן נאר קונסט ביי דאסטאיעווסקי’ן האט איר אפשר נישט באמערקט אין אונזער אייגענעם הויף: „התעוררי, התעוררי, כי בא אורך, קומי אורי, עורי עורי, שיר דברי, כבוד השם עליך נגלה!”

וועק זיך, וועק זיך, דיין ליכט איז אנגעקומען, שטיי אויף דיין ליכט, וועק זיך, וועק זיך, די פראכט פון גאט אנטפלעקט זיך אויף דיר!


*הרב לאבין איז א באקאנטער ציבורישער פיגור אין די חרדישער וועלט און קאלומניסט אין די חרדישער מידיא, א טאטע צו א שטוב מיט זעקס קינדער און איינוואוינער אין בארא פארק.


ס׳איז נישט גענוג צו לערנען בלויז פּראַגמאַטישע סעקולערע לימודים

Teaching Only Pragmatic Secular Subjects Is Not Enough

פֿון ואיה וענה

Yehuda Blum

איך האב תמיד הנאה צו ליינען די ארטיקלען אויף „אידיש מיט אן אלף‟ פון מיין חבר בן זומא, און על פי רוב בין איך אויך מסכים מיט דעם וואס ער שרייבט, אבער נישט אלעמאל. אין א לעצטיגן ארטיקל, למשל, האט ער געשריבן וועגן איינפירן סעקולערע לימודים אין די חדרים, באשטימענדיג אינעם קעפל: „סעקולערע לימודים — יא, אבער בלויז די פראגמאטישע‟. זעט איר, מיט דער באהויפטונג האב איך נאר טיילווייז מסכים געווען. דאס הייסט, מיטן טייל פון „סעקולערע לימודים — יא‟ בין איך הונדערט פראצענט מסכים, אבער מיטן טייל פון „בלויז די פראגמאטישע‟ בין איך נישט מסכים… איך וועל דערקלערן פארוואס.

בן זומא האט געשריבן אז יעדער לימוד וואס ברענגט נישט קיין דירעקטן נוצן פאר׳ן מענטש איז נישט וויכטיג צו לערנען. מיר דאכט זיך אבער אז דער אמת איז דוקא פארקערט. פראגמאטישע לימודים מוז מען טאקע לערנען, אבער מיט דעם זענען מיר נאכנישט בעסער פון די חיות אין וואלד. וואס ס׳שטעלט אוועק אונזער מענטשהייט זענען דוקא די לימודים פון „די גייסט וויסנשאפט‟. דאס הייסט, געאגראפיע, היסטאריע, ליטעראטור, פאעזיע, קונסט, אאז”וו. ס׳איז מיר א חידוש אז בן זומא האט פארזען די וויכטיגקייט פון די הומאנישע לימודים פאר דער מענטשליכער נשמה.

בכלל האב איך לחלוטין נישט פארשטאנען פארוואס בן זומא האט אפגע׳פסק׳עט אז געאגראפיע איז פון די נישט-וויכטיגע, אומפראגמאטישע לימודים. איז דען א מענטש נישט געבוירן אינעם קאנטעקסט פון ביליאנען מענטשן ארום אים וואס האבן א פארדעם און א נאכדעם? איז דען שייך צו זיין א מענטש, אפילו בלויז פונעם פראגמאטישן בליק, אן דעם וואס מ’זאל פארשטיין די אלף-בית פון דער געזעלשאפט ארום אונז? נישט בלויז דארף מען קענען געאגראפיע, נאר מ’דארף אויך קענען כאטש אן אויבערפלעכליכע געשיכטע פון די אלע מקומות.

קען זיין אז ס’איז נישט וויכטיג צו וויסן וואו טאנזאניע געפינט זיך, אבער די האפענונג איז אז מ׳זאל כאטש וויסן וועגן פיל אנדערע שטעט און לענדער. ס’וואלט נישט געשאדט צו קענען די פאָן פון וויכטיגע לענדער, און הלואי זאל מען קענען זייערע הימנעס אויך. געאגראפיע איז נישט בלויז וועגן לענדער, נאר אויך וועגן קאנטינענטן און אקעאנוסן. געאגראפיע איז וועגן אינזלען, האלבע אינזלען, גאלפן און ים־שטראמען. געאגראפיע איז וועגן בערג און טאלן, וועלדער און מדבריות. די אידישע געשיכטע אליין איז נישט מעגליך צו וויסן אן דעם וואס מ׳זאל קענען די צורה פון די וועלט ארום.

מאטעמאטיק האט בן זומא אויך באשטימט אלס אומוויכטיג, אבער אן מאטעמאטיק איז נישט מעגליך זיך צו באקענען מיט דער פיזישער וועלט. די גאנצע וויסנשאפט איז באזירט אויף מאטעמאטיק, און ווען גאט האט אוועקגעשטעלט די וועלט האט ער זי באשאפן אויף די יסודות פון אלגעברא און געאמעטריע. אדרבא, זאלן אונזערע קינדער זיך באקענען מיט דער „גייסט וויסנשאפט‟ פון איין זייט, „מאטעמאטיק‟ פון דער אנדערער זייט, און דערנאך וועלן זיי קענען אויסקלויבן צי זיי האבן מער ליב א קאריערע אין הומאנישע שטודיעס אדער אין וויסנשאפטליכע־מאטעמאטישע שטודיעס.

איך וויל דערמאנען פאר בן זומא אז שיבת ציון אין אונזער צייט איז אויסגעפירט געווארן דורך אזעלכע וואס האבן אפגעשאצט די כוחות פונעם מענטש און פארשטאנען אז אזא שווערער פראיעקט קען דערגרייכט ווערן. אט די אנערקענונג אינעם חשיבות פונעם מענטש קען נישט קומען פון לערנען בלויז פראגמאטישע לימודים. די השראה, די אינספעראציע, אויף צו בויען דאס לאנד פונדאסניי איז געקומען פון פאעזיע און ליטעראטור, אנגעהויבן פון דער שירת התנ”ך, אריבער צו דער שירה פון די משוררי ספרד, ביז צו די שפעטערע העברעאישע משוררים פון דער נייער צייט. דאס אלץ שטעקט אינעם פסוק פון ספר בראשית „מלאו את הארץ וכבשוה‟, וואו גאט האט באפוילן דעם מענטש איינצונעמען די וועלט. און דאס דערקענט מען נאר אין די הומאנישע, לכאורה אומפראקטישע, שטודיעס.

ס’איז אודאי וויכטיג צו לערנען די פראגמאטישע לימודים, אבער ווען דער מענטש איז געדעקט מיט די יסודות פון מאטעמאטיק, שפראך, געאגראפיע, און וועלטליכע געשיכטע, איז ער ממילא מאביליזירט מיט מענטשליכע כוחות וואס הייבן אים אויף העכער פון סיי וועלכע גרעניצן און ער קען דעמאלט אייננעמען וועלטן. ווען עמיצער זאל שטיין פאר אן אויסוואל צו נעמען א שנעלן קורס אין „אקאונטינג‟ (חשבון־פירעריי) אדער „קאמפיוטער פראגראמירונג‟, וואלט איך אים גע’עצה’ט צו לערנען דוקא א פאך וואס נעמט אין זיך אריין א טיפע באקאנטשאפט אין דער „גייסט וויסנשאפט‟ אדער „פיזיק‟, וויבאלד דאס וועט אים אויסברייטערן די האריזאנטן און אים שטעלן פנים אל פנים מיט די וואונדער פון דער וועלט. נאר אפילו ווען מ’וועט זיך נישט אויסקלויבן א קאריערע אין אזעלכע געביטן, איז כאטש וויכטיג אז מ’זאל עס האבן געהערט אמאל אין חדר…

צו וויסן די נעמען פון אלגעמיינע שרייבער, פון טויזנטער יארן צוריק ביז היינט, אדער צו וויסן די געשיכטע פון קונסט און די נעמען פון באקאנטע קינסטלער פון דער רענעסאנס תקופה ביז היינט, איז אפשר נישט דירעקט פארבונדן צו א פראגמאטישן בענעפיט, אבער דער תועלת דערפון אינעם לאנגן טערמין פאר דער מענטשליכער נשמה און דאס געשטעל פון דער פערזאן איז נישט מעגליך אונטערצושאצן. דוקא פון אזעלכע ידיעות, האנט ביי האנט מיט א רייכער באקאנטשאפט אין תורה און אידישקייט, וועלן ארויסוואקסן ריזן פאר אונזער פאלק.


אונדזער שולסיסטעם: מע דאַרף קוקן דעם אמת אין פּנים אַרײַן

Confronting the Flaws Of Our School System

פֿון מנחם מענדל

Yehuda Blum

די חרדישע געזעלשאפט, פונקט ווי יעדע אנדערע גרופע פון מענטשן, ליידט פון חסרונות. קיין איין מענטש איז נישט פערפעקט און קיין איינציגע גרופע מענטשן איז נישט ריין פון פראבלעמען. מיר חרדים פארמאגן אבער א בענעפיט אז די לעכער אין אונזער סיסטעם זענען גרינגער צו פארשטאפן ווי די פון דער אלגעמיינער געזעלשאפט.

לאמיר אבער צוערשט קלאר מאכן אז „פראבלעמען” מיינט נישט דאס זעלבע ווי „שלעכט”. ווען א מענטש פירט זיך אין לעבן מיט די בעסטע כוונות לויט זיינע מעגליכקייטן, און פרובירט זיך כסדר פארבעסערן וואו ס’פעלט אויס און אויפן בעסטן אופן ווי זיינע כוחות דערלויבן אים, איז ער א גוטער. נאר וואס, יעדער מענטש, זאל ער זיין דער בעסטער, קען זיך כסדר נאך ווייטער פארבעסערן און פארפולקאמען. דערפאר איז דער, דער מענטש, אראפגעקומען אויף דער וועלט — צו געניסן פונעם לעבן און איבערלאזן די וועלט אלס א בעסערער, מער אנטוויקלטער מענטש ווי ער איז געווען ביים אראפקומען.

Read more


איך האב א חלום

I Have A Dream

פֿון ואיה וענה

Yehuda Blum

לכבוד דעם געבוירן־טאג פון מארטין לוטער קינג, זאל זיך מיען, וואס קומט שוין באלד, האב איך זיך דערמאנט אין כל-ערליי חלומות וועלכע מיר טראגן אליין מיט זיך, איבער גאולות נאך וועלכע מיר בענקען און שאיפות וועלכע מיר ווילן דערגרייכן:

איך האב א חלום, אז ס’וועט קומען דער טאג ווען מיר – חרדישע אידן - וועלן אנטוויקלען א געפיל צו קונסט און ליד, די נשמה אונזערע וועט זיך עפענען און אנהייבן דערשפירן די וויברירונגען פון דער בריאה. ס’וועט קומען דער טאג, און דער טאג איז נישט ווייט, ווען מיר היימישע אידן וועלן געניסן פון אבסטראקטע מאלערייען און יעדע סארט קונסט; ווען א פראנצויזישער וואלס, אדער אן ארגענטינער טאנגא, וועט בארירן דאס הארץ פון אונזער חרדישער נשמה, נישט ווייניגער ווי דער כל נדרי אין סאמע מיטן פון יום כיפור.

Read more


סעקולערע לימודים — יאָ, אָבער בלויז די פּראַגמאַטישע

Secular Studies - Yes, But Only What's Practical

פֿון בן זומא

Yehuda Blum

עס זענען פאראן צוויי סעקטארן אין דער אמעריקאנער געזעלשאפט, ביי וועלכע דער דערציאונגס סיסטעם נויטיגט זיך אין רעפארם. דער ערשטער איז דער חרדישער און דער צווייטער — דער אלגעמיינער.

דער איינגעשטעלטער סדר לימודים אין דער אמעריקאנער (ווי בכלל רוב מערב וועלט) פארמאגט א סך איבעריג מאטעריאל, וואס ברענגען דעם סטודענט קיין שום נוצן. געוויסע לימודים זענען קיינמאל נישט געווען לעבנסוויכטיג, אבער האבן אויך קיינעם נישט געברענגט קיין שאדן. „געאגראפיע” איז נישט קיין שלעכטער ביישפיל. ס׳איז נישט קריטיש וויכטיג צו קענען די הויפטשטאט פון מאנגאליע, און קיינער האט נאכנישט אויסגעהויכט די נשמה צוליב שוועריגקייטן מיט אידענטיפיצירן דעם גענויעם פונקט וואו טאנזאניע געפינט זיך אויף דער מאפע. אנדערע לימודים, למשל, אוואנסירטע מאטעמאטיק, זענען אפשר יא נוצליך, אבער די צייט האט זיי איבערגעלאזט אין דער פארגאנגענהייט. אויסער פאר סטודענטן וואס טראכטן וועגן א קאריערע אלס מאטעמאטיקער, איז דער לימוד אין א צייט ווען יעדער פארמאגט א קאמפיוטער אין טאש, גענצליך איבעריג.

ס׳וואלט נישט געשאדט אפצו׳פטר׳ן ביידן, די אומוויכטיגע ידיעות און אפגעדינטע לימודים. די קאנצענטראציע צו לענגערע לימודים ווערט אין א צייט פון א כסדר׳דיגן „אינסטענט” אינפארמאציע־פארפלייצונג אלץ שווערער און קורצער. איז עס א שאד וואס דער קאפ און צייט פון היינטצייטיגע סטודענטן, ביי וועמען דער זיץ-פלייש ווערט אלץ שיטערער און מאגערער, זאל גע’בטל’ט ווערן אויף אומנויטיגע זאכן.

Read more


א מעשה'לע וועגן שלש שבועות (סוף)

A Story of Three Oaths (Conclusion)

פֿון ב. חסיד

Yehuda Blum

פינפטער קאפיטל: באפרייט פון די קייטן / די דראמע פון גאט און מענטש שפילט זיך אויס

ס’זענען אנגעקומען שמועות פונעם בלבול קעגן דרייפוס אין פראנקרייך, און ס’האבן אנגעהויבן קומען שמועות פון פאגראמען אין רוסלאנד, צרות פון שווארץ-מאה’ניקעס, שמועות פון רדיפות קעגן אידן אין יעדן לאנד וואו זיי וואוינען. אין הימל האט מען געקרעכצט. א בת קול איז ארויס פון הימל און געפרעגט, “מי מפר לי? – ווער וועט מיך באפרייען פון דער שבועה?”

“וויי איז צום טאטן וואס האט פארטריבן די קינדער פון זיין טיש…” האט דאס בת-קול פון הימל געוויינט, “און וויי איז צו די קינדער וואס זענען אוועק פונעם טאטנ’ס טיש.”

דאס יונגעלע אינעם פוילישן שטיבל איז שוין אינצווישן עלטער געווארן און אליין געהאט קינדער. אין יענעם שטיבל איז יעצט געזעסן זיין קינד און געלערנט די זעלבע גמרא אין מסכת סוכה. “פון דער גמרא קומט אויס אז דער ריבונו של עולם האט פיינט דעם גלות,” האט דאס יונגעלע געזאגט פאר זיין טאטן.

“איך האב עס אודאי אויך פיינט,” האט דער טאטע געענטפערט.

“דער ריבונו של עולם האט פיינט די כשדים.”

“דערפאר האב איך זיי אויך פיינט,” האט דער טאטע געזאגט.

“דער ריבונו של עולם האט פיינט די אראבער,” האט דאס יונגעלע ווייטער געזאגט.

דער טאטע איז שטיל געבליבן א מינוט און געזאגט, “דער באשעפער האט נישט פיינט זיינע אייגענע ברואים, נאר ער האט חרטה, כביכול, אויף די שאדנס וואס קומען ארויס פון זיי נאכדעם וואס ער האט זיי באשאפן.”

דער טאטע האט געקוקט צום פענסטער וואו ער האט אמאל געזען א קליין פייגעלע קלאפן אינעם שויב מיטן שנאבל. זיינע אויגן האבן געגלאצט אין דער ווייטקייט, און דערנאך האט ער ווייטער גערעדט: “דער ריבונו של עולם האט פיינט דעם גלות נאר זיינע הענט זענען געבונדן… זיי זענען געבונדן צוליב א שבועה וועלכע כביכול זוכט א וועג אויפצולייזן.”

“קען מען נישט טרעפן עפעס א שבת גוי זאל טון די ארבעט?” האט דאס יונגעלע געפרעגט שפאסיג.

“אמירה לעכו”ם שבות,” האט דער טאטע צוריקגעלאכט, “ס’איז אן איסור דרבנן.”

“קען דאך דער ריבונו של עולם מרמז זיין פאר עמיצן…”

“רמזים זענען דא גענוג,” איז דער טאטע נישט שולדיג געבליבן. “גענוג סוגיות אין גמרא וואס זענען מרמז.”

דער טאטע האט ארויסגעשלעפט פון טאש אן איינגעקנייטשן פאמפלעט אויף וועלכן ס’איז געווען אויפגעשריבן מיט קידוש-לבנה אותיות די ווערטער “ואם לא עכשיו, אימתי? (אויב נישט יעצט, איז ווען?!)”. אין די געשריבענע שורות פונעם פאמפלעט איז געשילדערט געווארן דער אויפשטייג פון קליינע פעלקער אין אייראפע, ווי אויך די פאגראמען וואס אידן האבן אויסצושטיין אין די גלות-לענדער. דער טאטע האט זיך איינגעקוקט אין די ווערטער מיט אן ערנסטער מינע, און דערנאך זיך שטיל אנגערופן: “קען זיין אז אויך אינעם וואכעדיגן לעבן ארום אונז זענען פאראן רמזים…”

שתדלנות און אקציעס פון אידן האט גערירט א סטרונע ביי דער פעלקער ליגע, אידן זענען באגריסט געווארן מיט פייערווערק ביי די ציוניסטישע קאנגרעסן, און די אייראפעאישע פעלקער זענען געווען דערשטוינט צו זען ווי אידן רייסן זיך צוריק צו געווינען דעם נאמען איד, מיטן זעלבן שטאלץ ווי די אבות אונזערע מיט טויזנטער יארן צוריק. די באלפור דעקלעראציע האט נישט געשפעטיגט צו קומען. אידן זענען ערלויבט געווארן זיך אומצוקערן אהיים און גרינדן א היימלאנד אויף דער אייגענער ערד אין פאלעסטינע. די אידישע מאמעס האבן זיך געווישט די טרערן, “הייסט דאס, מ’האט נאר געדארפט עפענען דאס מויל און בעטן!….”

אידישע קינדער וואס האבן ביז א טאג פריער זיך געבעטן ביי די דייטשן צו ווערן אנגענומען ווי אייגענע, האבן זיך דערוועקט פונעם שלאף. אנטוישטע פון דורכפאל און געמוטיגטע פון ווידער-געבורט האבן זיי געזוכט צוריק צו געווינען דעם אידישן “איך”. אין הימל האט די פמליא של מעלה זיך צעזונגען מיט “הבאנו שלום עליכם” צו די קינדער וואס קערן זיך צוריק (דוקא מיט דעם ניגון!)… מאדנע, גאר מאדנע, איז געווען צו באטראכטן דעם טומל וואס איז זיך אנטשטאנען אין אלע עולמות.

כביכול האט אויסגעזען ווי אויף א חופה פון א קינד. פונדערווייטנס האבן זיך געהערט קולות פון טרומפייטער און מארשן, נישט אנדערש נאר אידישע מארשן, מיט אידישע פוסטריט, פון אידישע סאלדאטן. איך בין דעמאלט ווידעראמאל געשטאנען ביי די ברעגעס פונעם שיינעם בלויען דאנאו-טייך און זיך פון אייראפע געזעגנט. איך וואלט זיך געשוואוירן אז איך האב אין יענעם מאמענט געזען דעם גענויען פונקט וואו הימל און ערד פאראייניגן זיך.

“וויאזוי קען דאס פאסירן?” האט דער שר של גערמאניע געפרעגט מיט צעמישטע אויגן, “ס’איז דאך פאראן א שבועה!…”

“וועלכע שבועה מיינסטו?” האט דער מלאך מיכאל געפרעגט.

“זאג דו…” האט דער דייטשער שר אויסגעזען צעטומלט, “די שבועה וואס בינדט גאט.”

“זיינע קינדער באפרייען אים פון די קייטן,” האט דער מלאך מיכאל געזאגט, נישט קענענדיג באהאלטן דעם שמייכל אויף די ליפן.

“ס’טייטש? איז דאס די גאולה?” האט דער דייטשער שר נישט פארשטאנען.

“נישט וויכטיג ווי מ’רופט דאס,” האט דער מלאך מיכאל געלאכט. דערנאך האט ער צוגעלייגט, “ס’איז נאכנישט דער קץ פון משיח – אויב דו האסט דאס געמיינט…”

אונטן אויף דער ערד האט אן ארקעסטער זיך צעשפילט אין א ציוניסטישן לידל. און אויבן אין הימל האט די פמליא של מעלה גענומען זינגען שירה. כביכול האט אראפגעקוקט צו זיין פאלק אויף דער גארער ערד און א בת-קול האט אפגעהילכט מסוף העולם ועד סופו: “ניצחתוני בני, ניצחתוני!… טייערע קינדער, איר האט מיך באזיגט…”

(סוף)


  • די מעשה איז אינספירירט געווארן פונעם ספר “צדקת הצדיק” פון רבי צדוק הכהן מלובלין זצ”ל, אות מ”ו.

דער סוד הינטער דער ישׂראל־קריטיק

The Message Behind Criticism of Israel

פֿון מנחם מענדל

Yehuda Blum

דאס ווייסן שוין אלע, אז איבער דער וועלט הערשט א טיפע שנאה קעגן דער אידישער מדינה. מיט נישט צופיל אויסנאמען, זענען לענדער און די אינטערנאציאנאלע קערפערשאפטן וואו זיי זענען רעפרעזענטירט כסדר מלא קריטיק קעגן ארץ ישראל. וואס דאס אידיש לאנד זאל נאר נישט טאן איז זיי נישט גוט, און עס שיינט אז נישט פאראן קיין וועג וויאזוי ארץ ישראל זאל יוצא זיין כלפי דער אינטערנאציאנאלער געמיינדע.

די העצעריי און פארלוימדונגען קעגן א לאנד וואס איז אזוי טריי די גרונט-פרינציפן פון מענטשליכקייט, צדק און יושר זענען אזוי אבסורד, אז ס’וויל זיך טרעפן דעם מאטיוו ערגעץ אינדרויסן פון שכל און לאגיק. אנשטאט אין קאפ, לאמיר זשע זיך ווענדן צו דער מעטאפיזיק.

דער ענין איז אזוי. אידן זענען געווען פארוואגלט אין דער פרעמד, צווישן אנדערע פעלקער און לענדער, כמעט צוויי טויזנט יאר לאַנג. דורכאויס דער צייט, האבן אידן ווי גע’מוסר’ט די מענטשן פון דער וועלט אויף זייער פארפוילטער אויפפירונג וואס שייך צדק און יושר. די אידישע אמונה, טראדיציע און ליטעראטור האט געפאדערט פון דער וועלט זיך אויפצופירן מיט גערעכטיקייט און אז צדק זאל זיין דער וועגווייזער פאר דער ווירטשאפט פון א געזעלשאפט, און נישט מאכט און פרימיטיווע אינסטינקטן. די וועלט האט אויסגעלאכט דעם אידישן מוסר. “זייט ביי זיך אין לאנד, און שטעלט דארט אוועק א סיסטעם. לאמיר זען וואס פארא פנים ער וועט טראגן,” האט א צינישע וועלט אפגעענטפערט דעם איד.

דער איד האט די רעאקציעס איגנארירט. אנשטאט זיך איינ’טענה’ן מיט א ווילדער וועלט, האט ער זיך אומגעקערט צו זיין סדר היום. שטילערהייט האט ער געווארט און געווארט, ביז ער האט זיך דערווארט. דער גרויסער טאג איז אנגעקומען, און ער האט זיך אומגעקערט צו זיין היים, צום לאנד פון זיינע אבות, נאך וועלכן ער האט אזוי לאנג און טיף געבענקט.

דער איד איז אנגעקומען, זיך אויסגעגליכן דעם רוקן, און זיך גענומען צו דער ארבעט. ער האט געטריקנט די זימפן, באגרינט דעם מדבר, אויסגערייניגט דאס וואסער, געבויט שטעט און שאסייען, און באוואוינט פרעכטיגע הייזער און שטילע הייזקעלעך מיט מיליאנען אידן. דער איד האט זיך דאן גענומען צו דער ארבעט פון ווייזן דער וועלט וואס ער קען. ער האט זיך גענומען שאפן און מאכן, דערצייגן און דערפינדן כל’ערליי פאטענטן און טעכנאלאגיעס צו פארבעסערן די וועלט און פארגרינגערן דאס לעבן. דער איד האט זיך אויך געלאזט אויפבלאזן מוסקלען און אויך האט ער זיך באוואפנט מיט’ן בעסטן געווער.

הקיצור: א לאנד מיט א פאלק, א ברכה צו מאכן.

ארץ ישראל איז פונעם ערשטן טאג געווען פארוויקלט אין מלחמות מיט שכנים און אפילו אייגענע איינוואוינערס, ביידע פון וועלכע זוכן חרוב צו מאכן דאס לאנד. די טבע פון א מענטש איז צו ווערן באאיינפלוסט פון דער סביבה. ווען די סביבה איז א ווילדע, קריגערישע, גרויזאמע און מערדערליכע, וואלט די אידישע מדינה געוויינטלעך געזאלט פאלן אונטער דער השפעה און אליין ווערן שלעכט און קריגעריש. שטארקט ארץ ישראל זיך אבער אויף די פרימיטיווע אימפולסן און איז דווקא גוט, פריי, דעמאקראטיש, און ברייטהארציג צו אלעמען — אריינגערעכנט די אראבישע שונאים וואס וואוינען אין איר. יענע וואלטן פראסט און פשוט אומגעברענגט יעדן איד און חרוב געמאכט דאס לאנד, אויב זאלן זיי, די ארטיגע מוסולמענער, באקומען נאר די געלעגנהייט.

אנשטאט ווערן ציניש און אנגרייפעריש, איז ישראל ווייטער יושר’דיג און לפנים-משורת-הדין גוט צו אלעמען. נישטא נאך א לאנד וואס איז אזויפיל מקריב פון זיך, כדי צו מינימיזירן דעם שאדן פאר’ן פיינט בשעת א מלחמה. נישטא נאך א לאנד וואס טאלערירט אזוי די היימישע שונאים, ווי ארץ ישראל מיט די מוסולמענישע בירגערס אירע. נישטא נאך א לאנד וואס דערלויבט איר פארלאמענט צו דינען אלס פלאטפארמע פאר פארדאמונגען כלפי זיך אליין, ווי דעם “כנסת” מיט די אראבישע דעפוטאטן — וואס פארשרייען דעם מיליטער און רעגירונג וואס שטיצט זיי, די אראבער, און שטעלט זיי צו אלע באדערפענישן, און דאס אלעס פונעם פארלאמענט-פאדיום וואס גיט זיי מער און ברייטערע רעכט ווי סיי וועלכעס אנדער מוסולמעניש לאנד.

טראומאטיזירט פון טויזנטער יארן רדיפות, פארוויקלט אין מלחמות און פארפלאנטערט מיט א ים אינערליכע שונאים, האט ישראל נישט פארלוירן איר צלם אלוקים און איז געבליבן מענטשליך און יושר’דיג, און נישט סתם אזוי, נאר איז טאקע דאס סאמע ערליכע, מענטשליכע לאנד אויף דער וועלט.

דאס איז דער וועלט נישט גרינג אראפצושלינגען. ישראל זאגט עס נישט, אבער אירע מעשים און טאקע דאס נישט-זאגן שרייען מיט קולי-קולות. אנשטאט מודה זיין און קלאפן זיך על חטא, האט די וועלט באשלאסן צו נעמען אן אנדערן מהלך פון זיך מאכן געפייגערט און כסדר אראפרייסן ארץ ישראל אויף טריט און שריט. צביעות איז גרינגער ווי צדק.

און דער איד? ער ווערט נישט ביטער און לאזט נישט דעם ציניזם אים איבערנעמען. ער קוקט ווייטער אוועק פון דעם פאלשן שלעכטן און איז ממשיך דאס זייניגע…


א מעשה'לע וועגן שלש שבועות (חלק ד')

A Story of Three Oaths (Part 4)

פֿון ב. חסיד

Yehuda Blum

פערטער קאפיטל: „מי מפר לי? (ווער וועט צעשטערן מיין שבועה)‟

בעת אין הימל האט זיך געקאכט ביי דער פמליא של מעלה, זענען פארגעקומען גרויסע זאכן אונטן אויף דער ערדישער וועלט.

ווי א פארווארפענע נשמה וואס זוכט א גוף וואו ס’וועט קענען מגולגל ווערן פונדאסניי און טרעפן דארט איר מנוחה, אזוי האבן זיך די קליינע פעלקער געזוכט דאס אייגענע קול אינעם גלאבאלן מישמאש פון פעלקער און לענדער. דא און דארט איז א פאלק אריבער די חבלי לידה פון ווידער-געבוירן און מלאכים האבן זיך געוואונטשן מזל-טוב.

די נייע ווינטן, דורכגעווייקט פון נאסטאלגיע, האבן דערוועקט די נשמות פון יענע אידן וועלכע האבן געהאפט צו ווערן גלייכע בירגער אין די לענדער וואו זיי האבן געוואוינט. אין מערערע פלעצער האבן אידן אראפגעווארפן פון זיך דעם אידישן מאנטל, האפנדיג אז דאס וועט זיי שנעלער איינגלידערן אין דער אייראפעאישער געזעלשאפט. אין הימל האט מען געקוקט מיט זארג און שפאנונג. אין דער זעלבער צייט האט א האפענונג אנגעפולט די בריאה.

Read more


די ליבעראַלן — פֿאַרבלאָנדזשעט אין די מרחקים פֿון פֿאַנטאַזיע

Liberals — Lost in a World of Fantasy

פֿון בן זומא

בטבע בין איך א ליבעראלער מענטש. איך פרואוו פארשטיין אנדערע מענטשן, קולטורן און מיינונגען, און בין ביי דער איבערצייגונג אז מיט ווייניג אויסנאמען, פארמאגט יעדער און אלעס א פלאץ אין דעם ריזיגן פענאמען וואס הייסט „עקזיסטענץ‟. יעדן דארף מען מכבד זיין און אין אייגענעם קאפ דארף זיין פלאץ כאטש פאר דער אנערקענונג אז יענער איז בארעכטיגט צו זיין מיינונג, אפגעזען ווי אנדערש ער איז פון מיינער.

ווען עס קומט אבער צו פאליטיק, איז אן אנדערע מעשה. דארט פרואוו איך אוועקשטיין פון ליבעראליזם אזוי ווייט ווי נאר מעגליך. איך בין נישט באקוועם אין דער סביבה פון ליבעראליזם, וועלכער האט אין זיין היינטצייטיגן גילגול זיך אפגעריסן פונעם מציאות און פארבלאנזשעט טיף אין די מרחקים פון פאנטאזיע. ערגעץ ווען אין די לעצטע יארן האט עס פאסירט אז דער ליבעראליזם האט זיך פארמאכט אין א קליין צימערל, פארהאקט די טיר און פארשלאסן די לאדנס, און געבליבן שמועסן מיט זיך אליין. דא און דארט עפענען די צימער-איינוואוינערס זיך א שפארע אין דער טיר. פון דעם געצוימטן פערספעקטיוו באטראכטן זיי וואס עס טוט זיך אינדרויסן, און איידער דאס אויג כאפט אויף עפעס וואס וועט סותר זיין זייער אויסקוק אויף דער וועלט, פארקלאפן זיי צוריק די טיר און קערן זיך אום צו זייערע נאאיווע שמועסן, וועגן זאכן וואס זענען אזוי נישט נוגע.

ס’איז נישט אז די טעמעס און סענטימענטן פונעם לינקען לאגער זענען נישט אמת אדער גוט. דוקא פארקערט: הלואי וואלט די מענטשהייט געווען רייף און די וועלט גרייט צו א תקופה פון ליבשאפט, קעגנזייטיגער איינזעעניש און אנערקענונג, גלייכהייט און פרייהייט, און אלע אנדערע שיינע ווערטן מיט וואס דער ליבעראליזם טראגט זיך ארום. די צרה איז נאר, אז יענע ווילן כאפן די גאולה פאר דער צייט. די וועלט איז ווייט פון פערפעקט און אן אומפערפעקטע וועלט פאדערט רעאליזם און פראגמאטיזם צו נעמען דעם אויבנאן איבער אידעאלאגיע און בלומען-שפראך. מען קען זיך נישט פארמאכן די אויגן און זינגען ליבע-לידער צו א מענטשהייט, וועלכע פארמאגט טיילן וואס מוזן בהחלט אויסגעהיילט אדער ארויסגעשניטן ווערן. פארפאלן: די שווערד קען נאכנישט צעגאסן און איבערגעשמידט ווערן אין אגריקולטורעלן געצייג, ווי ישעיהו הנביא האט עס וויזואליזירט. מיר מוזן זי, די שווערד, ארויסנעמען פון שיידל בכדי אפצושלאגן אטאקעס פון ווילדע בארבארן, וואס פארשטייען נישט קיין אנדערע שפראך און וועלן זיך נישט אפשטעלן ביז’ן טויט: יענעמס אדער דעם אייגנס.

ליבעראליזם פארמאגט הערליכע געדאנקען און נאבעלע צילן. זיין עיקר פראבלעם איז נאר דאס, אז ליבעראליזם רעדט וועגן א וועלט וואס עקזיסטירט דערווייל נישט. דערפאר קומט אויס אז די לינקע רעדן צומאל אזעלכע שטותים, אז אפילו גוטע געדאנקען קומען אויס קאמיש און קרום.

נעמט אלס ביישפיל דעם „ענווייראמענט‟, די נאטור און סביבה — אן ענין וואס איז מיר בפירוש נאענט צום הארצן. איך האב גרויס דרך ארץ פאר דער טבע, פאר דער סביבה, און פאר די כוחות וואס נערן אונזער וועלט, געבן אונז עסן, און שטעלן אונז אהער אזא פראכטפולע בריאה. כ’האב נישט ליב ווען מיר מענטשן טשעפען מיט דער נאטור, דיקטירן זי צו זיין אנדערש ווי זי איז, און כ’ווער קראנק פון די באמיסטיגונגען און פארפעסטונגען פון אונזער לופט, וואסער און ווירטשאפטן. כ’וויין פון די אויסגעראטענע וועלדער און פארשניטענע ביימער.

ביים ליבעראליזם האט אבער דער ענין מיט דער נאטור-סביבה, פונקט ווי מיט אלעם וואס פאלט צו אים אריין, זיך אריבערגעטראגן צו יענער זייט עקסטרעם. דארט וואלט מען איבערגעקערט א שטאט און פארשפארט מענטשן אין לאגערס, אבי א גרעזל ערגעץ וואו אין א העק זאל נישט געטשעפעט ווערן. זאלן מענטשן גע’הרג’עט ווערן, אבער קיין חיות זאלן נישט געשאסן ווערן.

אזא מאדנע קאפויער-מענטאליטעט הערשט אין די לינקע קרייזן — וועלכע פארשטייען אויך אז מען דארף אקצעפטירן יעדע גרופע מענטשן און יעדע סארט קולטור, אפילו ווען יענער איז מיר א טויט-פיינט וואס וויל באגראבן די נעמליכע ליבעראלע קולטור וואס קעמפט פאר זיינע רעכט מיך צו באגראבן…

ס’איז א שאד, וואס ס’איז די לינקע געלונגען צו פארכאפן אזויפיל שיינע ווערטן, וועלכע ווערן אין די הענט פון די פאנאטיש-משיחישע אידעאלאגן אינגאנצן צעקאלעטשט ביז’ן כמעט פארלירן יעדע פראקטישע משמעות.

אבער, שוין מיט אלע זייערע חסרונות, וועל איך ווייטער מקבל זיין די ליבעראלן ווי מענטשן מיט א מאדנעם קוק אויף דער וועלט און אומרעאליסטישע לעזונגען צו אמת’ע, קאנקרעטע פראבלעמען. אזוי לאנג ווי זיי וועלן נישט פרובירן מיך צווינגען צו טראכטן ווי זיי, זענען זיי בארעכטיגט צו זייערע מיינונגען און איך וועל רעספעקטירן זייער רעכט צו טראכטן אנדערש ווי איך.


א מעשה'לע וועגן שלש שבועות (דריטער טייל)

A Story of Three Oaths (Part 3)

פֿון ב. חסיד

א נישט־אויסגעטראטענער וועג

ווען כביכול האט ארויסגעזאגט פון מויל אז כלל ישראל וועט האבן די ברירה צו ברענגען די גאולה, איז מיטאמאל געווארן א רעש אין הימל. דער מלאך מיכאל האט זיך געריבן די אויגן, דער מלאך גבריאל האט ארויסגעלאזט א קוויטש, און די פיסלעך פונעם כיסא הכבוד האבן גענומען טרייסלען. „ס’טייטש?‟ האבן זיך די מלאכים איבערגעבליקט, „דער קץ איז נאנט?…‟ טרערן האבן גערונען פון די אויגן, די שרפי מעלה האבן זיך געווארפן איינער דעם אנדערן אויפ’ן האלדז און זיך ארומגעכאפט. די פמליא של מעלה האט גענומען זינגען שירה, אזוי ווי די וועלט האט קיינמאל פריער נישט געהערט.

„ס’איז נאכנישט דער קץ!‟ האט כביכול געזאגט. די שירה פון די מלאכים האט זיך אפגעשטעלט אויף א ווייל, און כביכול האט אויסגעצויגן זיינע לעצטע ווערטער, ווי ער וואלט געציילט יעדן אות. „משיח קומט נאכנישט, אבער מיינע קינדער וועלן האבן די ברירה צו קומען.‟

„וואס הייסט?‟ האט דער של עסטרייך נישט פארשטאנען. „איז דען נישט פאראן דריי שבועות וואס דו האסט באשוואוירן די אידן אז זיי זאלן נישט נעמען א גאולה פאר דער צייט וואס איז באשטימט פאר משיח’ן?‟

Read more


„יונעסקאָ” און דער סטאַטוס קוואָ אויפֿן הר־הבית

UNESCO and the Status Quo on the Temple Mount

פֿון בן זומא

Getty Images

דער שאנדפולער פרואוו פון דעם יו-ען קולטור-אגענטור, „יונעסקא‟, צו באצייכענען דעם הר הבית ווי אן איסלאמיש פלאץ, האט צו זיך א היפש-ביסל פאזיטיווע זייטן. זיך אפשטעלן אויף דעם פארצווייפלטן פרואוו פון דער לעכערליכער „יונעסקא‟-קערפערשאפט ארויסצורייסן דאס הייליגסטע פלאץ אונזערס פון אידישע הענט און עס איבערגעבן צו די מוסולמענער, איז נישט ווערט קיין איינציגן אות און קיין טראפן כעס. קיינער נארט נישט קיינעם און יעדער פארשטייט אז די גאנצע אפשטימונג איז נישט קיין סך מער ווי א צינישער פרואוו וויי צו טאן דאס אידיש לאנד און דאס אידיש פאלק. „יונעסקא‟ קען זיך איבערשרייען דאס אייגן קול און איבעררייסן די שטים-בענדער פון היינט ביז אויס, און דאס מציאות וועט זיך נישט בייטן: דער הר הבית איז געווען און וועט דערפאר בלייבן א אידישער בארג. קענסט פארלייקענען די עקזיסטענץ פון ביידע בתי מקדש וואס זענען דארט געשטאנען; פארבלייבט די היסטאריע וואו זי איז, אז דאס פלאץ איז געווען און איז צוריק אונטער אידישן בעלות.

די אפשטימונג פון די אינטערנאציאנאלע לצים אין דעם אזוי-אומרעלעוואנטן טעאטעראלן אגענטור, מאכט קיינעם נישט אויס, אויסער אויף איין פרט: צווינגען אידן צו זאגן הויך און מיט’ן פולן מויל אז דער הייליגער בארג איז פולשטענדיג אונזערס א פלאץ. דער פאקט וואס אן אינטערנאציאנאלע גרופע האט מחליט געווען צו דעקלארירן דעם הר הבית אלס אן איסלאמיש אייגנטום, וועט צווינגען אידן צו אנערקענען, פאר זיך אליין, אז דער הר הבית איז זייערס. ביז היינט האט דער רוב פון דער ישראל-באפעלקערונג, אריינגערעכנט דער פירערשאפט פון לאנד, געלאזט דעם ענין הענגען אין דער לופטן. דער הר הבית איז געווען דער גרויסער „עלעפאנט אינעם צימער‟, וועלכן יעדער זעט אבער וועמען קיינער וויל נישט דערמאנען. דער הר הבית געפינט זיך אינעם צענטער פון אידנטום און פונעם אידישן לאנד — אין ביידע זינען, געאגראפיש און פאליטיש. דאס האבן די אראבער אזוי געמאכט אז דער בארג, וועלכער איז געבליבן ווי פארגעסן נאך דעם וואס דאס לאנד האט זיך אומגעקערט צו אידן אין 1948, זאל אין די לעצטע יארן צוריק אריינקומען אין פאקוס. די מוסולמענער טומלע און שטעכן שוין מער ווי א יאר, און אויף אלעם איז דער אויסרייד: הר הבית – הגם קיינער האט גארנישט געטאן צו פראוואצירן די ווילדע מדבר-מענטשן. די מוסולמענער זענען פריי צו באזוכן דאס פלאץ ווען זיי ווילן, וויאזוי זיי ווילן, בשעת די אידן, די אייגנטליכע בארעכטיגטע און פאקטישע באלעבאטים, זענען געצוימט מיט דער צייט און פארנעם ווען און ווי זיי מעגן אויפ’ן בארג ארויפגיין.

ביז היינט, האט דער רוב פון דער ישראל פירערשאפט און באפעלקערונג איגנארירט די טעמע און זיך געמאכט כלא-ידע, ווי דער ענין עקזיסטירט נישט. די יונעסקא-באשלוס האט געביטן דעם סטאטוסקווא, און אין די לעצטע וואכן הערן זיך אלץ מער שטימען, אפילו פון דעם מעסיגן סעקטאר אין ישראל, וואס זאגן וואס איז ביז היינט געטראכט געווארן: דער הר הבית איז אונזערער!

אנגעהויבן פון יענעם גורל’דיגן קריג אין 1967, ווען ישראל האט באפרייט אלטשטאט ירושלים פון די ירדנ’ישע אקופאנטן, האט די רעגירונג אנגענומען א פאליסי פון סטאטוסקווא אויפ’ן הר הבית. דאס פלאץ וועט פארבלייבן אונטער ירדנ’ישער איבערזיכט. די אראבערס וועלן ווייטער און אומגעשטערט באזוכן און דאווענען אויפ’ן בארג, און די אידן וועלן קענען בלויז באזוכן, און אפילו דאס אויף א באגרעניצטן פארנעם, אבער בשום אופן נישט דאווענען.

די אראבער פארפירן שוין א שטיק צייט אז ישראל האט בדעה צו בייטן דעם סטאטוסקווא. קיין באווייזן דערצו זענען נישט פאראן; פארקערט נאך: די ישראל-רעגירונג האט קלאר געמאכט, מיט קלארע הבטחות און נאך מער קלארע מעשים, אז זי אינטענדירט נישט צו טוישן פונעם איינגעשטעלטן סיסטעם. עפעס א דזשוק איז די מוסולמענער אריין אין קאפ און הערן נישט אויף שרייען און פארפירן וועגן א געהיימען פלאן צו טוישן דאס מציאות אויפ’ן בארג.

קיינער האט נישט געהאלטן אז ישראל וועט טוישן דעם סטאטוסקווא. יעצט, מסתמא צום ערשטן מאל אין דער היסטאריע, קען אזא זאך געשען, און דעם דאנק וועלן מיר דארפן געבן טאקע דעם יונעסקא. דאס וועט זיין די גרעסטע איראניע, אז דווקא דער צינישער יונעסקא-שריט וועט פירן צו א פונקט-פארקערטער תוצאה.


איז בכלל אַ נפֿקא־מינה צי ס'איז טראָמפּ אָדער קלינטאָן?

Does It Make Any Difference Whether Trump or Clinton Wins?

פֿון ואיה וענה

מארגן קומט דער גרויסער טאג פון די וואלן און איך האב נאכנישט באשלאסן פאר וועמען צו שטימען.

מענטשן רעדן מיט וואונדער וויאזוי ס’איז מעגליך אז אזא עקסטרעם-רעכטער קאנדידאט ווי טראמפ זאל אנציען אזויפיל שטיצע, בשעת אנדערע שרייען אז אין נארמאלע צייטן וואלט אזא פאלשע כאראקטער ווי קלינטאן נישט געהאט קיין שום אויסזיכט צו געווינען. נאר ווער זאגט אונז אז ס’זענען נארמאלע צייטן? ווער זאגט אז דער מארגן גייט בכלל אינעם זעלבן שפאן ווי דער נעכטן? אפשר שאפט זיך גאר א נייער „נארמאל‟ פאר אונזערע אויגן?

מיליאנען אראבישע פליטים אין אייראפע איז אומגעווענליך. דער פראנצויזישער פארבאט קעגן בורקיניס איז נישט נארמאל. דער „ברעקזיט‟ איז מאדנע. אז די מערב-וועלט לענדער מוטשען זיך אזוי מיט א טעראר גרופע ווי „אייסיס‟, איז א ווילדער חידוש. די רעגירונג פון פוטין, זיינע מעשים אין אוקריינע, זענען משונה’דיג. ובכן, דאס אז אזעלכע קאנדידאטן ווי קלינטאן און טראמפ ציען אן אזוי הויך איז בכלל נישט „אויסערגעווענליך אנדערש‟ פון די ארומיגע געשעענישן אין דער וועלט. מענטשן זענען צעמישט, דערשראקן, און מ’פילט בכלליות אז עפעס ענדערט זיך.

שטייען מיר טאקע ביים שוועל פון א נייער וועלט-ארדענונג? ס’איז דא קלוגע מענטשן וואס שאצן אזוי אפ, און איך גלייב אז זיי זענען גערעכט. ס’קומט נישט די ענדע פון דער וועלט, איך ווייס אויך נישט צי ס’האלט ביים אונטערגאנג פון דער מערב-ציוויליזאציע, אבער ס’זעט אויס אז די ליבעראלע דעמאקראטיעס ווי מיר קענען זיי האלטן זיך ביים ענדערן. די אוניווערסאלע וויזיע וואס די וועלט האט אנגענומען נאך דעם שרעקליכן חורבן פון יהדות אייראפע; די וועלט ארדענונג וואס די אליאירטע האבן איינגעפירט נאכ’ן באזיגן נאצי-דייטשלאנד, האלט ביים קומען צו אן ענדע.

לאמיר זיין אויפריכטיג. ס’איז נאכנישט געווען קיין איין חכם אין דער וועלט וואס האט אויסגעטראפן פינקטליך וויאזוי א מענטשליכע ציוויליזאציע דארף לעבן, און דער בן־אדם האלט אין איין עקספערימענטירן מיט פארשידענע וועלט-ארדענונגען. ווען ס’גייט שווער זוכט מען עפעס ניי. עקאנאמישע שוועריגקייטן, וועלטליכע ענדערונגען, טעכנאלאגישע אנטוויקלונגען, זיי אלע פירן דעם מענטש צו רעוואלוציעס. אמעריקע איז מאמענטאל צעריסן צווישן דער ליבעראלער פאסט-האלאקאסט וועלט-ארדענונג און א נייע אומבאקאנטע וועלט-ארדענונג. די שטיצער פון טראמפ זאגן נישט וואס זיי ווילן, אבער זיי ווילן נישט דעם יעצטיגן סיסטעם.

איך פארשטיי דעם פחד וואס מענטשן האבן פון די יעצטיגע וואלן, אבער דאס איז נישט מער ווי איין קייט אין די אלע שינויים וואס קומען פאר איבער דער וועלט. אפילו אויב קלינטאן וועט געווינען, און אפשר נאך מער אויב זי וועט געווינען, וועט דער טראמפ באוועגונג נישט גיין שלאפן. די רעכטע וועלן ווערן אלץ מער ראדיקאליזירט, אבער דאס זעלבע פאסירט אויך מיט די לינקע, ווייל זיי זענען סוף כל סוף אויך א פראדוקט פון דער משונה’דיגער צייט (פונקט ווי קאמוניזם און פאשיזם, צוויי סכנה’דיגע אידעאלאגיעס, זענען ביידע אויפגעקומען אין דער זעלבער צייט). און איך בין זיכער אז אויב טראמפ וועט געווינען, וועט דער לינקער לאגער ווערן מער ראדיקאליזירט.

אמעריקע איז צעריסן אין צווייען, ווען ביידע זייטן שארפן זיך איינע קעגן דער אנדערער. אידן דארפן דאס מערסטע מורא האבן פון דעם, ווייל ווי מיר ווייסן פון ערפארונג איז קיינמאל נישט גוט פאר אונז ווען די וועלט ווערט ראדיקאליזירט. קאמוניזם האט אונז געקאסט מיליאנען קרבנות, נישט קיין סך ווייניגער ווי נאציזם. די ליבעראלע אידן שרייען אז ס’איז דא אנטיסעמיטיזם צווישן טראמפ’ס מענטשן, בעת זיי פארזעען דעם אנטיסעמיטיזם צווישן די לינקע. איך האב פון ביידן אייניג מורא. ס’איז אפשר גרינג פאר ליבעראלע אידן אוועקצומאכן דעם ראדיקאליזם פון דער בויקאט-באוועגונג (BDS) ווי גלייך ס’האט נאר צוטון מיט דער „אקופאציע‟, אבער מ’דארף זיין בלינד נישט צו באמערקן דעם בולט’ן אנטיסעמיטיזם פון דער באוועגונג.

איך האב נישט אזוי מורא פונעם פרעזידענט אדער פרעזידענטין וואס וועט יעצט געווינען, נאר איך האב גיכער מורא פון די באוועגונגען וועלכע ווערן יעצט געשאפן פאר אונזערע אויגן. איך וועל נישט ארויסגיין שטימען וויבאלד איך ווייס נישט וואס ס’איז מער שעדליך, דער אנטיסעמיטיזם פונעם לינקען לאגער אדער פונעם רעכטן לאגער, און איך ווייס אויך נישט וועלכער געווינס ס’וועט העכערן וואס. צי וועט א געווינס פון קלינטאן אפשוואכן די רעכטע אדער פארקערט? וועט א געווינס פון טראמפ אפשוואכן די לינקע אדער פארקערט? וויבאלד מיין פחד איז נישט פון די קאנדידאטן גופא, נאר די תוצאות וואס וועלן ארויסקומען פון די עקסטרעמע באוועגונגען ארום, איז מיר בעסער נישט צו האבן א טייל אין דעם גאנצן ענין. איך בלייב אינדערהיים און איך גיי נישט ארויס שטימען.

פריער אדער שפעטער וועט די אוניווערסאלע וויזיע אונטערגיין. אמעריקע וועט מער נישט זיין דער וועלטס-פירער. פוטין און איראן וועלן האבן א טייל אין דער פירערשאפט פון דער מארגנדיגער וועלט, בשעת דער איינציגער וועג וויאזוי סכסוכים וועלן אויסגעגליכן ווערן וועט זיין מיטן כח פון דער שווערד. אידן וועלן מסתמא נישט קענען וואוינען אין קיין שום לאנד אויסער ארץ ישראל, אבער מדינת ישראל וועט, ווי עס קוקט אויס, האבן אן אליאנץ מיט סאודיע אראביע און נאך אנדערע אראבישע לענדער כדי זיך צו פארטיידיגן קעגן איראן. ס’קען זיין אז מיליטעריש און דיפלאמאטיש וועט מדינת ישראל שטיין נאך בעסער ווי היינט, אפשר וועט זי גאר אליין זיין א שטארקער כח אין אינטערנאציאנאלע אפערעס, אבער אפילו אזוי וועט די וועלט נישט זיין קיין רואיגע וועלט.

פארשטייט זיך, דעם עתיד איז נישט מעגליך פארויסצוזען, אבער אפילו פון דעם וואס פאסירט יעצט אין ארומיגע לענדער קענען מיר זען אז ס’איז נישט אין איינקלאנג מיט דער וועלט אין וועלכער מיר זענען אויפגעוואקסן. מענטשן וועלן צוריקקוקן אויף דער תקופה פון די לעצטע זיבעציג יאר מיט נאסטאלגיע, מ’וועט בענקען נאך דער צייט ווען די וועלט האט געגלייבט אז ס’איז מעגליך צו דערגרייכן א ברודערשאפט צווישן אלע פעלקער, אבער היסטאריקער וועלן אויך קענען אנווייזן וואו מיר האבן געגרייזט. זיי וועלן אונז אנווייזן וואו מיר האבן נישט ריכטיג געהאנדלט און וויאזוי מיר האבן געברענגט דעם חורבן אויף דער ליבעראלער וועלט-ארדענונג. צי טראמפ געווינט אדער קלינטאן וועט שוין נישט אויסמאכן קיין סך…


אַ מעשׂהלע וועגן שלש שבועות (חלק ב')

A Story of Three Oaths (Part 2)

פֿון ב. חסיד

(שײַכותדיקע אַרטיקלען: //blogs.yiddish.forward.com/yiddish-with-an-aleph/199526/

צווייטער קאפיטל: די קליינע פעלקער געווינען אין הימל

Yehuda Blum

דער פוילישער שׂר האט געהערט וועגן וואס ס’גייט די רייד, האט ער געגעבן א הוסט אויס, זיך פארראכטן די לאנג-געדרייטע וואנצעס, און מיט א צעקאכטן פנים האט ער אנגעהויבן שרייען אויף דעם שׂר של עסטרייך: „פוילן איז עפעס א שטיק זאמד? בלויז עסטרייך דארף רעגירן אויף דער וועלט און לאזן אלע פעלקער זיך איינשמעלצן פאר’ן קייזער? איז עפעס די פוילישע נשמה נישט ווערט אז זי זאל זיך קענען פריי אויסדרוקן? אז זי זאל קענען ארויסציען איר פאן אין דער הויך און מיט א שטאלץ דערקלערן איר זעלבסטשטענדיגקייט? פארוואס זאלן אלע פעלקער ווערן פארוואסערט אונטער איין גרויסן שירעם וואס רופט זיך קייסערשאפט?‟ די שׂרים פון א רייע לענדער האבן צוגעשטימט מיט יעדן ווארט וואס איז ארויס פון זיין מויל.

דער פוילישער שׂר האט ווייטער געשטורעמט: „ס’איז נישט קיין פראגע וואס ס’איז בעסער פאר דעם אדער יענעם פאלק, נאר וואס ס’איז דאס נאטירליכע רעכט פון אלע פעלקער אין דער וועלט. מיר אלע דא זענען איינשטימיג אז יעדעס פאלק האט א רעכט צו זיין פריי, אן דעם וואס זי זאל זיך דארפן אונטערווארפן אונטערן יאך פון אימפעריאליסטישע עגאאיסטישע קייזערן. אויב האלט עסטרייך אז אן אימפעריע איז אזוי וויכטיג, זאל זי זיך מוחל זיין און זיך אונטערווארפן אונטער רוסלאנד אדער טערקיי.‟ הערנדיג די לעצטע ווערטער האט דער שׂר של עסטרייך געגעבן א קוועטש מיט די פלייצעס, ווי ער זאל וועלן אפטרייסלען פון זיך די קללה פונעם פוילישן שׂר. א סקרוך איז אים דורכגעלאפן אין די מלאכ’ישע ביינער.

דער פארזיצער פונעם בית דין של מעלה האט געגעבן א קלאפ אין טיש אז ס’זאל זיין שטיל. „גאט איז א רחום וחנון,‟ האט דער פארזיצער געזאגט, „אבער ער איז אויך א גאט פון משפט. אז איין אימפעריע זאל רעגירן איבער צענדליגער פעלקער איז קעגן די געזעצן פון יושר, אבער נאציאנאליזם פון קליינע פעלקער קען דערפירן צו בלוט פארגיסונג און אוועקשטופן רחמנות אין דער זייט. זאל משפט זיגן, אדער רחמים?‟ דער פארזיצער האט ארויסגענומען א וואגשאל און אנגעהויבן אפוועגן די צוויי זייטן. נאך אפאר מינוט פון שטילקייט האט ער אויסגערופן: „פעלקער וואס ווערן אונטערדריקט דורך אימפעריאליסטישע מלוכות זענען א רחמנות. אידישע קינדער אין גלות זענען ווידער א רחמנות. דאס הייסט, אויב אזוי, אז א בינטל פון רחמים שטעלט זיך דא אויף דער זייט פון צדק און משפט, און פאדערט אז ס’זאל קומען א סוף צום אימפעריאליזם. די צייט פון נאציאנאליזם איז געקומען.‟

געבליבן איז פאר כביכול ארויסצוגעבן דעם פסק. „איך האב אין מיין תורה געשריבן אז איך גיב דעם מענטש א פרייע בחירה,‟ האט זיך געהערט דאס קול פונעם כיסא הכבוד. „נאציאנאליזם קען טאקע ברענגען שלעכטס, אבער ס’קען אויך ברענגען גוטס. דער סוד פון נאציאנאליזם איז אז פעלקער הייבן אויף זייערע אייגענע פענער און ווילן זיך אליין פירן. זיי ווילן זיין באלעבאס איבער זייער אייגענעם גורל, אן דעם וואס מאכטפולע אימפעריעס זאלן זיי איינטיילן וויאזוי צו לעבן. אט דאס איז די פארקערפערונג פון בחירה אינעם קאלעקטיוון זין. לאמיר זען ווי דער מענטשליכער קאלעקטיוו פירט זיך, ווען מ’לאזט אים אליין זיך פירן.‟

דא האט זיך דאס געטליכע קול געוואנדן צו די שׂרי האומות וואס זענען געשטאנען צופוסנס פונעם כסא הכבוד און האט אויסגערעדט צו זיי אין א דונערדיגער שטימע: „מענטשן-קינדער, געדענקט גוט וואס איר זעט דא פאר אייך היינט, א ברכה און א קללה! די בחירה איז אין אייער האנט, איך בין שטאלץ מיט מיין יצירה, מיט דעם צלם אלקים וואס איז בכח אליין צו שאפן און קערן וועלטן, עלעהיי ווי קליינטשיגע געטער, נאר איך בעט אייך, איר זאלט נישט חרוב מאכן די וועלט מיט דעם געטליכן כח וואס איך האב אייך געשאנקען. ניצט עס אויס צום גוטן און בויט אויף א ליכטיגע וועלט פאר’ן מארגן פונעם מענטש.‟

די מערהייט שׂרים האבן אויפגעשפרונגען מיט שמחה און זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ. דא און דארט האבן זיך אנגעזען ברוגז’דיגע בליקן. די שׂרים פון צרפת און גערמאניע האבן עפעס אויסגעמורמלט וועגן עלזאס און לאריין (גערמאניע האט געהאלטן אז אט די פראנצויזישע געביטן קומט זיי), טייל האבן גערעדט וועגן פאן-סלאוויזם, פאן-גערמאניזם, און נאך אזעלכע מאדנע ווערטער, אבער בסך הכל איז די שטימונג געווען גוט אויפגעלייגט, ווי א רעגנבויגן וואס האט זיך אויסגעזעצט נאך א געדיכטן רעגן און די וואלקנס האבן נארוואס גענומען זיך צעשפרייטן. דער עולם מלאכים האט זיך געוואונטשן לחיים און צוגעגרייט די פליגלען זיך ארויסצולאזן אין וועג.

„און די אידן?…‟ האט דער עסטרייכישער שׂר פרובירט נאך איין מאל זיין מזל.

„די אידן‟ — האט די הייליגע שטימע פון כביכול געענטפערט — וועלן האבן די פרייע בחירה צו ברענגען די גאולה.‟

(המשך אין דריטן טייל אי”ה)


ווי קען מען הײַנט חתונה מאַכן די קינדער?

Who Can Afford to Marry Off Children Today?

פֿון מנחם מענדל

“דער אויבערשטער וועט שוין העלפן.”

מיט די ווערטער האט א יונגערמאן געפירט א שמועס מיט א באקאנטן זיינעם. איך בין נישט געווען טייל פונעם געשפרעך, וואס איז פארגעקומען אין פאליש פון שול, וואו איך בין צופעליג געזעסן און געזיפט א קאווע.

יענער, ווי איך האב פארשטאנען פון זיינע ווערטער, האט א כלה אין שטוב און דראפעט זיך אויף די גראדע ווענט מיט די אויסגאבן וואס קומען מיט חתונה מאכן א קינד. ער האט זיך אראפגערעדט פון הארצן פאר א צווייטן יונגערמאן, וועלכער איז, ווי מ’זאגט שוין “דארט געווען” – שוין חתונה געמאכט א קינד. דער ערשטער האט געזוכט ביים צווייטן עצות און אנווייזונגען, ווי צו שפארן און ווי צו שניידן. אין סך הכל איז פונעם שמועס אויסגעקומען, אז וויפיל מ’זאל נאר פרואווען שפארן, וועלן די הוצאות באטרעפן פיל העכער ווי די מעגליכקייטן.

“גאט העלפט די, וואס העלפן זיך אליין.” אזוי זאגט א באקאנט שפריכווארט. א מענטש דארף זיך פארלאזן אויפ’ן אויבערשטן, אבער ער קען נישט ארויפווארפן די ארבעט אויף גאט. ווען גאט וואלט געוואלט אז דער מענטש זאל גארנישט טאן, וואלט ער אים נישט אראפגעשיקט אויף דער וועלט. נשמות זיצן רואיג אינעם קאסמישן שטראם, און לאזן זיך טראגן וואוהין עס לאזט זיך נאר. די וועלט הייסט אן “עולם העשיה”, א וועלט פון מעשים. דא דארף מען טאן. גאט קען בלייבן באלעבוס, אבער ער וויל אז דער מענטש זאל טאן צו דער זאך אויף וויפיל די מעגליכקייטן זיינע דערלויבן אים. מען דארף די מעשים באלעבן מיט בטחון, וואס וועט האפנטליך אריינברענגען א ברכה אינעם געטוענעם. טאן דארף מען אבער.

אין אונזער וועלט, אין דער חרדי’שער געזעלשאפט, האט א מענטש נישט קיין סך ברירות ווען עס קומט צו אזעלכע מאנומענטאלע תקופות ווי חתונה מאכן א קינד. ער האט נישט די ברירה פון שניידן צופיל פונעם בודזשעט, ווייל דער נידעריגסטער אנגענומענער סטאנדארט איז נאך אלץ אויסטערליש הויך - העכער די מעגליכקייטן פונעם רוב. בלייבט אים טאקע נישט קיין אנדערע ברירה ווי פרובירן זיך צוצושטעלן לויט די בעסטע מעגליכקייטן. אויפ’ן איבעריגן פארלאזט מען זיך אויף גאט. די מעשים וואס מ’קען יא טאן ווערן דורכגעפלאכטן מיט בטחון, און ביים סוף דערלויבט דער מענטש “אמונה” איבערצונעמען דאס רעדל.

דאס איז וואס שייך דעם עולם וואס איז דא אויפגעוואקסן, דא חתונה געהאט, דא אויפגעהאדעוועט די קינדער, און וועט זיי דא חתונה מאכן. די פירערס פון דעם דאזיגן כלל טראגן אבער אן אחריות. זיי זענען די וואס שטייען ביי דער פירערשאפט פון דער חרדי’שער געזעלשאפט, און אויף זיי ליגט דאס אחריות פון אויסבעסערן דעם סיסטעם דארט וואו ער איז קרוב צו באנקראט. באנקראט, ווייל דער סטאנדארט פון חתונה מאכן א קינד איז העכער די מעגליכקייטן פונעם גרויסן רוב.

ווען די פירערשאפט וואלט געווען א פאסיווע, וועמענס ראלע אין סך הכל א צערעמאניאלע, וואלטן מיר נישט געקענט דערווארטן קיין רעפארמען וואס פאדערן ערנסטע ארבעט. ס’איז דאך אבער נישט אזוי: די חרדי’שע פירערשאפט האט זיך אין אונזערע צייטן צוגעטיילט ברייטע רעכטן און רעדט אריין אין זייער א סך אספעקטן פונעם חרדי’שן לעבן. אויב זיי טראגן למעשה דאס אחריות פון דעם ציבור, דארף אזא זאך, ווי ארויפפירן די פרשה פון חתונה-מאכן אויף נארמאלע רעלסן, פארנעמען איינס פון די ערשטע פלעצער אויף דער ליסטע פון פריאריטעטן.

רוב מענטשן וואלטן מסכים געווען אראפצוברענגען די הוצאות. זיי וואלטן וויליג געווען צו ברענגען דערפאר גרויסע קרבנות. זיי קענען אבער נישט, ווייל זיי זענען טייל פון א פארמאכטער געזעלשאפט מיט גוט-דעפינירטע כללים און גרעניצן פאר יעדן ריר אין לעבן. חתונה מאכן אונטער’ן פרייען הימל, צום ביישפיל, און סערווירן לייכטן פארבייסן מיט גוטע משקאות איז בשום אופן נישט קיין אפציע, פונקט ווי די חתן-כלה מתנות, רוב פון וועלכע פאלן באקוועם אריין אין די גרעניצן פון אויסברענגערישער לוקסוס, זענען מוז-זאכן וואס לאזן זיך נישט ארויסשניידן פונעם בודזשעט. מענטשן ווילן זיך פארגרינגערן, באזונדערס מיט’ן שניידן פון די אומ’רחמנות’דיג-אומנויטיגע צוגעהערן וואס מאכן אויס א שיינעם חלק פון די איבערגעטריבענע אויסגאבן, אבער זיי קענען נישט. זיי קענען נישט צוליב דער זעלבער סיבה פארוואס זיי האבן גרויסע פאמיליעס, בלי עין הרע, הגם זיי האבן נישט די מינדסטע אויסזיכטן צו קענען אויפהאלטן און אויפציען די דאזיגע קינדער אויף א געזונטן, מענטשליכן און געזעצליכן אופן.

דאס אחריות ליגט אויף די זעלבע וואס דיקטירן וועלכן טעלעפאן צו ניצן, וואספארא הוט צו טראגן, און אין וועלכן שול מ’מעג דאווענען. די זעלבע דארפן אויך זארגן, כאטש מיט אזויפיל אייפער און קנאות, אז דער ציבור וואס איז אונטער זייער קאנטראל זאל זיך קענען אן עצה געבן מיט די פאראנטווארטליכקייטן וואס קומען מיט’ן אויפוואקסן און לעבן אין דער געזעלשאפט.

אין א ווארט: זאל מען איינשטעלן “חתונה תקנות” מיט אזויפיל איבערגעגעבנקייט ווי קלוגע-טעלעפאן תקנות.


א מעשה'לע וועגן שלש שבועות (חלק א')

A Story of Three Oaths

פֿון ב. חסיד

Yehuda Blum

דאס יאר איז געווען 1840, די צייט פון אייראפעאישער פרילינג און נאציאנאלער אויפוואכונג פון פעלקער. איך בין געשטאנען ביי די ברעגעס פונעם שיינעם בלויען דאָנאַו, אדער אויפ’ן „דאנובע‟ ווי אנדערע רופן עס, און איך האב דערזען א שפאלט אינעם בלוי-פארצויגענעם הימל איבער מיר. דורכ’ן שניט וואס האט זיך געשאפן האב איך געקענט אריינקוקן און זען ווי עס פליען ארויף און אראפ די שרים פון די שבעים אומות, נישט קענענדיג זיך אויסגלייכן איבער די צוקונפטיגע גרעניצן פון דער וועלט. אין יענער צייט איז דייטשלאנד, פוילן, גאליציע, אונגארן, און נאך אנדערע מדינות געווען אונטער דער עסטרייכישער אימפעריע.

דער עסטרייכישער שר אין הימל האט גע’טענה’ט אז כל זמן די וועלט איז פאראייניגט אונטער איין אימפעריע איז עס א טובה פאר אלעמען, ווייל דאס האלט אפ מלחמות צווישן פעלקער. קוים לאזט מען אז יעדעס פאלק און נאציאן זאל זיך מאכן שבת פאר זיך, וועט באלד אויסברעכן א בלוט-באד אויפ’ן כדור הארץ, ווייל יעדע גרופע וועט זיך וועלן אפרייסן פון זיין סביבה און אויפהייבן א פאן פון זעלבסטשענדיגקייט. נאר מילא אז עסטרייך טענה’ט איז נאכנישט אלעס, די ארומיגע פעלקער האבן מיט אים נישט מסכים געווען, און געפאדערט אז עסטרייך זאל מוחל זיין אפלאזן די לייצעס פון אייראפע.

ווינטן פון נאציאנאלער שטאלץ האבן דערווייל אנגעהויבן בלאזן איבער אייראפע. אין א ווינקל פון א גאס אין פאריז איז זיך געזעסן א יונג מיידל מיט אן אקארדיאן און געשפילט דאס פראנצויזישע לידל, „סא(ס) לע-סיעל דע פאריז‟. די מאסן-קולטור האט אריינגעשלעפט טויזנטער מענטשן אין די טעאטערס, ווערנדיג מיטגעריסן מיט דער אייראפעישער קונסט פון מוזיק און דראמא. אויפ’ן טאקט פונעם וואלס האבן זיך טענצלעך פארמירט אין די באלן, אייננעמענדיג דעם גאנצן קאנטינענט. דער שר של צרפת האט פריי געשוועבט איבערן לאנד און געשעפט נחת.

Read more


די שקיעה פון דער סאַטמערער שיטה

The Decline of the Satmar Vision

פֿון מנחם מענדל

Yehuda Blum

סאטמאר האט פארמאגט א גרויסן רבי’ן. ס’איז א פאקט אויף וואס קיינער אויף ווי ווייט איך ווייס קריגט זיך נישט. דער סאטמארער רבי איז געווען א גאון, א גוטער, א חכם, אן עסקן און נאך. בגשמיות איז ער געווען א געשמאקער, כאריזמאטישער מענטש מיט וועמען מ’האט געקענט שמועסן איבער וועלטליכע זאכן. ער האט פארמאגט א גוטן הומאר-חוש און האט געקענט שפילן די ראלע פון א פיפיגן דיפלאמאט. ער איז דערצו געווען א געלונגענער ארגאניזאטאר, מיט געזונטע קאמוניקאציע-מעגליכקייטן. בקיצור: א צדיק און גאון וואס איז געשטאנען מיט איין פוס אין הימל און מיט’ן צווייטן אויף דער ערד.

דער רבי איז זיכער געווען איינער פון די גרעסטע גדולים אינעם פריערדיגן דור. ס’זענען געווען נאך גאונים, עובדים, בעלי חסד, עסקנים, ארגאניזירערס, און סתם אזוי געלונגענע מענטשן, וואס זענען אים אפשר איבערגעשטיגן מיט דער אדער יענער אייגנשאפט. אבער אזא השלמה, צו פארקערפערן אין זיך אזויפיל מעלות און מנהיגות-מעגליכקייטן, מיט דעם איז ער געווען א חידוש.

Read more


וואָס זאָלן אונדזערע יונגע קינדער לייענען?

What Should Our Young Children Be Reading?

פֿון ואיה וענה

Yehuda Blum

אלס א טאטע פון קינדער, זוך איך מעשה’לעך צו דערציילן פאר די קינדער, אדער מאטעריאל וואס זאל זיין פאסיג פאר זיי צו ליינען.

ביז א דור צוריק איז נאכנישט געווען קיין סך אידישע ביכלעך, און דערפאר האבן אונזערע עלטערן איינגעקויפט ביכער און שפילערייען אויף ענגליש. היינט איז שוין ברוך השם דא פילע ביכער אויף אידיש, אבער זיי זענען נישט דוקא צופרידנשטעליק. די טעמעס זענען צו ענג, די קינדישע ברייטע פאנטאזיעס ווערן איינגעשרומפן אין די ד’ אמות פון אונזער ענגער רעאליטעט, און אנשטאט צו געבן פאר די קינדער א פאר’חלומ’טן בליק צו דער גרויסער וועלט, ווערט גאר דערגרייכט דאס פארקערטע.

הגם ס’זענען דא גענוג קינדער ביכער וואס דערציילן אנעקדאטן פון א מאטעלע מיט א שימעלע, א גנענדעלע מיט א רעכעלע, זענען זיי געווענליך געצילט צו געבן א געוויסן מוסר השכל וואס שפיגלט אפ די נארמען פון דער געזעלשאפט, אן דעם וואס ס’זאל טראגן מיט זיך אן אוניווערסאלן אנזאג. איין מעשה’לע לערנט אויס קליינע מיידלעך אז דאס קלייד דארף זיין גענוג לאנג אונטער די קניען, אן אנדערע מעשה לערנט אויס די פרינציפן פון שמירת עינים פאר פינף יעריגע קינדער, און פאפולערע שפילצייגן לערנען אויס די קינדער צו שטיין ווייט פון רשעים און באשרייען ציוניסטישע סאלדאטן (נישט קיין געלעכטער..), ווי גלייך אונזער גאנצע אידישקייט און מענטשליכקייט וואלט באשטאנען פון אט די פאר מצוות.

Read more


די אנטי־גיוס גזירה

The Anti-Draft Decree

טוט זיך ווידעראמאל וועגן “גיוס בני ישיבות” - אז די רעגירונג אין ישראל וויל נעמען חרדישע בחורים אינעם מיליטער. מען זאמלט געלט צו פינאנצירן דעם קאמפיין דערקעגן, און מען לויפט קיין מאנהעטן פראטעסטירן קעגן דעם ישראל-קאנסיל, הלמאי די רעגירונג וועמען זי פארטרעט דערוואגט זיך אויף אזא אומ’שכל’דיגן רשעות ווי אוועקכאפן ישיבה-בחורים פון דער גמרא און זיי רעקרוטירן צום צה”ל.

בערך אזוי גייט דער ניגון. דער ניגון - דער טאן און די ווערטער - איז אויסגעבארגט געווארן פאר דער יעצטיגער מערכה פון א תקופה צוריק מיט עטליכע צענדליג יאר. דעמאלט האט זיך גערעדט פון באמת צווינגען אמת’ע ישיבה-בחורים, וואס זענען טאקע געזעצן אין ישיבה ביי דער גמרא, צום מיליטער. מיליטער האט דעמאלט אויך געמיינט דעם אלגעמיינעם צה”ל, וואו עס דינען אינאיינעם בחורים און מיידלעך און וואו ס’איז זייער שווער צו בלייבן פרום אפילו פאר עמיצן וואס איז יא אויפגעוואקסן אין א מער אפענער, צי גאר געמישטער געזעלשאפט. שוין אפגערעדט פאר א חרדישן בחור, וואס וואקסט אויף אפגעשלאסן פון דער גאס און אויסגעשלאסן פון דער געזעלשאפט ארום, פאר וועמען דאס מיליטערדינסט האט געמיינט א זיכערע גייסטיגע געפאר.

Read more


דער באדייטן פֿון אָלימפישע שפילן פאר די חרדישע אידן

The Meaning of the Olympic Games for Haredi Jews

פֿון ב. חסיד

ס’האלטן ביים פארענדיגן זיך די אלימפישע שפילן אין בראזיל. צווישן די געווינער זענען געווען צוויי ישראלים וועלכע האבן אהיימגעברענגט בראנזענע מעדאלן, און א מחנה פון הונדערטער מענטשן האבן זיי אפגעווארט ביים אנקומען קיין ארץ ישראל. וואס זאגט מען אין בית מדרש וועגן דעם גאנצן איבערקערעניש? מ’זאגט גארנישט. מ’איז שטיל ווי גלייך ס’וואלט קיין זאך נישט פאסירט. די סיבה צו דער שטילקייט איז פארשטענדליך, וויבאלד פונעם בית-מדרש’דיגן פערספעקטיוו האט אויף אן אמת נישט פאסירט קיין שום אויסערגעווענליכע זאך. א פאר באנדיטן האבן זיך געשלאגן צווישן זיך. נו שוין…

די אידן אין מקווה וועלכע ווייסן יא עפעס צו זאגן וועגן דער גרויסער וועלט, בעת’ן קראצן זיך די בערד מיטן זייפל אין דער האנט (א בא’חנ’טע סצענע – איך זאג דאס נישט אויף חוזק), ווייסן אודאי צו דערציילן וועגן דער אלימפיאדע אבער זיי גלייבן אז ס’איז אין תוך גערעדט א חילול השם פאר אידן אנטיילצונעמען אין די גוי’שע שפילערייען. די באנדיטן גייען דארט אהין מיט די אלע שקצים, מ’שלאגט זיך אויס, מ’שטויסט זיך, און דער עולם פאטשט ווען עמיצער שטויסט אראפ דעם חבר זיינעם. נו, פאסט נישט פאר אידן… ס’איז נישט מער ווי דאס אז די ציוניסטן ווילן זיך פארגלייכן מיט די גויים, אבער אין בית מדרש האט דאס קיין מקום נישט.

Read more


עלטערן אין כּעס

Angry Parents

פֿון מנחם מענדל

די טעמע „בחורים און ישיבות‟ איז כמעט אזוי אויסגעדראשן ווי די בחורים און ישיבות אַליין. דער „חינוך‟, סעקולערער און אידישער, וואס אונזערע קינדער באקומען אין ישיבה, איז בערך אויפ’ן זעלבן שטאפל ווי עבר-בטל’דיגע זקנים און זקנות אין א מושב־זקנים. נאר, שטיל בלייבן קען מען אויך נישט, ווייל דער פראבלעם איז א ברענענדיגער און די לעזונג וויל נישט אונטערקומען. דערצו נאך, האט די גזירה זיך אריבערגעטראגן צו די תלמיד תורה’ס און מיידל שולעס, וואו קינדער קוים ארויס פון די ווינדלען ווערן אפגעזאגט צי גאר ארויסגעווארפן פון מוסדות.

אפשר האט דאס צוטאן דערמיט וואס די וואס פאסן אויף אויף די החלטות זענען דערוואקסענע מיט ווינדלען-אינסטינקטן? צי גאר האט עס מיט דעם וואס די מענטשן זענען גלאט אזוי צעקלאפטע נשמות וועמענס אידענטיטעט איז אויפגעבויט אויפן סמך פֿון הערשן איבער אנדערע? אנגענומען איז, אז מ’רעדט פון ביטערע מענטשן מיט שלעכטע נויגונגען. איך מיין אבער אז ס’איז מער א פסיכישע אומארדענונג, וואס טרייבט די פארשוינען צו טרינקען דאס בלוט פון עלטערן און זייערע קינדער. אבער דאס איז א שאלה פאר פסיכאלאגן – וועמענס אומ’רחמנות’דיגע אפוועזנהייט אין אונזערע רייען שרייט מיט קולות ביז’ן הימל.

יעדנפאלס, זעט נישט אויס ווי די ישועה וועט אנקומען אין דער נאענטער צוקונפט. אויב דער צעבראכענער סיסטעם פארמאגט נישט קיין תקנה, איז אפשר א פלאן אים צו גענצליך צעברעכן. דעמאלט וועט די נויט צווינגען אויפצובויען א נייעם און א בעסערן.

ווייל געדענקען דארף מען אז די ישיבה וועלט אונזערע איז לעולם ווערט אזוי פיל ווי א זעץ אין דער ערד. וואס לערנען אונזערע קינדער אין די ישיבות? פארגעס פון לימודי חול, לאז אפ מידות, און מיר וועלן אפילו נישט רעדן פון מענטשליכקייט און פשוט’ע לעבנס-פראקטיק. לאמיר דאס אלעס אפלאזן. אבער וואס טוט זיך כאטש מיט אידישקייט? וויפיל פון אונזערע קינדער קענען די יסודות הדת נאכ’ן „גראדואירן‟ פון ישיבה?

אוודאי צאלן מענטשן נישט גערן דעם שכר לימוד! זיי באקומען פאר’ן געלט גארנישט אויסער א שלעכט-געפירטע „בעיבי־סיטינג‟ באדינונג. מ’צאלט, ווייל אנדערש וועלן די ישיבות אהיימשיקן די קינדער. קיינער גיט אבער נישט גערן קיין געלט אן באקומען עפעס ממשות’דיג אויף צוריק. אזוי גייט די וועלט.

היינט האלט עס שוין דארט, אז קינדער — פיצלעך קינדער — ווערן אפגעזאגט פון בית חינוך. וואס איז דער שכל דערפון? די סיבה וואס ווערט געווענליך אנגעגעבן צו דעם אכזריות איז, אז די עלטערן „שטעלן זיך נישט צו‟ צו די פאדערונגען און פארשריפטן פון די מוסדות. אבער וואס איז דער אויפטו פון נאך מער אנווייטאגן און אנ’ברוגז’ן די עלטערן און זייערע משפחה-מיטגלידער און פריינט? יא, עס וועט די דיקטאטארן מיט די זיידענע קאפאטעס און פלאכע קעפ געלונגען ארויפצוצווינגען זייערע אויסטערלישע פארלאנגען אויף די עלטערן. איר ווייסט אבער וואס אזא טאטע טוט איינמאל ער איז פארטיג מיט דעם אינקוויזיציע-פראצעס? ער ווענדט זיך צום אינטערנעט און גיסט דארט אויס דאס גאנץ ביטער פעקל.

פון וואו האט זיך גענומען אזא ריזיגער און ביטערער אונטערגרונד? פארוואס זעט מען אזויפיל כעס און אנגעגעסנקייט אויף די אינטערנעט-פארומס? איר מיינט טאקע אז יעדער צווייטער מענטש איז סתם שלעכט און וויל דעם סיסטעם זען אין דער ערד סתם ווייל: פארוואס נישט? (און אויב יא, הערשט א סיבה פאר א חשבון הנפש אויפ’ן חינוך-סיסטעם.) מענטשן ביטערן און בלוטיגן, ווייל זיי פילן אז דער אייגענער סיסטעם וואס האט זיי אריינגעצווינגען אין דעם לעבנסשטייגער, ווארפט זיי צו די הינט צוליב נישטיגע סיבות. צי די מענטשן זענען גערעכט, איז א באזונדערע פראגע, אבער אויב אזויפיל, אזא גרויסער פראצענט, איז אזוי אנגעגעסן, איז א סימן אז עפעס טויג נישט. זאל זיין אז דער „עפעס‟ ליגט ביים המון עם און נישט ביי דער פירערשאפט. אויב אזויפיל מענטשן — אזא פראצענט פונעם אייגענעם ציבור — פילט אז ס’טויג נישט, דארף מען רעפארמען, טוישן, פארבעסערן. אנדערש וועט די זאך זיך צעפאלן.

ס’איז נישט פאראן קיין געזעלשאפט וואס קען צו לאנג אויסהאלטן אזא לאסט פון אזויפיל רוגזה. נישטא. מעכטיגע רעגירונגען זענען צעפאלן און צעגאנגען אונטער’ן דרוק פון א מאסן-רוגזה. צי מיינען אונזערע גאונים אז סתם א געזעלשאפט, אין א פריי, דעמאקראטיש לאנד מיט אן אפענער, צוטריטליכער געזעלשאפט וואס איז נישט דוקא סימפאטיש געשטימט צו אונזער סיסטעם, וועט יא דורכטראגן דעם שטורעם וואס זעט זיך שוין אויפ’ן האריזאנט?

דער נאר בין אבער איך, אינאיינעם מיט אלע אנדערע וואס רעדן זיך איין אז דארט, אין יענע פינסטערע צימערן וואו די אומגליקליכע החלטות ווערן באשלאסן, געפינט זיך א פינק ערליכקייט אדער ערנסטקייט. קיין ברעקל! דארט זיצן מענטשן אן קיין טראפן געפיל צו מענטשן און מוסדות, וואס וועלן בלייבן פארקלאמערט אין זייערע פאטעלן, ביז דאס מציאות וועט זיי פון דארט ארויסטראגן, אדער זיי וועלן זיך טרעפן הערשן אויף ליידיגע בנינים.

כ’האב זייער מורא אז די ישועה וועט קומען פון דער צווייטער מעגליכקייט…