געווען איז דאס אינעם פארלאפענעם פרייטאג, נאכדעם וואס ס’איז אנגעקומען די נייעס איבער דעם אטאק אין פראנקרייך.
א איד מיט צעלאשעטע פיאות איז געקומען צו לויפן פארנט פון בית המדרש, דארט וואו אפאר אידן זענען געשטאנען מיט די קאוועס אין דער האנט און געשמועסט, און אט דער פארפרומטער איד האט אויסגערופן צו זיי מיט א פארסאפעטער שטימע: „אידן האט רחמנות! פראנקרייך האט זיך דערוועקט צו א גרויסן טעראר אטאק אין וועלכן ארום אכציג מענטשן האבן פארלוירן זייערע לעבנס, און נאך א סך זענען פארוואונדעט געווארן. גייט’זשע אריין אין א שול און קלאפט אויס אויפ’ן באלעמער אז מ’זאל זאגן תהלים, מ’זאל אינזין האבן די פארוואונדעטע הונדערטער מענטשן, מ’זאל א טרער לאזן אויף די צענדליגער אומגעקומענע. ס’איז דאך עפעס א טראגעדיע!…‟
די שול האט באקומען א פנים פון תשעה באב. די נייעס האט זיך גיך צעשפרייט פון מויל צו אויער. טייל האבן געזאגט אז דאס האט א שייכות מיט ו’ חוקת (פרייטאג פרשת חוקת איז דער טאג ווען דער ש”ס איז פארברענט געווארן מיט הונדערטער יאר צוריק אין צענטער פון דער שטאט פאריז, אין די צייטן פון לואי דער ניינטער), אבער אנדערע האבן אויסגעשפרייט די הענט צום הימל און געפרעגט פארוואס גאט שטראפט די אייניקלעך אויף די חטאים פון זייערע עלטער זיידעס: „ואלה הצאן מה חטאו?‟ (אט די אומשולדיגע שאף, וואס האבן זיי געזינדיגט?) הכלל ס’האט זיך גיך פארמירט א מנין תהלים וואס זאל מתפלל זיין. די כאניאקעס זענען געלאפן אין מקוה און אפגעראכטן ש”י טבילות, און אין אלע חדרים האט מען געבעטן אז די קינדער זאלן אינזין האבן די פראנצויזן וואס דארפן א ישועה.
אז ס’איז צוגעפאלן די נאכט און דער שבת קודש איז געקומען האט זיך געפילט אן אנדער אטמאספער אין שול. צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען א חזן וואס קען זיך גוט גארגלען, און צו לכה דודי האט ער אנגעהויבן נישט עפעס אנדערש ווי די מעלאדיע פונעם „לא מארסייעז‟. אין ווינקל פון שול האט עמיצער געהאלטן אינמיטן אריינקוקן אין אן „עלה לתרופה‟, ערגעץ אנדערש האט זיך עמיצער פארקוקט אין א „צדקת הצדיק‟, א דריטער ווידער האט מעיין געווען אינעם רמב”ן אויף דער פרשה, אבער ווען דער חזן האט אנגעהויבן דעם „לכה דודי‟ האט עס געגעבן א טרייסל א סטרונע אין הארצן, מ’האט ארויסגעלאזט די ספרים פון דער האנט, זיך אוועקגעשטעלט אויף די פיס און מיטגעזונגען דעם מארש.
נישט אלע האבן באלד געוואוסט וואספארא מעלאדיע דאס איז, אבער די ידיעה איז אריבער פון מויל צו אויער אז דאס איז דער „לא מארסיי‟, און מ’האט געקענט אזש שניידן די ערנסטקייט מיט א מעסער. איינער א איד האט זיך פארטראכט און זיך בטעות צעזונגען אויפ’ן אריגינעלן לשון, און תיכף זיך צוריקגעכאפט צום „לכה דודי‟. ווי נישט ווי האבן אין זיך אין מוח געזשומעט די ווערטער, „אַלאָ, ענפאִנט דע לא פאטריע, לע זשאָר דע גלוואַר עט אַריווע…‟ (שטייט אויף, קינדער פונעם פאטערלאנד, דער טאג פון גרויסקייט איז אנגעקומען). און כאטש וויסנדיג אז ס’גייט נישט די רייד וועגן א אידישן לאנד, האט מען פארט נישט געקענט פארגעסן אז פראנקרייך איז אריבער א שווערע צרה.
נאכ’ן דאווענען האט דער רב גערעדט אפאר ווערטער. „מיר זעען ביי אונזערע נביאים — האט דער רב אנגעהויבן — אז ווען זיי האבן פארגעזען א טראגעדיע אין מואב אדער פעניקיע, האבן זיי גערעדט מיט ווייטאג.‟ דער רב האט ווייטער גערעדט א פלפול איבער דעם פסוק „יפת אלקים ליפת‟, ארויסברענגענדיג אז אלע מענטשן זענען ברידער, און אויף די בני יפת שטייט נאך מער אז זיי וועלן גאר רוען אין די געצעלטן פון די בני שם. דער רב האט ווייטער גערעדט: „ס’זענען דא וואס דערמאנען אלטע חטאים פון די בני יפת, אבער די תורה הקדושה זאגט אונז: לא יומתו אבות על בנים, דער היינטיגער דור איז נישט פאראנטווארטליך אויף חטאים פון זייערע אבות. אויב ווילן מיר געדענקען וואס די בני יפת האבן פאר אונז געטון אין די פריערדיגע דורות מוזן מיר כאטש געדענקען די עמאנציפאציע.‟
די שטימע פונעם רב האט זיך געהויבן אלץ שטערקער און מער כאריזמאטיש: „מיר דארפן געדענקען אז פונקט ווי די גראזלעך אין פעלד האבן א נשמה, אזוי האט אויך די מענטשהייט א נשמה, און נאך א פיל גרעסערע נשמה, אזא וואס קען זיך נישט גלייכן צו קיין זאך אין דער וועלט. די הימנע פון א לאנד איז דער ווידערקול פון דער סאמע נשמה פונעם פאלק, דאס איז אן אריינבליק פונעם יחיד צו דער גרויסער קאלעקטיווער נשמה. דערפאר ווען ס’מאכט זיך חלילה א טראגעדיע; טאטעס, מאמעס און קליינע קינדער גייען ארויס פייערן דעם יסוד פון זייער אומה, און אפאר מטורפים וועלכע פארגינען נישט די מתנות וואס די בני יפת האבן געברענגט אויף דער וועלט גייען און מאכן א שחיטה צווישן זיי, ווערט דערביי פארפלעקט מיט בלוט די נשמה פונעם פאלק… און זי ווערט געטרייסט נאר ווען א גרויסער ציבור זינגט אויס אינאיינעם די הימנע און דערקלערט אז די נשמה פונעם פאלק וועט לעבן אויף להכעיס די שונאים.‟
דער רב האט דאס אריינגעטייטשט אין דער פרשה פון דער וואך, און האט צוגעברענגט אויף דעם א שטיקל „אור החיים הקדוש‟. דער עולם איז שטיל געזעסן און צוגעשאקלט מיטן קאפ ביז דער רב האט געענדיגט רעדן. דעמאלט האט זיך דער עולם אויפגעהויבן מיט א גוט שבת און זיך געלאזט צו דער טיר. צוויי אויבער-חכמים וואס זענען געשטאנען ביי דער טיר האבן געטופעט מיט די פיס: היתכן אז דער רב האט בכלל געזאגט א גוט ווארט אויף דעם פאלק וואס האט ארויסגעגעבן די מאדעס פון זיך? די פראנצויזן האבן דאך מכשיל געווען א וועלט מיט זייער חציפות. אבער די פארבייגייער האבן זיך נישט אומגעקוקט אויף יענע צוויי. זייער קול איז פארלוירן געווארן אין א ים פון מענטשן וועלכע האבן געפילט און מיטגעפילט…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.