מיר זענען היינט געוואוינט אז דער סימבאלישער מענליכער מאדעל פון קליידונג און אויסזען איז גאר אנדערש ווי דער סימבאלישער פרויאישער מאדעל. דאס זעען מיר פון די בילדער און מאדע אילוסטראציעס פון די לעצטע צוויי הונדערט יאר אין די מערב וועלט, און אט זענען עטליכע ביישפילן פון אפעציעלע מאדע חילוקים צווישן די צוויי מינים:
דער מאן: געקליידעט שווארץ אדער מילדע קאלירן.
דער פרוי: בעיקר קאלירט, געווענליך מיט מער שרייעדיגע קאלירן.
מאן: הויזן
פרוי: שעסל (סקורט). און צומאל שטרימפ.
מאן: פלאכע שיך
פרוי: אויפגעהויבענע שיך (הויכע אפֿצאסן)
מאן: קורצע האר מיט א הוט
פרוי: לאנגע אדער געפלאכטענע האר, אדער טיכל און טורבאן.
מענער: (כמעט) אן צירונג
פרוי: מיט צירונג.
איז עס אבער שטענדיג אזוי געווען איבעראל? ברור אז נישט!
אינעם אמאליגן מיטל מזרח און אפילו ביז לעצטנס זענען אויך מענער געגאנגען קאלירט. (ביי די אידן זעט מען עס בלויז ביי רבי’ס און קאבאליסטן, אדער א קליינע צאל בוכארן, ירושלמיס אדער תימנים וועלעכע ווילן נאך אנהאלטן זייער אלטע טראדיציע). לויטן תלמוד פלעגן די בני ארץ ישראל, סיי מענער און סיי פרויען, גיין ווייס געקליידעט (לכל הפחות אום שבת).
כידוע זענען אין די אור אלטע צייטן סיי מענער און סיי פרויען געגאנגען מיט לאנגע געוויקלטע אויבערמאנטלען ביז דער ערד ביי חגיגות’דיגע מעמדות (עכ”פ ביי אידן, און ביי די פערסן אפילו אויפן שלאכט פעלד. ביי די מצרים און ביי די רוימער און גריכן איז יא געווען א שטיקל חילוק, אבער בלויז אין די לענג). די ביבלישע „מכנסיים‟ מיינט גאטקעס וואס איז א פריוואטער לבוש אונטערן אויבערמאנטל.
אין די אור אלטע צייטן זענען בלויז רייכע לייט אדער סאלדאטן אדער כומרים געגאנגען אין שיך, בעת דער פשוט’ער פאלק, מענער און פרויען זענען געגאנגען בארוועס אדער סאנדאלן. שטעקשיך האט זיך אנגעהויבן ביי מצרישע און פערסישע כומרים אדער הארן (מענער), און אין טייל זומפיגע פלעצער איז עס געווען איינגעפירט ביי מענער און פרויען צוגלייך. שטעקשיך אלס סטיילישער שיך מיוחד פאר פרויען איז ערשט איינגעפירט געווארן אין איטאליע מיט 500 יאר צוריק.
אין יענע צייטן (לויט די אמאליגע בילדער און סטאַטועס) איז לאנגע האר ביי מענער געווען זייער פארשפרייט, אריינגערעכנט ביי אידן (חוץ די סאלדאטן). און די עליטע איז געגאנגען מיט טיכלעך אדער טורבאנס אזויווי די פרויען. אפילו א פאה נוכרית [פּאַרוק] איז געווען גאר אן אנגענומענע זאך ביי מענער. ווי אין עגיפטן — וואו ביידע מינים האבן זיך געשוירן און געטראגן שייטלען. אויך די ענגלישע שופטים אין די מיטל אלטער פלעגן טראגן א פאה נוכרית ווי אַ סימן פון שטרענגקייט.
אין רוב מדינות זענען נישט געווען קיין חילוק צווישן מענערישע קאלירן און פרויאישע. אין ארץ ישראל, צום ביישפיל, זענען אלע אין די טעג פונעם צווייטן בית המקדש געגאנגען בעיקר ווייס אין די חגאות, סיי מענער און פרויען. די עליטע, סיי מענער און סיי פרויען, זענען געווען די וואס האבן געטראגן שרייעדיגע קאלירן, בעת די ארימע האבן געטראגן טונקעלע אדער פשוטע קאלירן (וואס היינט הייסט עס, מענעריש…). מיר זעען נאך היינט אין די אור אלטע בתי מדרשים אין מענער שיל (ספעציעל ביי די ספרדים) ביי די טעפיכער און פרוכת’ן, סיי שארפע קאלירן (רויטליך) און סיי מילדע (בלויליך ברוינליך), סיי טונקעלע און סיי ליכטיגע, און אפילו ראזע (זעט למשל דער סורינאמער שיל). און אזוי זעט מען אויך עד היום אין די אינדישע און אנדערע מזרח טעמפלען.
מענער זענען שטענדיג געגאנגען מיט פינגערלעך און אנדערע צירונגען, ספעציעל די מלכים ושרים. תכשיטים פאר מענער ווערט אפילו דערמאנט אין שולחן ערוך אין הלכות שבת.
פארפומען און מעיקאפ [קאָסמעטיק] און איבערגעטריבענע פוצעריי האבן שוין יא געהערט צו דער פרויאישער לאגע ביי טייל פעלקער, אבער פארט איז עס נישט איבעראל געווען טאבו פאר מענער.
און לאמיר נישט פארגעסן פון אנדערע געפירעכצער: פרויען האבן אמאל געטרונקען וויין פונקט ווי מענער, און די אינדיאנער פרויען פלעגן רויכערן פאר טויזנטער יארן פונקט ווי מענער. אויך פלעגן מייעסטעטישע פרויען רייטן אויף פערד מיט פּראַכט, און אויף אייזלען און קעמלען פאר זייערע רייזעס.
לכאורה זענען טענץ און אנדערע קונסט אויסדרוקן נאך נישט אנטוויקלט געווארן לויטן געשלעכט.
מיינט עס אז עס איז נישט געווען קיין חילוק צווישן מענערישע מלבושים און פרויאישע?
געוויס איז געווען א חילוק! נישט אימזיסט געפינען מיר דעם באגריף פון „קראס-דרעסינג‟ אין די אלטע ליטעראטור, ווי אין די מוסלעמענער טעקסטן אדער קריסטליכער ברית החדשה, און פארשטייט זיך אין דער תורה מיטן איסור: לא יהיה כלי גבר על אשה, א מאן טאר זיך נישט אנטאן די קליידער פון א פרוי.
אבער דאס זענען בעיקר געווען חילוקים פון אן אנדערן סארט. עס זענען געווען מענערישע צירונגען און פרויאישע; מענערישע לאנגע האר, און פרויאישע לאנגע האר (טייל מאל געפלאכטן), און ווי דער ספרי (חז”ל’ישער פירוש אויף ספר ויקרא) דערקלערט דעם תורה’דיגן פארבאט אויף „קראס דרעסינג‟: שלא ילבש איש שמלת אשה… ואשה שמלת איש… דאס הייסט אז ביידע האבן „פֿרויאישע‟ קליידער, נאר אביסל אנדערש.
אבער דער פאקט אז די קולטורעלע חילוקים זענען געווען אזוי סובטיל, צייגט אז דער אונטערשיד צווישן מענער און פרויען האט זיך נישט אויסגעדריקט דורך קולטור, ווייל דער חילוק צווישן מנהגי נשים וגברים איז נישט געווען אזוי איינדרוקספול, נאר זייער אונטערשיד האט זיך אויסגעדריקט דורך זייער נאטורליכן כאראקטער און פאזיציע. דער מאן האט געדארפט שפילן די ראלע פון א שטארקער אנטשלאסענער פערזאן, וואס דאס איז געקומען נאטירליך דורכן זיין א מיליטער מאן, און די פרוי — די ראלע פון א שוואכער און דעליקאטער, וואס איז אויך געקומען נאטירליך דורכן פארשוואנגערן. אבער קולטור אויסדרוקן איז געווען כמעט אייניג, און דער מאן האט נישט געדארפט אויסזען אזוי מענעריש, און די פרוי — נישט אזוי פרויאיש.
ווארשיינליך האט די מאסן פראדוקציע עפאכע גורם געווען צו דער עקסטרעמער פינאנדערשיידונג צווישן די צוויי מינים, בעיקר דורך די מאדע אינסטיטוציעס, און ס׳האט אויך געשפילט א ראלע די „נאפאליאן קריג‟, ווייל דעמאלט איז דער סאלדאט געווארן דער מאדעל פון א מאן.
אפילו היינטיגע טעג ווען פרויען פירן זיך לכאורה „מענעריש‟, טראגן הויזן, קענען אויפכאפן רייכערן פונקט ווי מענער, פירן א קאר וכו’ איז עס אבער בעיקר מיטן דעמאסטרירן דעם פרויאישן כח און פרייהייט, דאס הייסט, אויפצולייזן די דיסקרימינאציע. די פרויען האבן זיך טאקע „פארמענערט‟ מיט זייער זיכערקייט און פרייהייט, אבער אין קולטור איז לכאורה דער שפאלט גרעסער ווי אמאל, ווייל אפילו די טייל קליידער און מנהגים וואס זענען צוריק געווארן די זעלבע ווי מענער, ווערן פארגעשטעלט מיט געפאמפטע פעמיניזם וואס איז אמאל ווארשיינליך נישט געווען.
קען זיין אז די היינטיגע עקסטרעמע סימבאלישע צעטיילונג צווישן דער מענערישער קולטור וועלט און דער פרויאישער קולטור וועלט איז נישט נאטירליך, און די ביידע טענדענצן, די אזוי גערופענע פרויאישע און די אזוי גערופענע מענערישע, געהערן צו ביידע מינים.
אפשר דארף מען געבן די געלעגנהייט פאר מענער זיך צו „פארפרויען‟ און פאר פרויען זיך צו „פארמענערן‟, און דאס וועט אפשר אפהאלטן די נייגונג ביי טייל פון וועלן מאכן די טוישונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.