Yiddish with an Aleph

ציוניזם ווי אַן אָפּצווײַג פֿון חסידות

Zionism As a Branch of Hasidism

פֿון ב. חסיד

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

שלאגן כפרות מיט די גוים?

איך האב באזוכט לעצטנס א פארק אין דער גרויסער ניו יארק, וואו כ׳האב עטליכע מאל געדארפט צוגיין צום אויטא ברענגען עסן אדער טרינקען פאר די קינדער. וויבאלד ס׳איז געווען אן עלעקטראנישער טויער ביים אריינגאנג וואס האט זיך אויטאמאטיש פארקלאפט, האב איך געדארפט ווארטן ביז אן ארבעטער וועט עס עפענען פאר מיר, אבער יענער האט מיר געוויזן וויאזוי איך קען עס אליין עפענען דורכ׳ן דרוקן אן אייזערנעם קנעפל איבערן טויער. דערווייל איז געווען באשערט אז יענער ארבעטער זאל זיך אהיימגיין, און איינע אן אויפזעערין וואס האט דערזען ווי איך עפן דעם טויער דורכ’ן קנעפל איז געווארן ברוגז אויף מיר.

איך האב געבעטן אנטשולדיגונג פון דער אויפזעערין, נאר כ׳האב כאטש אויסגעקלארט אז מיין האנדלען איז געווען לויט די אנווייזונגען פון אירס א קאלעגע. זי האט געקוקט אויף מיר קאלט און געזאגט, „דאס איז א ליגן. קיינער האט דיר נישט געזאגט אנצורירן דאס קנעפל‟. איך בין פאר׳חידוש׳ט געווארן פון אט דער חוצפה און איך האב געפילט א דראנג צו איבערווייזן מיינע ווערטער, אבער זי האט מיט א פארזיגלטן פנים איבערגעזאגט דעם זעלבן פסוק אז איך בין א ליגנער. ס׳האט נישט געהאט מער קיין טעם זיך איינצו’טענה׳ן און איך בין אוועק פון דארט ברוגז׳דיג אויף איר האנדלונג קעגן מיר. א היימישער איד וואס איז געשטאנען דארט האט זיך געוואונדערט פארוואס כ׳האב עס גענומען צום הארצן. א כפרה מיט דער שיקסע…

דאס האט מיך דערמאנט אין אן אנדער פאל מיט צען־פופצן יאר צוריק, ווען איך האב אלס בחור שפאצירט מיט א חבר אויף א גאס אין אייראפע אין א פרייטאג נאכמיטאג. מיטאמאל האבן מיר ביידע דערפילט א זעץ אויפ׳ן גענאק פון הינטן. מיין הוט איז אראפגעפאלן אויף דער ערד און א שרעק איז מיך באפאלן. איך האב גארנישט געטראכט וועגן דעם זעץ, נאר גיכער וועגן דעם וואס גייט קומען ווייטער. איך האב געציטערט אז דער זעץ איז נאר דער ערשטער און ס׳וועט באלד נאכקומען נאך. דערווייל האב איך געזען ווי דער שלעגער שפאצירט זיך ווייטער אין גאס כאילו ס׳וואלט קיין זאך נישט פאסירט. ער האט זיך אפילו נישט אויסגעדרייט צו זען וויאזוי מיר האבן עס אנגענומען. אין יענער געגנט בין איך געוואוינט געווען צו הערן זידלערייען קעגן אידן, אבער צו כאפן א פאטש איז מיר געווען א חידוש.

דער חבר וואס האט שפאצירט מיט מיר איז געווארן אנגעצונדן מיט כעס, ער האט זיך קוים געקענט בארואיגן פון דעם אנפאל. מיר זענען אריין אין א געשעפט איינקויפן אפאר פלעשער געטראנקען אויף שבת, און ווען מיין חבר האט געהאלטן דאס פלאש אין דער האנט האט ער גערעדט מיט פארביסענע ליפן: „ווען איך וואלט דאס פלעשל פריער געהאט אין האנט, וואלט איך יענעם שייגעץ צוריקגעגעבן אין קאפ מיט דעם‟. מיר איז זיין כעס פרעמד געווען, איך האב בכלל נישט פארשטאנען אויף וואס ער איז אזוי צעהיצט. איך האב געדאנקט גאט וואס איך בין אפגעקומען מיט בלויז איין פאטש און אז איך בין נישט געבליבן ליגן א צעבלוטיגטער אויף דער ערד. איך האב נישט געפילט קיין כעס און אודאי נישט קיין דערנידערונג.

יעצט האב איך פרובירט צו פארגלייכן יענעם פאל, ווען א פאטש פון אן אנטיסעמיט האט מיך נישט בארירט, צו דעם יעצטיגן פאל ווען כ׳האב געפילט א דערנידערונג פון דעם וואס עמיצער האט נישט געגלייבט מיינע ווערטער. אין יענע יארן אלס בחור האט זיך מיר געדאכט אז א גוי איז נישט קיין מענטש; אז ס׳כאפט אים אן צו שלאגן שלאגט ער, און ס׳האט נישט קיין זין זיך צו פילן אויפגערעגט. היינט אבער גלייב איך מער נישט אזוי און איך דערווארט אז יעדע באגעגעניש מיט מענטשן, איד ווי גוי צוגלייך, זאל זיין א מענטשליכע באגעגעניש. ווען איך זאל היינט כאפן א פאטש פון אן אנטיסעמיט איז א סברא אז דאס בלוט וואלט אין מיר געקאכט. איך וואלט אפשר, פונקט ווי מיין חבר, געוואלט יענעם צוריקגעבן אין קאפ.

מאקס וויינרייך, אינעם ערשטן באנד פון זיין „געשיכטע פון דער אידישער שפראך‟ (אינעם דריטן קאפיטל), שרייבט אז דער אופן ווי אידן זענען דורכגעקומען די צרות פונעם מיטלעלטער, אן דעם וואס זיי זאלן ווערן פסיכיש צעקלאפט, איז געווען דורכדעם וואס אידן האבן אנגעקוקט די אנפאלן פון גוים ווי נאטור קאטאסטראפעס. דאס הייסט אז די אנפאלער זענען געווען חיות אין די אויגן פון אידן, זיי האבן פארשטאנען אז מ’קען גארנישט טון צו דעם, אמאל איז רואיגער דער מצב צווישן חיות, און אמאל — נישט. אויב וואלטן די אידן נישט געהאט אזא בליק איבער גוים, איז א סברא אז זיי וואלטן נישט געקענט איבערלעבן די שווערע צרות, צוליב דער שווערער דערנידערונג וואס זיי זענען אויסגעשטאנען פון אנדערע מענטשן.

***


השפעות פון ציוניזם…

דא האב איך מיטאמאל דערזען וואס ציוניזם האט מיט מיר געמאכט, אדער אפשר גאר וואס ס׳האט מיך לכתחילה געברענגט צום ציוניזם. דער פרינציפ פון ציוניזם איז צו אנערקענען דעם צלם אלקים וואס געפינט זיך אין יעדן מענטש, ס׳הייבט זיך אן מיט דער אמונה און דער אוניווערסאלקייט פון גאט איבער דער גאנצער בריאה. אודאי איז דאס א יסוד אין יהדות, און חסידות האט נאך ווייטער אונטערגעשטראכן די געטליכע ניצוצות וואס געפינען זיך אין יעדן אביעקט, אבער אין דער ציוניסטישער אידעע האט זיך אפגעשפיגלט דער געדאנק אינעם עולם המעשה. דער ציוניסטישער איד האט מער נישט געקענט פילן ווי א פאטש פון א גוי איז גארנישט. וויבאלד ס’איז דער פאטש פון א מענטש, ציפט זייער שטארק!

אין זיין „אויטא־עמאנציפאציע‟ שרײבט פינסקער וועגן דעם שפאטישן בליק וואס אידן האבן אין די אויגן פון די גוים ארום ווען זיי פארשווייגן זייער דערנידערטן מצב. פינסקער האט אויף אן אמת געפילט דעם ציפ ביזן זיבעטן ריפ פון זיין נשמה. אחד העם שרייבט מיט ווארעמע ווערטער וועגן דעם ערשטן ציוניסטישן קאנגרעס אין דער שטאט באזל. ער איז געווען קעגן דעם געדאנק פון קאלאניזירן ארץ ישראל מיט א שנעלקייט, אבער ער איז געווען באגייסטערט פונעם כבוד וואס דאס אידישע פאלק האט מיטאמאל באקומען צווישן ארטיגע גוים. הערצל אליין דערציילט וועגן די שאלונגען וואס די שווייצער גוים האבן ארויסגעלאזט אין כבוד פון די אידן וואס זענען זיך צוזאמגעקומען אינעם קאנגרעס, און דאכט זיך אז ער שילדערט ווי זיינע אויגן זענען געווען פייכט פון טרערן. מיינע אויגן זענען זיכער פייכט געווען בשעת׳ן ליינען.

מיר דארפן אנזען אין דער גוי’שער וועלט? יא, מיר דארפן עס. צי הייסט דאס אז מיר ווילן זיין א „גוי ככל הגוים‟ (א סעקולער פאלק ווי אלע פעלקער)? אינגאנצן נישט. נאר דאס הייסט אז מיר גלייבן אינעם מענטשליכן פינטעלע וואס פילט אן אלץ און אלעמען, און אז ווען גאט האט אונז אויסגעקליבן צו זיין דער עם הנבחר האט ער נישט געמיינט דערמיט צו איגנארירן די איבריגע טויזנטער פעלקער אין דער וועלט. יעדעס מאל וואס איך זע בילדער פונעם פרעמיער־מיניסטער נתניהו, אדער ווען איך זע אויפ׳ן אינטערנעט א מלכות׳דיגע פאראד מיט מוזיק און רויטע טעפיכער וואס מ׳האט צוגעגרייט פאר’ן נשיא, רובי ריבלין, אין דעם ווייטן רוסלאנד אדער פראנקרייך, וואקסט מיר דאס הארץ.

ס׳מאכט זיך מיר אומווילנדיג דעם היסטארישן חשבון וואס מיר האבן געהאט מיט די פעלקער, און ס׳ווילט זיך נישט גלייבן וואו אהין מיר זענען אנגעקומען.

ווען מ׳קומט צווישן מענטשן פון פארשידענע הינטערגרונטן איז עס נישט ווי אן אנשטויס פון אנדערע פלאנעטן (פארשטייט זיך אז דאס ווארט „גויים‟ איז זייער ברייט, צווישן דעם זענען דא אלע מינים מענטשן), אפילו ווען מ׳גייט ארויס מיט בארד און פיאות, ווייל מ׳איבערצייגט זיך גענוג שנעל אז דאס וואס פאראייניגט אונז איז טיפער פון דעם וואס צעטיילט אונז. פון דער סאמע אידישקייט וואקסט ארויס די אייגענע מענטשליכע שטאלץ, וועלכע מאכט אונז גליקליך צו זיין א טייל פון דער מענטשהייט. ס׳איז איראניש אז דאס איז אויך דער יסוד וואס ברענגט אויף געפילן פון נקמה קעגן שונאים, אבער די פראגע איז וועלכע פון די צוויי וועגן איז בעסער. מוז מען טאקע גלייבן אז די גאנצע וועלט איז א באנדע מיט חיות?

א גאולה פאר דער נשמה

א סאטמארער חבר זאגט מיר אפט: „אלה ברצחנימו ואלה בנצחנימו‟, די גוים הערן נישט אויף מיט זייערע רציחות, אבער די ציוניסטן פון זייער זייט הערן נישט אויף צו וועלן געווינען…‟ הייסט עס, ס׳איז א נארישקייט צו קעמפן קעגן אזעלכע „וואס זענען סיי ווי נישט קיין מענטשן‟. איך האב שוין געהערט ענליכע ווערטער אויך פון א ליבעראלן איד, אז די אראבער (אדער גאר די וועלט פון מדינות בכלל) זענען כראנישע רוצחים, און די אידן וואלטן דערפאר נישט געטארט אריינטרעטן אין דער אינטערנאציאנאלער ארענע.

איך בין אבער זייער נישט מסכים מיט אזא בליק. יעדער מענטש האט די מעגליכקייט צו שטייגן, און אויב ווערט מען צעטרעטן פון אנדערע איז עס אויך א מענטשליכע פליכט זיך צו פארטיידיגן. דאס הייסט נישט אז מ׳דארף זיך אמפערן מיט אנדערע אויף מאטעריעלע שטותים, נאר איך מיין ממשות׳דיגע פראגעס פון לעבן און טויט. די וואס זאגן אז אראבער זענען כראנישע רוצחים האבן קיינמאל נישט געהאט קיין אינטימען שמועס מיט אן אראבער. איך האב שוין געהאט לענגערע פריינדשאפטן מיט „געשוויסטער־קינדער‟ פון ארץ ישראל וועלכע האבן מיך איבערצייגט אז די אראבישע באפעלקערונג איז נישט ווייניגער מענטש.

בקיצור, דער ציוניסטישער קוק אויף דער וועלט איז אין תוך גערעדט א המשך פון חסידות, און אויך דער פאלקסטימליכער צוגעלאזענער בליק איבער אידן איז פריער אונטערגעשטראכן געווארן דורך די גרינדער פון חסידות. הרב יהושע יוסף פרייל, פון די שטארקע קעגנער צו דער ציוניסטישער באוועגונג אין אירע בראשית יארן, שרייבט קעגן דעם וואס די ציוניסטישע שרייבער דערוועקן געפילן פון ווייטאג אויפ׳ן גלות. „וואס וועט זיין אויב דער ציוניסטישער פראיעקט וועט נישט געלונגען?‟ פרעגט הרב פרייל, „מיר וועלן דעמאלט נישט האבן מער גענוג כח צו שלעפן דעם גלות, צוליב דעם טיפן צער וואס זיי האבן דערוועקט אין אונז אויף דעם וואס מיר ווערן אזוי גע׳רודפ׳ט.‟ הרב פרייל שרייבט אז צוליב דעם חשש האבן חז״ל גע׳אסר׳ט צו זיין אקטיוו אין פראיעקטן פון גאולה, וויבאלד די פסיכאלאגישע סכנה פון א דורכפאל איז זייער גרויס.

איך פארשטיי דעם זארג פון הרב פרייל, אבער אט דער טיפער צער וועגן וועלכן ער רעדט שטאמט פון א גונסטיגן בליק איבער דער מענטשהייט, און דערפאר בין איך גליקליך וואס דער ציוניסטישער פראיעקט איז געקרוינט געווארן מיט הצלחה. ס׳איז אמת אז ווי נאר מ׳הייבט אן זען די ארומיגע וועלט מיט א מענטשליכן בליק איז א הכרח אז מ׳זאל ליידן געפערליכע גייסטישע יסורים אין גלות, אבער דאס איז א זייטיגע רעזולטאט פון א מאראליש־לאגישער מסקנא. די נייע צייט האט אייגנטליך שווער געמאכט צו זען דעם גוי אינעם אלטן מאדעל, וויבאלד די שכנים פון אידן זענען מער נישט קיין פויערן און בארבארישע היידאמאקן, נאר אינטעליגענטע און ציוויליזירטע מענטשן. דאס הייסט אז היסטאריע האט געפאדערט א תשובה פאר דעם אידישן גלות, און היסטאריע ווייסן מיר דאך איז די האנט פון גאט.

פונקט ווי דער „פראבלעם פונעם גלות‟ איז געווארן שארפער אונטער דער השפעה פון א הומאניסטישן בליק אויף דער וועלט, אזוי איז אויך „דער ענטפער צום פראבלעם‟ געקומען פון דער אנערקענונג. ווען מ׳גלייבט אז די מענטשהייט איז נישט מער ווי א באנדע חיות, שוואכט עס אפ די אייגענע כוחות. אבער ווען מ׳גלייבט אז די מענטשהייט האט א חשיבות ווערט מען אליין אנגעפולט מיט אינספיראציע און השראה. די טויזנטער לידער וואס זענען געשריבן געווארן אויף אידיש און העברעאיש דורך די ציוניסטישע שרייבער, זענען אלע אן עדות צו א ספיריטועלער דערוואכונג. די אפקלאנגען פון טרומפייטערס וועלכע שניידן דורך די נאטן פון ציוניסטישע לידער דערהייבן די נשמה, זיי איבערצייגן דיך אינעם כח פונעם מענטש, אינעם כח פונעם איד, און זיי שווערן דיר אז מ׳קען אפילו הויכע בערג איבערקערן מיט די אייגענע פינגער.

וואס איז נאך מער אידיש פון דעם? פונקט ווי א פעלד וועלכע פוסטעוועט אין שמיטה און גיט דערנאך ארויס א דאפלטע ברכה ביים וואקסן, אזוי האט דאס אידישע פאלק זיך צעגאסן מיט ענערגיע נאך א צוויי טויזנט יאר פון גלות.

די ליבשאפט צום מענטש און צום איד האט זיך געמישט מיט דער ליבשאפט צום לאנד פון די אבות; די ליבשאפט צום לאנד האט זיך געמישט מיט בענקשאפט צו נאטור, צו פעלד־ארבעט און צו די געוויקסן ארום און ארום. מיט איין ווארט, א תנ״כ׳ישער סענטימענט אין יעדן אספעקט פונעם לעבן. מיט אט דער אייביגער בענקשאפט האט זיך די חסידישע טעאריע פארקערפערט אין די ציוניסטישע אקעראייזנס און געברענגט א מהפכה אינעם אידישן פאלק. פיל מער ווי די מדינה האט אויסגעלייזט אידן אינעם פיזישן זין, האט אונז די אידעאלאגיע פון ציוניזם אויסגעלייזט אינעם גייסטישן זין.