אין די לעצטע טעג האט זיך ארומגעדרייט א קליפ פון א מנהל אין א חדר אין קרית יואל, וואס האט געשמועסט מיט א קינד אין זיין ביורא במשך א שטיקל צייט. דער אופן וויאזוי דער מנהל האט געהאלטן דאס קינד פיזיש נאנט צו זיך האט ארויסגערופן חשש צי ס’איז נישט געשטאנען שלעכטע מאטיוון הינטער דער נאנטשאפט. כאטש איך בין מסכים אז די סצענע האט אויסגעזען מאדנע, בין איך ביי דער מיינונג אז די פרשה איז בעיקר א ביישפיל פון מיספארשטענדעניש צווישן קולטורן, און ס’צייגט אויף א שוואכקייט אין דער ליבעראלער וועלט זיך צו באפאסן מיט געזעלשאפטליכע פחדים אויף א מענטשליכן און ערוואקסענעם אופן.
דאס מענטשליכע לעבן איז פול מיט סכנות אויף יעדן טריט און שריט, אבער כדי צו קענען פונקציאנירן ווי א נארמאלע געזעלשאפט מוז מען ביי זיך באשטימען אויף ווי ווייט מ’וויל נעמען די חשדות קעגן מענטשן. לאמיר נעמען א ביישפיל פון דעם אנשיקעניש וואס רופט זיך טעראר, מיר האבן זיך אלע דערוועקט אינעם עלפטן סעפטעמבער צו א נייער רעאליטעט פון אן אומזעבארן שונא וואס קען זיך אין א שיינעם טאג אנרוקן און אנמאכן שרעקליכע חורבנות. דער פחד האט ארויסגענומען אמעריקע פון די כלים, מ’איז אפילו ארויס אין מלחמה קעגן עטליכע איסלאמישע לענדער, אבער דערנאך קומט מען צוריק צו א פראגע וויאזוי מ’זאל באהאנדלען מוסולמענער ביי זיך אינדערהיים.
ס’איז אמת אז איסלאמישער טעראר איז אן אנשיקעניש פון וואס מיר האבן מורא, אבער ס’איז פאראן אן אנגייענדע דעבאטע צווישן מענטשן צי מ’מעג דערפאר לייגן מער פאליצייאישע וואכזאמקייט אויף איסלאמישע צענטערן. צו שאפן א פראפיל אויף א מענטש/גרופע לויט זייער ראסע אדער רעליגיע ווערט באטראכט אין אמעריקע ווי א פארברעכן, און כאטש מ’וואלט געקענט דעבאטירן אז אין א צייט פון מלחמה איז נישטא קיין ברירה אין דעם (אין ארץ ישראל צום ביישפיל איז דאס דער אופן וויאזוי מ’באשיצט זיך פון סכנות), דאך קען מען פארשטיין אויך דעם אנדערן צד, אז מ’טאר נישט פארלעצן קיין מענטשליכע רעכט אפילו ווען ס’קען צוהעלפן רעדוצירן די פראצענטן פון סכנות.
אמעריקע איז סענסיטיוו צו אנדערע קולטורן, און מ’וועט גרייט זיין צו פארקוקן אויף מעגליכע סכנות אבי אז דער פרינציפ פון מולטיקולטוראליזם זאל נישט געבראכן ווערן. נישט בלויז ווען ס’קומט צו באהאנדלען אמעריקאנער איסלאמישע בירגער גיט מען אכטונג אויף דעם פרינציפ, נאר אפילו ווען ס’גייט די רייד וועגן ארייננעמען פרישע מוסולמענער פון אנדערע לענדער פארשרייט מען יענע פאליטיקער וואס פאדערן צו פארשליסן די טויערן פאר זיי, וויבאלד דער פרינציפ פון מולטיקולטוראליזם דארף אנגעבליך ארייננעמען די גאנצע מענטשהייט (כל זמן יענער איז נישט קיין קלארע שאדן פאר אנדערע), אפילו די וואס זענען נאכנישט קיין אמעריקאנער בירגער נאר זיי האפן צו ווערן בירגער מיט דער צייט.
אפגעזען ווי ווייט א מענטש איז גרייט צו גיין מיטן פרינציפ פון מולטיקולטוראליזם, איז ווייניגסטנס קלאר אז פחד פון א געוויסער ערשיינונג בארעכטיגט נישט אז מ’זאל צוליב דעם זיך צואיילן ארויסצוגעבן א באשולדיגונג קעגן אן אינדיווידועל. צום ביישפיל ווען עמיצער זעט אן אראבער וואס האלט ביים אויפשטייגן אויף א פליגער און דער אראבער זעט אים אויס פארדעכטיגט, אבער ער האט נישט קיין באווייז אויף דעם, וואלט ער געטון גוט מיטן אראפשטייגן אליין פונעם פליגער ווי איידער צו אלארמירן די פאליציי אז מ’זאל יענעם אראפנעמען. ס’איז דאך נישט מעגליך אז צוליב אייגענע פחדים זאל מען פאראליזירן אנדערע מענטשן. סכנות זענען פאראן פיל אין לעבן, אבער דאס גיט נישט קיין גרינע ליכט ווען ס’קומט צו פחדים, אז מ’זאל עס מעגן אויסניצן קעגן אנדערע.
מ’קען ברענגען אן א שיעור ביישפילן פון היסטאריע ווען מענטשן און פעלקער זענען דורכגעפאלן אין דעם פרט, און האבן געברענגט אומגליקן אויף אנדערע צוליב זייערע פחדים. אין מיטלאלטער איז עס געווען דער פחד פון מכשפים וואס האט געברענגט אז מ’זאל אויפהענגען אומשולדיגע פרויען אין די הונדערטער; ביי דער אינקוויזיציע איז עס געווען א פחד פון כופרים וואס ווילן חרוב מאכן די קירכע; אין נאצי-דייטשלאנד איז עס געווען א פחד פונעם אינטערנאציאנאלן איד וואס וויל אונטערברענגען ציוויליזאציע, און אזוי ווייטער. אין אמעריקע אליין ליידן די שווארצע פונעם יוסטיץ סיסטעם וואס ווערט אפט גענויגט קעגן זיי, צוליב מאטיוון פון פחד וואס שטאמען פון סטערעאטיפן קעגן שווארצע. פאליציאנטן שיסן שנעלער א שווארצן וואס זעט זיי אויס פארדעכטיגט, צוליב דער זעלבער סיבה.
די ליבעראלע געזעלשאפט אין אמעריקע איז נישט ריין פון אט דער שוואכקייט, נאר ס’קלאפט אויס ביי אנדערע זאכן, דארט וואו מ’פילט לכאורה אז דער פחד בארעכטיגט אן „עליהום‟ (דאס ווארט וואס די אראבער פלעגן אויסשרייען ביים ארויסלאזן זיך אויף א פאגראם קעגן אידן אין ארץ ישראל). די אנשיקעניש פון פעדאפיליע האט געברענגט א פחד אין דער געזעלשאפט, דאס איז פארשטענדליך, אבער דער יעצטיגער פאל איז א ביישפיל וויאזוי דער פחד קען ברענגען אומגעזונטע רעזולטאטן. אויף אן אמת געזאגט, ווען מ’זעט אזא הויכע מאס פון היסטעריע אין א געזעלשאפט ברענגט עס אויף א ספק צי די סטאטיסטיק שטיצט טאקע דעם פחד, אדער ס’איז בלויז אן אומראציאנאלער פחד ווי די היסטעריע קעגן מכשפים אין מיטאלטער. דעם ענטפער אויף דעם ווייס איך נישט, אבער אפילו אויב די סטאטיסטיקס זענען אויפריכטיג און ס’איז גענוג הויך צו בארעכטיגן די פחדים (ביז היסטעריע אדער נאנט צו דעם), מוז מען נאך אלץ היטן אויף רעספעקט פון אנדערע מענטשן און נישט זיך יאגן צו מסקנות.
אינעם פריער דערמאנטן ווידעא איז קיין קלארע סימנים פון קריוודע נישטא, אבער די היץ וואס איז ארויס קעגן דעם מנהל איז אויסער יעדער פראפארציע. מ’קען זאגן אז דער מנהל איז זיך באגאנגען מיטן קינד אויף אן אופן וואס פאסט נישט פאר א היינטיגן מנהל, אבער ס’איז גרינג צו זען אז ער קומט פון אן אנדער וועלט וואו ס’איז יא געווען נארמאל ארומצוכאפן א קינד און אים אריינזאגן מוסר (אדער עפעס אנדערש) גלייך אין פנים. ס’איז נישטא קיין בפירוש’ע אפדרוקן פון שלעכטס, נאר ס’איז פאראן א קולטורעלע ווייטקייט צווישן דעם היינטיגן אמעריקאנער און דעם פארצייטישן מנהל. ווען ס’קומט צו דעם ענין פון אינטימקייט איז קלאר אז קולטור שפילט א גרויסע ראלע אין באשטימען וואס ס’פאלט אריין אין דער קאטעגאריע און וואס נישט. ס’איז נישטא אויף דעם קיין אינטערנאציאנאלע סטאנדארטן.
צי מ’דארף אים אפזאגן פון זיין פאזיציע אדער נישט, איז א באשלוס וואס די עלטערן דארפן מאכן, צי זיי ווילן האבן אזא מנהל פונעם פארצייטישן אונגארישן טיפ אדער נישט (דאס ווארט „אונגארישן‟ האב איך נישט געמיינט אין א נעגאטיוון קאנטעקסט, ס’איז דא אזוינע וואס האבן דוקא ליב יענעם טיפ און ס’איז דא וואס נישט), אבער מ’קען עס נישט פארבינדן צו די באשולדיגונגען וואס מ’לאזט ארויס קעגן אים (יעצט וואלט אפשר געווען א פראבלעם אים אפצוזאגן, ס’זאל נישט הייסן אז מ’נעמט אן זיין שולד). איך בין נישט קיין נביא צו וויסן וואס ס’טוט זיך אין מוח פון א מענטש, אבער מ’קען נישט באשולדיגן אויפ’ן סמך פון א קולטורעלן ריס. דאס וואס געפעלט אונז נישט, באדייט נאכנישט אז ס’איז דאס פון וואס מיר האבן מורא.
ס’איז דא די וואס טענה’ן אז ס’איז בעסער צו מאכן אן איבערקערעניש אויף דעם קלענסטן חשד, וויבאלד אזוי שיקט מען א ווארנונג צו אלע וואס האבן בייזע כוונות אז זיי זאלן נישט וואגן זיך צו טשעפען צו א קינד. אבער דאס הייסט אין אנדערע ווערטער, אז מ’בארעכטיגט צו נעמען איין מענטש פאר א קרבן, כדי דערמיט צו בארואיגן די היסטעריע און פחד פון א געזעלשאפט. ס’איז נישט קיין יושר. בסך הכל ווייזט אונז דאס אז אפילו אזעלכע וואס שטרייכן שטענדיג אונטער אז יוסטיץ טאר נישט באאיינפלוסט ווערן פון פחד, פארמאגן אן אייגענעם שוואכפונקט, וואו דער פחד בארעכטיגט אלעס. דער איינציגער אונטערשייד צווישן די צוויי גרופעס איז נאר, וואו ס’שטעקט די היסטעריע. דאס איז א גרויסער שאד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.