מנחם מענדל


עדיטאָריאַל

ליטעראַטור

מענטשן און געשעענישן

געשיכטע

פּובליציסטיק

ישׂראל, מיטל־מיזרח

אַנטיסעמיטיזם

ייִדיש־וועלט

קונסט און קולטור

רוחניות

קהילה

אין אָנדענק

טשיקאַוועסן

אונדזער שולסיסטעם: מע דאַרף קוקן דעם אמת אין פּנים אַרײַן

פֿון מנחם מענדל

אונדזער שולסיסטעם: מע דאַרף קוקן דעם אמת אין פּנים אַרײַן
די חרדישע געזעלשאפט, פונקט ווי יעדע אנדערע גרופע פון מענטשן, ליידט פון חסרונות. קיין איין מענטש איז נישט פערפעקט און קיין איינציגע גרופע מענטשן איז נישט ריין פון פראבלעמען. מיר חרדים פארמאגן אבער א בענעפיט אז די לעכער אין אונזער סיסטעם זענען גרינגער צו פארשטאפן ווי די פון דער אלגעמיינער געזעלשאפט.Read More


דער סוד הינטער דער ישׂראל־קריטיק

פֿון מנחם מענדל

דער סוד הינטער דער ישׂראל־קריטיק
דאס ווייסן שוין אלע, אז איבער דער וועלט הערשט א טיפע שנאה קעגן דער אידישער מדינה. מיט נישט צופיל אויסנאמען, זענען לענדער און די אינטערנאציאנאלע קערפערשאפטן וואו זיי זענען רעפרעזענטירט כסדר מלא קריטיק קעגן ארץ ישראל. וואס דאס אידיש לאנד זאל נאר נישט טאן איז זיי נישט גוט, און עס שיינט אז נישט פאראן קיין וועג וויאזוי ארץ ישראל זאל יוצא זיין כלפי דער אינטערנאציאנאלער געמיינדע.Read More


ווי קען מען הײַנט חתונה מאַכן די קינדער?

פֿון מנחם מענדל

ווי קען מען הײַנט חתונה מאַכן די קינדער?
“דער אויבערשטער וועט שוין העלפן.”Read More


די שקיעה פון דער סאַטמערער שיטה

פֿון מנחם מענדל

די שקיעה פון דער סאַטמערער שיטה
סאטמאר האט פארמאגט א גרויסן רבי’ן. ס’איז א פאקט אויף וואס קיינער אויף ווי ווייט איך ווייס קריגט זיך נישט. דער סאטמארער רבי איז געווען א גאון, א גוטער, א חכם, אן עסקן און נאך. בגשמיות איז ער געווען א געשמאקער, כאריזמאטישער מענטש מיט וועמען מ’האט געקענט שמועסן איבער וועלטליכע זאכן. ער האט פארמאגט א גוטן הומאר-חוש און האט געקענט שפילן די ראלע פון א פיפיגן דיפלאמאט. ער איז דערצו געווען א געלונגענער ארגאניזאטאר, מיט געזונטע קאמוניקאציע-מעגליכקייטן. בקיצור: א צדיק און גאון וואס איז געשטאנען מיט איין פוס אין הימל און מיט’ן צווייטן אויף דער ערד.Read More


עלטערן אין כּעס

פֿון מנחם מענדל

עלטערן אין כּעס
די טעמע „בחורים און ישיבות‟ איז כמעט אזוי אויסגעדראשן ווי די בחורים און ישיבות אַליין. דער „חינוך‟, סעקולערער און אידישער, וואס אונזערע קינדער באקומען אין ישיבה, איז בערך אויפ’ן זעלבן שטאפל ווי עבר-בטל’דיגע זקנים און זקנות אין א מושב־זקנים. נאר, שטיל בלייבן קען מען אויך נישט, ווייל דער פראבלעם איז א ברענענדיגער און די לעזונג וויל נישט אונטערקומען. דערצו נאך, האט די גזירה זיך אריבערגעטראגן צו די תלמיד תורה’ס און מיידל שולעס, וואו קינדער קוים ארויס פון די ווינדלען ווערן אפגעזאגט צי גאר ארויסגעווארפן פון מוסדות.Read More