ואיה וענה


עדיטאָריאַל

ליטעראַטור

מענטשן און געשעענישן

געשיכטע

פּובליציסטיק

ישׂראל, מיטל־מיזרח

אַנטיסעמיטיזם

ייִדיש־וועלט

קונסט און קולטור

רוחניות

קהילה

אין אָנדענק

טשיקאַוועסן

דער ייִאוש פֿון דער נשמה

פֿון ואיה וענה

דער ייִאוש פֿון דער נשמה
איך בין נישט אלט, כ’בין נאך א קינד, אומערפארן און אומזיכער, אבער פארט עלטער ווי פריער, מיט אפאר יאר עלטער, און שוין זע איך ווי מיין וועלט טוישט זיך. דאס וואסער אינעם טייך האט מער נישט דעם זעלבן עפעקט, און די וואלקן אין הימל זינגען מער נישט קיין ליד. די וועלט האט אמאל געהאט א שיינעם גלאנץ, די ביימער האבן געאטעמט מיט אידעאליזם, און די בערג האבן געשושקעט גרויסע חלומות. מיר האט זיך געדאכט ווי די וועלט איז פארטונקען אין אן אוניווערסאלן טרוים וואס איז מער אמת ווי סיי וועלכע טעארעטישע רעאליטעט.Read More


דער פּחד פֿון הינט און ביימער

פֿון ואיה וענה

דער פּחד פֿון הינט און ביימער
לאזט מיך אייך דערציילן א סוד; איך בעט איר זאלט דאס קיינעם נישט דערציילן. נישט איינמאל האב איך געזען ווי מענטשן דרייען זיך מיט קליינטשיגע הינטעלעך, קליינע באשעפענישן וועלכע קוקן ארויס מיט אומשולדיגע אויגן אויף די מענטשן ארום, און מיר דאכט זיך אויס ווי ס’וואלט געשטעקט אין די אויגן א געוויסע פילאזאפיע. אויף ווי ווייט איך קען ארויסבאקומען דערפון, פרעגט עס מיך: “פארוואס האבן חסידישע אידן נישט ליב קיין בעלי חיים?”Read More


די אַלוועלטלעכע נשמה פֿון דער ייִדישער מוזיק

פֿון ואיה וענה

די אַלוועלטלעכע נשמה פֿון דער ייִדישער מוזיק
אידישקייט גיט מיר אן אייגנארטיגע געלעגנהייט וועלכע ווייניג מענטשן אין דער וועלט פארמאגן — די מעגליכקייט זיך צו קענען אידענטיפיצירן אין אן אינטימען אופן מיט כלערליי קולטורן איבער דער וועלט, און תמיד פילן ווי איך בין ממש אינדערהיים.Read More


אַ פֿאַריתומטער דור, נעבעך

פֿון ואיה וענה

אַ פֿאַריתומטער דור, נעבעך
ס’איז פאראן א כלל אין הלכות פירערשאפט אז דער סימן פון א גוטן פירער איז ווען ער קען טרענירן זיינע אנהענגער אז זיי זאלן קענען נאך זיין פטירה זיך באגיין אן אים. דער גוטער פירער שטעלט אויף א דור פון שטארקע תלמידים, וועלכע פילן אז זיי האבן די כוחות איינצונעמען וועלטן און זיי קענען דורכפירן וואס זיי ווילן. כאטש ס’טוט זיי וויי אז דער רבי און מנהיג איז מער נישטא, וועלן זיי זיך טרייסטן אין דעם וואס ער האט זיי איבערגעלאזט מיט די נויטיגע כלים וויאזוי זיך צו ספראווען מיטן לעבן.Read More


האָט די דרויסנדיקע וועלט וואָס צו פֿאַרקויפֿן פֿאַר אונדז? (צווייטער טייל)

פֿון ואיה וענה

האָט די דרויסנדיקע וועלט וואָס צו פֿאַרקויפֿן פֿאַר אונדז? (צווייטער טייל)
אין מיין פריערדיגן ארטיקל (אונטערן קעפל „האט די דרויסנדיקע וועלט וואס צו פארקויפן פאר אונז?“) האב איך רעאגירט צו אן ארטיקל פון הרב יואל אשר לאבין, וואו דער מחבר האט מיך אנגעבליך באשולדיגט אין „זוכן אן ערזאץ“ צו אידישקייט אין פרעמדע מקורות. אין מיין ענטפער צו הרב לאבין האב איך אויסגעדריקט מיין וואונדער פון וואנעט הרב לאבין האט אפירגעקראצט אזא באשולדיגונג אויף מיר, ווען ס’איז נישטא דערצו אפילו א רמז אין מיינע ווערטער. אינצווישן איז געקומען אן ארטיקל פון אן אנדערן שרייבער, וו. וו., וואס האט נאכאמאל איבערגעזאגט בערך דאס זעלבע וואס הרב לאבין.Read More