ווידעראמאל בלאזן די וועלט-ווינטן פון יענער אומהיימליכער ריכטונג, וואס ברענגען אן שווארצע וואלקנס און זאגן אן נישט-גוטע בשורות.
די וועלט פלאגט זיך מיט צרות; א בייזע קולטור, וואס האט אנגעהויבן ארויסשטעקן דעם קאפ פונעם הייל וואו זי האט זיך געפונען פאר עטליכע הונדערט יאר אין רעלאטיווער שטילקייט, שפייט בלוט און פייער.
און אידן, וועלכע זענען אויף אן אומראציאנאלן אופן פארוואנדלט געווארן אינעם עיקר און ערשטן צילברעט פון דעם דאזיגן שונא דער מענטשהייט’ס, ווערט צוביסלעך גאר פארוואנדלט אינעם שולדיגן.
איסלאם יאגט זיך אויף אייראפע און דראעט צו פארשוועמען דער מערב-וועלט אין א טייך פון בלוט, און די פוילע, אומבאהאלפענע אייראפעער טייטלען מיט’ן פינגער אויף ארץ ישראל.
פארוואס ארץ ישראל? מסתמא, ווייל דארט האט זיך דער קאנפליקט אנגעהויבן. אויב דארט, אינעם און ארום דעם אידישן לאנד, האט זיך אנגעהויבן דער קאמף מיט’ן איסלאם, איז א סימן אז דארט שטעקט די שולד. ווען צוויי צדדים שלאגן זיך, איז דאך איינער פון די צוויי שולדיג – אדער מער שולדיג. מיט’ן איסלאם קען מען נישט פארהאנדלען; יענע זענען ווילד-פאנאטיש און פול מיט רציחה-לוסט. דער איד איז אבער איידל און יושר’דיג און פרואווט זיך פארענטפערן, דערקלערן, אונטערשטרייכן ווי טיף ער וויל שלום און מנוחה, פאר זיך און יענעם. נו, אויב יענער וויינט און שרייט און דער אנדערער פארטיידיגט און פארענטפערט זיך, איז דאך פשט אז דער וויינער איז אומשולדיג און דער שטארקער וואס הערט נישט אויף זיך פארענטפערן איז דער אגרעסאר וואס דארף אפגעשטעלט ווערן.
אזוי גאלאפירט דער איסלאמישער שד, איינגעוויקלט אין א ווייסן פעל, פאראויס אין זיין טויטן-מארש. דער אימפעט, געטריבן פון כיטרען שקר, באקומט אלץ מער מאמענטום און קראפט פון א ליבעראלער, נאאיוו-אויבנאויפיגער וועלט וואס ווישט זיינע טרערן און באשרייט דעם “שולדיגן” איד – בשעת דער וויינענדער אראבער שטעכט און שיסט דעם זעלבן וואס נעמט זיך אן אויף זיין “קריוודע” און רופט צו באיקאטירן דעם אידישן לאנד.
ס’איז זייער שווער אריינצוקריכן אין דעם אייראפעאישן קאפ. שווער צו פארשטיין, אבער גרינג צו באנעמען. ס’איז גרינג צו כאפן דעם אייראפעאישן מהלך, ווייל גענוי אזוי האט דער קאנטינענט זיך אויפגעפירט מיט א זיבעציג יאר צוריק, ווען די וועלט האט זיך געטראפן שטיין פנים אל פנים מיט דער נאצישער סכנה. אויך דעמאלט, פונקט ווי היינט, האבן די אייראפעאישע לענדער זיך אוועקגעדרייט דעם קאפ נישט צו זען די אנלויפנדע געפאר. אוועקגעדרייט דעם קאפ און פארשטעלט די אויגן, אבער אוודאי האט ער נישט פארגעסן צוצושטאפן די אויערן. אייראפע האט באשלאסן נישט צו זען וואוהין היטלער ווענדט די אויגן זיינע און אז דער פלאן פון אייננעמען די וועלט, וועלכן ער האט קלאר פארשריבן, האלט אט ביים געלאזט ווערן אין גאנג. געהערט די קולות וואס יענער שרייט, אז די אידן זענען אין אלעם שולדיג, דאס האט אייראפע אויסגעקליבן יא צו טאן. אייראפע האט געהערט און מיטגעשריגן: דער איד איז שולדיג. די שנאה צום איד וואס האט געברענט אין אייראפע אין די יארן ערב דער צווייטער וועלט-מלחמה איז געווען שרעקליך. ס’איז גארנישט בעסער געווארן אפילו נאך דעם וואס היטלער האט אונטערגעצינדן אייראפע און אלע האבן קלאר געזען אז דער מאנסטער וויל פונקט אזוי אייראפע ווי דעם איד.
דער היינטיגער מאנסטער, מוכאמאד’ס דינער, וויל דאס זעלביגע: אייננעמען די וועלט. ער וויל דאס זעלביגע און זינגט דעם אייגנטליכן ניגון: דער איד איז אין אלעם שולדיג. זאל זיין א וועלט בלי אידן, וועט אלעס זיך זעצן אין פלאץ, און שלום און מנוחה וועלן זיך אומקערן. און דער נאאיווער אייראפע, וועמען דאס איינגעבירגעטע פחדנות לאזט נישט הערן דעם אומבא’טעמ’טן אמת, שאקלט צו צום טאקט. ער פויקט מיט די פעטע, אנגעגעסענע הענט צום ריטם פון א ניגון וועמענס צווייטער פאל זינגט אויס דעם חורבן פון דער גאנצער פרייער וועלט.
ווי נאריש און זעלבספארפירעריש דארף מען זיין נישט צו זען אז דער איד, וועמען דער אראבער האסט אזוי, שטייט אויפ’ן פראנט פון א קאמף וואס ווערט געפירט קעגן דער פרייער וועלט. שטיץ דעם איד, נארישער אייראפע, ווייל אויב ער וועט נישט פארהאלטן דעם איסלאם וועט יענער גאר שנעל ברענגען דעם קאנפליקט צו דיינע ברעגעס. און דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט.
היסטאריע, זאגט די וועלט, האט א טבע פון זיך כסדר איבער’חזר’ן. וויאזוי באווייזט די פארגאנגענהייט זיך איבערצושפילן? פארוואס לערנט די וועלט נישט איר לעקציע פונעם אמאל? ווייל די מענטשהייט, לויטעט דער זעלבער זאג, האט א קורצן זכרון. ס’איז אבער נישט נאר דער זכרון וואס איז פעלערהאפטיג, נאר עס פעלט דער מענטשהייט אויך א היפש ביסל “בינה” – די אייגנשאפט פון דרינגען איין זאך פון אן אנדערער, שוין-אוועקגעשטעלטן פאקט. זי שטייט אויף דער וואך קעגן נאציס און האקנקרייצן, אבער כאפט זיך נישט אז יענע זענען שוין לאנג נישט רעלעוואנט. דער באוואפנטער, אגרעסיווער אריער שלאנג איז שוין צעטראטן. דער יעצטיגער שונא וויינט אויף מכלומרשטע קריוודעס, רעדט וועגן שלום און פאדערט עלעמענטארע מענטשליכע רעכטן. וויינט און מאנט, איז ער אבער א שלאנג וואס בייסט די וועלט. פאראן איין קליין לענדל, א פיצל פאלק, וואס האלט אים צוריק פון דערשטיקן די וועלט. שטעלט זיך א וועלט צווישן איד און אראבער, און פארשרייט דעם איד.
א שאד, אבער פארפאלן. עס וועט די וועלט פלאקערן, נאך אין אונזערע צייטן. ארץ ישראל, באוואפנט מיט א געטליכער הבטחה, וועט נישט פארברענט ווערן, הגם הייסע בריען וועט זי, ווי עס זעט יעצט אויס, יא כאפן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.