Yiddish with an Aleph

דער נישט אידישער שבת (2)

The Gentile Sabbath (2)

פֿון ב. חסיד

אויף מיין לעצטן ארטיקל „דער נישט אידישער שבת‟ האט עמיצער (וועלכער האט זיך פארגעשטעלט מיטן נאמען „הוגה‟) קאמענטירט מיט דער טענה אז איך בין נישט גערעכט ביים זאגן אז דער איד קען נישט האלטן סיי דעם אידישן און סיי דעם נישט־אידישן שבת אין דער זעלבער צייט. לויט זיינע ווערטער קען מען געניסן פון ביידע וועלטן, מ’קען אין זיך איינזאפן די גאנצע רייכקייט פונעם מערב אן דעם וואס מ׳זאל דערביי פארלירן פון דער אידישער גאנצקייט. לויט יענעם קאמענטירער קען מען אפילו זיין א העדאניסט, זיך נאכגעבן אלע תאוות, און נאך אלץ הנאה האבן פון א שבת׳דיגן י־ה אכסוף.

Read more


דער „וואטסעפ‟ באלעמער

Preaching Through Whatsapp

פֿון מנחם מענדל

ווער האט היינט א גרעסערער ציבור צוהערערס: דער בעל דרשן אויפן באלעמער, אדער וואטסעפ מעסעדזש?

די אינטערנעץ האט איבערגעדרייט די געזעלשאפט מיטן קאפ אראפ און די פיס ארויף. דאס איבערקערן איז נישט קיין אקט, נאר ליבערשט א פראצעס, וואס האלט זיך אינמיטן אויסשפילן אויפן זעלבן טעמפא און אינאיינעם מיט דעם אינטערנעט, וואס האלט זיך אינמיטן אנטוויקלען.

Read more


דער נישט־ייִדישער שבת

The Gentile Sabbath

פֿון ב. חסיד

זיצנדיג אינעם אויטא בעת א נסיעה איז מיר אויסגעקומען צו הערן אויפ׳ן ראדיא אפאר קלאסישע שטיקלעך וועלכע האבן פונקט געשפילט, ווי למשל מאצארט׳ס „חתונה פון פיגארא‟, ווערדי׳ס „לא טראוויאטא‟, און נאך אזעלכע וואונדערשטיק.

הערט מען זיי אפילו צענדליגער מאל, צעשפילט זיך דאס הארץ שטענדיג אויפסניי און פונעם אינערליכן גריזשען קומען אויף כל־מיני מחשבות. אמאל קומען אויף, זאל גאט באהיטן, הרהורים איבער פראגעס פון ריכטיגן לעבן, אידן און גויים, תורה און וועלטליכקייט, אאַז״וו. נישט חלילה אפיקורסות, פארשטייט איר, אבער פארט הרהורים.

Read more


דער נײַער חרדי

The New Haredi

פֿון בן זומא

Uriel Heilman/JTA

אין דער ישראל מידיא איז די פאריגע וואך פובליצירט געווארן א לענגערער באריכט איבער חרדים וואס פארלאזן די פרומע געזעלשאפט.

דער מחבר, אבישי בן חיים, ווייסט צו דערציילן אז אזוי פיל ווי איינער פון צען חרדים פארלאזט די קהילה. די מענטשן אויף וועמען זיינע פאקטן און ציפערן זענען באזירט, זענען כמעט אלע געוועזענע חרדים וועלכע זאגן אז די חרדישע געזעלשאפט שטייט ביים שוועל פון אן ערנסטער, יסודות׳דיגער קריזיס, וואס שטעלט איר צוקונפט אין געפאר.

Read more


אַ תּפֿילה פֿאַרן ייִדישן שרײַבער

A Prayer For the Yiddish Writer

פֿון ואיה וענה

ריבונו של עולם. דו ווייסט דאך אז דער כח פון א שרייבער איז נישט זיין אייגנס, נאר פון דיר קומט אלעס. דער תפקיד פונעם שרייבער איז נאר דאס, אז ער זאל אפשרייבן וואס ער זעט אלס ריכטיג, און ער זאל נישט פארקריכן פונעם אמת צוליב אויסערליכע סיבות, ווי געלט, כבוד און חנופה. דער שרייבער טאר אויך נישט מורא האבן פונעם ציבור, ווייל אזוי שטייט אין דער תורה וואס דו האסט אונז איבערגעגעבן דורך משה רבינו עליו השלום, אז א שופט זאל פון קיין שום מענטש נישט מורא האבן. נאר דער אמת אליין מעג זיין די ליכט פאר די פיס פונעם שרייבער.

Read more


וואָס איז אַזוינס אַ „חרדישער ייִד‟?

What Exactly is a Haredi Jew?

פֿון בן זומא

אין זיין לעצטן קאלום („טאטע און קינד שמועסן וועגן פרומע און פרײע אידן — און גויים‟) האט קאלעגע ב. חסיד ארויסגעברענגט אן אינטערעסאנטע נקודה איבער דעם אויסקוק וואס חרדישע אידן, בפרט קינדער, האבן אויפ’ן „גוי‟. איך וויל זיך אפשטעלן אויף אן אנדערן אספעקט.

אויב כ’האב אים גוט פארשטאנען, מיינט ב. חסיד אז די סיבה צו דעם נעגאטיוון ביי-טעם מיט וואס אונזערע קינדער ווערן אויפגעצויגן כלפי די „גויים‟ נעמט זיך פון א ווילן זיי צו האלטן אינעווייניג און וואס ווייטער אפגעטיילט פון דער סעקולערער קולטור און געזעלשאפט. דאס קען זיין אמת און איז ווארשיינליך א פאקטאר. כ’מיין אבער אז עס האט א סך צוטאן מיט דער פוילקייט און אפאטיע פון דער חרדישער עסטאבלישמענט, וואס האט זיך קיינמאל נישט געהעריג צוזאמגענומען צו דעפינירן וואס אזוינס איז דאס א „חרדישער איד‟. דערפאר דארף מען זיך ווענדן צו נעגאטיוויטעט — דערקלערן יענע אלס שלעכט, און היות זיי זענען אזוי „אנדערש‟ ווי מיר, זענען מיר דאך במילא יא גוט.

Read more


טאַטע און קינד שמועסן וועגן פֿרומע און פֿרײַע ייִדן — און גויים

Father and Child Discuss Frum and Secular Jews - and Gentiles

פֿון ב. חסיד

אין איינעם א פרייטאג צונאכטס האט מיין זיבן יעריגע טאכטער געבעטן איך זאל איר דערציילן א מעשה. איך האב ארויסגענומען א בוך מיט מעשה׳לעך פון דער ספרד׳ישער טראדיציע, וועלכע איז געשריבן אויף לאדינא מיט אן איבערזעצונג אין העברעאיש, און איך האב איר דערציילט די זיסע לעבנס אנעקדאטן פונעם ביכל. ווען ס׳איז געקומען צו עפיזאדן וואו א איד האט געהאט צוטון מיט א גוי, האט זי מיך יעדעס מאל געפרעגט, „א שלעכטער גוי?‟ כאטש כ׳האב איר ערקלערט אז עמיצער וואס איז נישט געבוירן א איד קען זיין א גוטער מענטש, נישט ווייניגער ווי א איד, האט זיך איר שאלה נאך אלץ איבערגע׳חזר׳ט יעדעס מאל וואס דער גוי איז אריין אינעם בילד.

Read more


וואָס מע קען זיך אָפּלערנען פֿון גרים און בעלי־תּשובֿה

What We Can Learn From a Convert or Newly Observant Jew

פֿון בן זומא

ס׳איז פאראן ביי גרים און בעלי תשובה א געוויסער מין אמת און תמימות וואס פעלט ביי א סך פון אונז, געבוירענע און דערצויגענע פרומע אידן.

מיר וואקסן אויף מיט אלע אידישע באגריפן און קענען גוט אידישקייט, אבער די אידישקייט באקומען מיר אויף זייער א טעכנישן אופן. מען גיט אונז אפשר די טעמים פון די מצוות; מען דערציילט אונז אויך וועגן פארשידענע יסודות און די סיבות אונטער די זאכן וואס מיר טוען. למעשה באקומען מיר דאס פעקל אידישקייט גרייט און פיקס־פארטיג. מען לערנט אונז וואס צו טאן, וויאזוי זיי צו טאן, אבער בדרך כלל ווערט דער עיקר טראפ געלייגט אויפן חלק המעשה. מיר ווערן ווי צוגעוואוינט צו וואשן נעגל־וואסער, מאכן ברכות, דאווענען, און מקיים זיין די מצוות מעשיות. דאס הארץ און די נשמה פון אידישקייט באקומען מיר אבער נישט. אפילו דאס ביסל וואס יא, ווערט פארלוירן אינעם ים פון טעכנישע אנווייזונגען.

Read more


א ווארט וועגן מיין אייגענעם רבי׳ן

A Word About My Own Rebbe

פֿון ואיה וענה

Getty Images

דער עולם ביי דער חתונה האט זיך געטאנצט פרייליך, ווי געווענליך ביי חסידישע חתונות. דער רינג האט זיך נישט געהויבן צו ווילד חלילה, נאר די באטייליגטע האבן לאנגזאם שפאצירט האנט ביי האנט, בעת די מוזיק האט הויך געשפילט „אחת שאלתי מאת ה׳‟, אדער „אנא עבדא דקודשא בריך הוא‟. דא דארטן האט אריינשפאצירט א רבי׳לע צו דער חתונה, און ר׳האט צושפאצירט צום חתן, גענומען אים טאנצן מיט פארמאכטע אויגן, מעשה צדיק, און דער עולם ארום האט פייערליך צוגעפאטשט צו זיין טאנצן. איר ווייסט דאך, א איד דארף כבוד, איז וואס שאט שוין אים צו געבן אביסל כבוד? מ׳קויפט זיך דערמיט זיכער עולם הבא.

ביי דער מוזיק איז געשטאנען א גרופע בחורים און אויסגעגלאצט אפאר אויגן אויף דעם איין־מאן־באנד, ווי גלייך דא וואלט זיך גערעדט פון א וועלטס־ארקעסטער, און ביים טירל פון דער מחיצה צווישן די מענער און פרויען זענען געשטאנען אפאר ווייבער און זיך צוגעקוקט ווי די מענער טאנצן. דא דארטן זענען זיך געזעסן אידן און געפירט זייערע ביזנעסער צווישן זיך, אין סאמע מיטן פון דער חתונה, און ווען א רבי׳לע איז אריינגעקומען טאנצן האבן זיי זיך אונטערגעשמייכלט (פירות פונעם היינטיגן דור נעבעך). בקיצור, אן אמת׳ע חסידישע חתונה.

Read more


וויפֿל איז ווערט אַ גרענעץ?

How Much is a Border Worth?

פֿון בן זומא

WIKI COMMONS

מיר לעבן דורך גורל׳דיגע - מאדנע, חידוש׳דיגע, שרעקעוודיגע - צייטן. מיר זענען עדות צו א פונדאמענטן טויש, וואס די וועלט האלט אינמיטן דורכגיין. וואס ס׳וועט נאך זיין, וויאזוי זאכן וועלן זיך אויסשפילן, בלייבט איבער צו זען.

ס׳איז אבער גאנץ קלאר אז אין יארן ארום וועט די וועלט צוריקקוקן צו אונזער תקופה ווי א פונקט ביי וועלכן די וועלט האט זיך געביטן און האט אריינגעטרעטן אין א ניי מציאות. מיר שטייען יעצט ביים שוועל - נישט אהין, נישט אהער. די וועלט פירט זיך ווייטער אויף דעם אופן ווי זי איז צוגעוואוינט בשעת די טוישונגען טרעטן אריין מיט גרויסע טריט.

Read more


אַ גאַסט אויף שבת בײַ נישט־פֿרומע ישׂראלים

Spending Shabbos With Secular Israelis

פֿון ב. חסיד

Gesher.org

איך בין געווען לעצטנס אויף א באזוך אין ארץ ישראל, און ערגעצוואו האב איך זיך באקענט מיט אן אמעריקאנער איד, א סטודענט, וואס האט זיך פארגעשטעלט מיטן נאמען מאטיו, ווי להבדיל יענער תלמיד פון יעזוס. מיר דאכט זיך אז ס׳זענען פאראן גענוג אידן מיט דעם נאמען, און צוריק גערעדט איז דאך דער קריסטליכער „מאטיו‟ פון צוויי טויזנט יאר צוריק אויך געווען א איד. בכל אופן, א זיסער יונגערמאן מיט וועמען איך האב אנגעקניפט א פריינדשאפט, און מיר האבן באשלאסן ארויסצוגיין אינאיינעם אויף א טרונק אין א ירושלימ׳ער רעסטאָראַן.

כאטש מאטיו איז אן אמעריקאנער, האט ער אבער משפחה אין ירושלים, און בעת איינעם פון אונזערע באגעגענישן האט ער מיך פארבעטן צו קומען מיט אים אויף א באזוך צו זיינע קוזינען. איך האב פונקט געהאלטן נאך א פארנומענעם טאג און ס׳האט מיר שוין געגלוסט צו כאפן א דרימל, אבער מאטיו האט נישט נאכגעלאזט. ער האט מיר דערציילט אז זיינע קוזינען זענען נישט קיין פרומע, אבער זיי האבן ליב אלע מינים אידן, און בכלל זענען זיי גוטע מענטשן וואס זענען אפן צו מיינונגען פון פארשידענע שטרעמונגען. מאטיו האט גע׳טענה׳ט אז זיי וועלן זיך פרייען צו א פרומען איד וואס איז גרייט צו שמועסן מיט זיי, און איך וועל זיך פרייען צו וועלטליכע אידן וואס זענען גרייט צו שמועסן מיט מיר. נישט אזוי זאגט דער פסוק? אחינו כל בית ישראל. דאס טייטשט, גאנץ כלל ישראל איז איינס.

Read more


א שׂונה אָן אַ לאַנד

An Enemy Without a Country

פֿון בן זומא

די שיסעריי אטאקע אין סאן בערנארדינא, קאליפארניע, איז זייער א טרויעריגע, דערדריקנדע געשעעניש. ס׳איז נישט בלויז צוליב די צענדליגער אומשולדיגע מענטשן וואס האבן פארלוירן דאס לעבן אדער זענען ארויס צעקאליעטשט און פארקריפלט. אויף זיי איז א רחמנות און ס׳איז פשוט אזוי. נאר אין דעם, אין מענטשן דערמארדעט פאר קיין שום סיבה אויסער דעם אז די נערוון האבן זיך צעשפילט ביי א וואנזיניגן פארשוין מיט א ביקס, איז ליידער אין אמעריקע נישט קיין נייעס. אזוי טרויעריג ווי דאס איז, האט מען זיך שוין איבער די פאראייניגטע שטאטן ווי צוגעוואוינט צו דעם פענאמען פון מאסן שיסערייען.

Read more


די ברכות פון יצחק אבֿינו (צווייטער טייל)

Isaac's Blessings (Part II)

פֿון ואיה וענה

רבקה איז געזעסן אין א דערנעבנדיגן צימער, זי האט געהערט ווי איר מאן רעדט מיט עשיו, זי האט אין זיין רעדן דערהערט דעם ציטער פון טויט, דער ציטער וואס לויפט אים שוין נאך פון די יונגע יארן, ווען ער איז אליין געשטאנען ביים שוועל פון טויט. רבקה האט נישט געקענט צוקוקן ווי איר מאן צאפלט זיך אין די זכרונות. זי האט געקלערט צו זיך, „זיין טאטע האט, איידער זיין שטארבן, אינזין געהאט אז יצחק זאל טרעפן א גוטן שידוך. אבער מיין מאן רעדט גארנישט וועגן אזעלכע זאכן מיט זיין באליבטן עשיו. אנשטאט דעם בעט ער אים צו גיין פאנגען א חיה און צוגרייטן צום עסן… ווען א מענטש שטארבט גיט ער איבער זיין רוחניות׳דיגע ירושה צו דעם קומענדיגן דור. איז דאס די ירושה וואס יצחק וויל איבערלאזן פאר די קומענדיגע דורות? זיך צו דרייען אין די פעלדער און שיסן חיות?‟

Read more


איך בין נישט קיין פראנצויז

No, I'm Not a Frenchman

פֿון בן זומא

איך בין נישט אויפגעשוידערט פון די אראבישע אטאקעס אין פאריז. ס׳איז געווען אזוי פשוט און קלאר ווי איך בין א איד, אז פריער צי שפעטער וועט פראנקרייך כאפן טעראר-מכות – אין סך הכל א סימפטאם אז דאס לאנד איז שוין לאנג אנגעשטעקט מיט דער איסלאמישער קרענק. צופיל איסלאם אין א לאנד מיינט אן איבערגיס פון בלוט. ס׳איז נישט „פאליטיש קארעקט‟, אבער פארט דאס מציאות.

אויפגעשוידערט בין איך נישט און קיין סימפאטיע כלפי די פראנצויזן פיל איך אויך נישט. איך וויל, אבער עס גייט נישט; מיין געוויסן און הארץ דערשטיקן יעדן סימן פון מיטגעפיל וואס וויל זיך נאר אנטוויקלען. מיין שכל, אגב, איז אינגאנצן מסכים אז ס׳קומט די פראנצויזן נישט קיין טראפן אידישע סימפאטיע.

Read more


די ברכות פון יצחק אָבֿינו (ערשטער טייל)

Isaac's Blessings (Part I)

פֿון ואיה וענה

יצחק איז געזעסן אויפ׳ן בענקל מיט פארמאכטע אויגן. די הענט האבן אים געציטערט, די אויגן האבן אים קוים געדינט און דאס קול האט זיך געווארפן אין א טאן וואס האט פארגעזאגט גרויסע געשעענישן, גורל׳דיגע געשעענישן, נישט קלאר צי ס׳זאגט פאר גוטס אדער חלילה קאטאסטראפע, עפעס ווי די שטילקייט אין א סימפאניע אין וועלכער קוים א פידל צוויי שפילן זיך ווי רואיגע קינדער אין גארטן, נאר כדי גרייט צו מאכן די ערד פאר שטורמישע כוואליעס וואס זאלן זייער פלוצלונג ערשיינען אין א גערויש, פארפלייצן און איבערדעקן די ביז יעצטיגע רואיגקייט. יצחק האט פארשטאנען אז דאס איז דער פחד פון טויט וועלכער טרייסלט אים, דער שרעק פון דער ענדגילטיגקייט אינעם מענטש, די אומרואיגקייט קעגן דעם סך-הכל פונעם לעבן, דער סוף, דער סיום און שלוס.

Read more


אינטערנעט – דער נסיון פון גדולי הדור

The Internet – A Struggle For Our Spiritual Leaders

פֿון בן זומא

עס זענען פאראן אזעלכע וואס ווייסן גענוי ווי צו זאגן וואס ס׳איז דער נסיון פון אונזער דור. יעדע תקופה קומט מיט א געוויסן נסיון, וואס איז ספעציפיש געווידמעט פאר יענעם דור, מיט וועלכן די מענטשן וואס לעבן דעמאלט דארפן זיך ספראווען.

פאר די מענטשן וואס לעבן בשעת מעשה איז נישט גרינג צו כאפן די שוועריגקייט, דאס געראנגל, פון דער צייט אין וועלכער ער לעבט. אזוי איז די טבע פון דער וועלט, אז די זאכן באמערקט מען הערשט שפעטער, ביים פאלגנדן דור, צי נאך שפעטער. זיצנדיג אין דער קעגנווארט איז שווער זיך ארויסצורייסן פונעם תוך און אנקוקן דעם מצב פון „דרויסן‟. דער פערספעקטיוו פון מענטשן וואס לעבן שפעטער איז געווענליך פינקטליכער – זיי זעען קלארער און קענען באטראכטן דעם עבר מיט א ברייטערן בליק.

Read more


דער וועג צו שלום אויפֿן ייִדישן מהלך

The Road to Peace As a Jewish Process

פֿון ואיה וענה

איך האב אין מיין פאריגן ארטיקל געשריבן אז אידן קענען נישט זיין קיין אקופירער אויף סיי וועלכן שטח פון ארץ ישראל, ווייל א פאלק קען נישט זיין קיין אקופירער אין זיין אייגן לאנד.

דא האב איך געוואלט נאר קלאר מאכן אז מיין כוונה איז געווען איבער דעם געאגראפישן שטח פונעם לאנד, אז אויף דעם איז נישט שייך צו זאגן אז מיר זענען אקופירער, אבער איך האב זיך נישט באצויגן צו דער פראגע פון באהערשן א גרויסן פראצענט פון אראבער, אנעם געבן זיי בירגערשאפט. דא קען מען פארפירן א לעגיטימען פאליטישן שמועס, אין וועלכן מיר דארפן גרייט זיין צו הערן קריטיק אויך קעגן ישראל.

Read more


דער משיחישער שלום־פֿאַנאַטיזם פֿונעם לינקן לאַגער

The Messianic Peace Fanaticism of the Left

פֿון בן זומא

Getty Images

דער לינקער לאגער אין ארץ ישראל האט אין ליכט פון די לעצטיגע געשעענישן לכאורה פארלוירן דאס רעכט צו רעדן. אזוי, יעדנפאלס, וואלט געדארפט זיין. אין ארץ ישראל הערשט א דעמאקראטישע רעגירונג, וועלכע דערלויבט יעדן, אריינגערעכנט אראבישע שונאים, צו זאגן וואס עס גליסט זיך נאר, אריינגערעכנט רופן צו גוואלדטאטן קעגן אידן, און סיי וואו מ’וויל נאר, אריינגערעכנט דעם פאדיום פון דעם ישראל-פארלאמענט.

נו, אז כאנין זאאבי מעג אינעם כנסת העצן קעגן ארץ ישראל און אידן, מעגן די לינקע אויך רעדן. אבער אויב זיי וואלטן פארמאגט אביסל דרך ארץ כלפי זיך און דעם אייגענעם געוויסן, וואלטן זיי געלאזט אפשרייבן א מאניפעסטא און דערקלערן אז זיי האבן די אלע יארן געלעבט אין א טעות. אויב נישט דאס, כאטש מודה זיין אז די צייט איז אַרויסגעוואקסן פון דער לינקע אידאלאגיע און ס’איז צייט זי איבערצולאזן.

Read more


פארוואס באשליסט א סאטמארער צו ווערן א ציוניסט?

Why a Satmar Hasid decides to become a Zionist?

פֿון ואיה וענה

איר האט שוין מסתמא געהערט מענטשן פרעגן די קשיא, פארוואס יעדער סאטמארער וואס „עפנט זיך אביסל דעם קאפ‟ ווערט גלייך א ציוניסט? לאמיר זאגן אז א סאטמארער ווערט אנטוישט פונעם עקסטרעמען חינוך אין זיין סביבה, איז פארוואס זאל ער זיך נישט גיכער אנקלעבן אין די אנטי-ישראל׳דיגע ווינטן וואס הערשן צווישן ליבעראלע? אליין בין איך נישט איבערצייגט צי ס׳איז טאקע אזוי, ווייל צום באדויערן זענען דא אזעלכע וואס פארלאזן פשוט דעם אידישן וועג, און קיין שום אידישע זאך אינטערעסירט זיי נישט, אבער ס׳קען דאך זיין ריכטיג צו זאגן אז יענע וואס בלייבן געטריי צו אידישקייט ווערן סוף כל סוף ציוניסטן. פארוואס איז דאס אזוי?

Read more


וואס קען מען טאן: כהנא איז פארט גערעכט געווען

What Can You Do: Kahane was Right

פֿון בן זומא

הרב מאיר כהנא, וועלכער איז דערמארדעט געווארן דורך אן אראבער מיט א 25 יאר צוריק, האט אין זיינער צייט אומאויפהערליך גערופן ארויסצואווארפן די אראבערס פון ארץ ישראל. כהנא האט א סך ארומגעארבעט מיט דעם געדאנק. זיין ענדגילטיגער הסבר איז געווען אז די אראבער ווילן נישט קיין אידן, קיין אידישן עסטאבלישמענט, אין ארץ ישראל און דערפאר איז א צוזאמלעבן מיט זיי אוממעגליך.

כהנא איז פארשריגן געווארן אלס פאשיסט, ראסיסט, און וואס נישט. וואספארא מין עסק איז דאס, צו נעמען א גאנצע גרופע מענטשן און זיי ארויסשטויסן פון לאנד? ער האט געכאפט פון רעכטס און לינקס, און לבסוף איז ער, ווי אויך די פאליטישע „כך” פארטיי וואס ער האט געגרינדעט אין ישראל, דעלעגאליזירט געווארן.

Read more