Yiddish with an Aleph

דער אוצר אין ספר יהושע

The Valuable Book of Joshua

פֿון ואיה וענה

מיט נאנט צו א יאר צוריק האט מען אין ארץ ישראל אנגעהויבן א פראגראם צו לערנען יעדן טאג איין קאפיטל אין תנ״ך. אינעם פראיעקט נעמען אנטייל אלע שיכטן פון דער געזעלשאפט, פון לינקע ביז רעכטע, פרומע און פרייע. די חרדים וואס נעמען אנטייל אינעם פראיעקט וועלן דאס אפשר נישט דערציילן ברבים, אבער ס’איז קלאר אז נישט ווייניג חרדים האבן זיך אויך אנגעשלאסן אין דעם, נישט נאר אין ארץ ישראל נאר אויך אין חוץ לארץ. איר פרעגט פון וואו איך ווייס? גאנץ פשוט, ווייל איך אליין קען צענדליגער אזעלכע אין ניו יארק – און טאקע פון סאטמאר גופא אויך…

Read more


די טויטע הערצער פֿון די צער-בעלי-חיימ׳ניקעס

Cold-Hearted Animal Rights Activists

פֿון בן זומא

Getty Images

יעדער פרומער איד איז באקאנט מיט דעם מנהג פון “שלאגן כפרות”, וואס באשטייט פון נעמען א הינדל, עס דרייען איבער’ן קאפ, און דערביי זאגן א באשטימטע תפילה. דער מאטיוו פון דער טראדיציע, ווי א צאל אנדערע אזעלכע מנהגים דורכאויס דעם ימים-נוראים סעזאן, קומט עפעס ווי אנדייטן אז די עבירות גייען אראפ פונעם מענטש און אריבער אויפ’ן הינדל – וואס ווערט געשאכטן און דאס פלייש געווידמעט א וואוילטעטיגן צוועק.

Read more


די תפילה פונעם כהן גדול איבער ארץ ישראל

The High Priest’s Prayer for the Land of Israel

פֿון ואיה וענה

קומענדיגע וואך וועט אויסקומען דער הייליגסטער טאג פונעם אידישן יאר, דער טאג פון יום כיפור. ווען דאס בית־המקדש איז געשטאנען איז דער צענטראלער טייל פונעם יום טוב געווען די עבודה פונעם כהן גדול אין בית־המקדש, איבערהויפט דאס אריינגיין אינעם קודש קדשים מיט דער קטורת. ווי מיר ווייסן האט דער כהן גדול נישט געטארט דארט פארבלייבן מער ווי א פאר סעקונדעס, נאר שטייענדיג אינדרויסן נעבן דעם פירהאנג פונעם קודש קדשים האט דער כהן גדול אפגעזאגט א קורצע תפילה.

ס’איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז אין דער קורצער תפילה ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט וועגן רוחניות, נאר דוקא וועגן דעם מאטעריעלן וואוילזיין פונעם אידישן פאלק. אין יענע קורצע מינוטן, וואס האט זיך געמאכט נאר איין מאל א יאר, האט דער כהן גדול געבעטן אז דאס יאר וואס קומט זאל זיין א שפע’דיג יאר מיט גענוג רעגן פאר די פעלדער, אידן זאלן האבן פרנסה, פרויען זאלן אויסטראגן זייערע קינדער געזונטערהייט, און – דער עיקר – אז “ס’זאל זיך נישט איבערהאקן די אידישע מלוכה אין יהודה”.

Read more


דער אייראָפּעיִשער פּליטים־קריזיס

The European Refugee Crisis

פֿון בן זומא

Getty Images

דער אייראפעאישער פליטים קריזיס איז א גרויסע צרה פאר דער פרייער וועלט. פון איין זייט זענען מיר מענטשן מיט אחריות און געוויסן, און ווען טויזנטער מענטשן, פארכאפט אין א באלדיגער געפאר אויף זייערע לעבנס, שטרעקן פארצוויילפטע אויס די הענט און בעטן געראטעוועט צו ווערן, ליגט אויף דער וועלט א התחייבות פון אננעמען די הענט און ארויסשלעפן די מענטשן פון דער סכנה.

Read more


אונדזער דילעמע

Our Dilemma

פֿון ואיה וענה

איך בין נישט מסכים מיט די וואס באשמוצן די חרדישע וועלט, ווי גלייך מיר זענען שלעכטע מענטשן. דאס איז נישט ריכטיג. די חרדישע וועלט איז צוזאמגעשטעלט על פי רוב פון גוטע הערצער, וואס זענען בסך הכל נישט צוגעוואוינט צו באטראכטן דעם מציאות מיט אן ערוואקסענעם בליק. גלייך ווי קליינע קינדער זענען מיר אנגעפילט מיט א טיפער בענקשאפט, מיר האבן ליב דאס אידישע פאלק און מיר האבן ליב ציון, מיר האבן ליב דאס לעבן און מיר האבן ליב מוזיק, אבער משום מה ווייסן מיר נישט וויאזוי צו פארבינדן איינס מיט איינס, און מיר גייען ארויס אין מלחמה קעגן אלעמען נאך וואס דאס מענטשליכע הארץ בענקט און גערט.

Read more


דעם גוף קען מען אויך נישט בינדן

Bodies Can’t Be Bound, Either

פֿון בן זומא

קאלעגע “ואיה וענה” האט אינעם לעצטן ארטיקל זיינס אויסגעוויינט (און אויסגעלאכט) די זינלאזע פרואוון איינצובינדן, אדער איינצוצוימען די מענטשליכע נשמה. “דעם גוף,” שרייבט ואיה, “קענט איר בינדן, דעם קערפער קענט איר אראפצווינגען אויף א פלאץ, אבער די נשמה נישט.”

פון די פאעטישע שורות זיינע טראגט זיך אן אנדייטונג איבער דער צוואנגס-קולטור וואס באהערשט די חרדישע געזעלשאפט. כ’רעד נישט פון זאכן וואס זענען נוגע דת, שלחן ערוך, מסורה אד”ג. ניין. די זאכן אינטערעסירן נישט די שארפע מוחות וואו די אויסטערלישע תקנות און גזירות ווערן געבוירן און אנטוויקלט. זיי שטערט נישט ווען עמיצער טרעט אויף אידישקייט, פונקט ווי זיי גייט גאר קנאפ אן ווען עמיצער האט נישט אויסצוקומען אינדערהיים, אדער אז א בחור וואס פאסט נישט אינעם סדום-בעטל פונעם ישיבה-סיסטעם דרייט זיך ארום אויף דער גאס. דאס זענען קלייניגקייטן, און ווער האט דען צייט זיך אפצוגעבן מיט אזעלכע מינדערוויכטיגע ענינים, בשעת אונטער דער נאז ברענען אזעלכע פיקוח-נפשות’דיגע צרות ווי קלוגע טעלעפאנען און “וואטסעפפ” וואס ווערן גענוצט נישט לצורך פרנסה?

Read more


די נשמה קען מען נישט בינדן

The Soul Can Not Be Trapped

פֿון ואיה וענה

דעם גוף קענט איר בינדן, דעם קערפער קענט איר אראפצווינגען אויף א פלאץ, אבער די נשמה נישט. דעם חומר קענט איר הייסן וואס צו טון, אים קען מען אריינשטעלן אין א סטרוקטור פון געזעצן און כללים, איר קענט ארומדרייען א שטעכל-דראט ארום דעם קערפער אז ער זאל פון דער תפיסה נישט אנטלויפן, איר קענט אים אפילו צייגן דעם גיהנם ביי די פיס, אבער די נשמה פארבלייבט פריי, ווי א פויגל וועלכע שוועבט אין די הימלען, אפגעריסן ווייט פון אויסגעפלאסטערטע וועגן און שאסייען. זי קען אפשר זיין צעבלוטיגט, זי איז מעגליך פארוואונדעט, אבער פארט פריי.

דער גוף שרעקט זיך פאר א וואונד, אבער פאר דער נשמה איז עס ברענשטאף. מיט יעדן קלאפ וואס קומט צו, מיט יעדן אייטער וואס ווערט געעפנט, ווערן אירע קעמערלעך אלץ טיפער, אירע פליגלעך ברייטער, און איר תביעה אויף יושר באגלייט זי אינעם ליד. אויב איר האט עס ביז איצט נישט איינגעזען, אדער אויב איר פארשטייט דאס נישט פון זיך אליין, האט איר מסתמא זיך נישט אנגעשטויסן ביז אהער אין דעם אינערליכן כח וואס שטעלט אוועק דעם מענטש. איר קענט דאס נישט אונטערשאצן.

Read more


דער מה-יפֿית מכשפֿים-געיעג

An Ingratiating Witch Hunt

פֿון בן זומא

מאיר עטינגער

מיך שטערט די כוואליע פארדאמונגען אויף דעם מארד פון אן אראביש קינד, אין א פייער-באמבע וואס איז אנגעבליך געווארפן געווארן דורך אידן אין ישראל. מיך שטערט אז א איד האט גע’הרג’עט א צווייטן מענטש; מיך שטערט אבער אויך דער מה-יפית טאנץ וואס האט נאכגעפאלגט.

פארוואס מה יפית? ווייל אראבער טוען שוין יארן גענוי דאס: מארדעווען אידישע קינדער איבער’ן גאנצן לאנד, און קיינמאל באקומט זיך נישט אזא רעאקציע מצד די פירער פון לאנד. ווען ס’וואלט זיך גערעדט פון בלויז פארדאמען, וואלט געווען איין זאך; מיר שטייען פארט אויף א העכערער מאראלישער מדריגה ווי די אראבישע רוצחים. ווען עס קומט אבער צו מעשים – דער היסטעריע וואס האט ארומגענומען אלעמען פון פרעמיער נתניהו און די וויכטיגסטע מענטשן אין זיין רעגירונג – האב איך געפילט אנטוישט. פארוואס זאל א אידישער רוצח פון אן אראביש קינד אויסגעשטעלט ווערן צו הארבערע שטראפן ווי אן אראבישן מערדער פון א אידיש קינד?

Read more


נישט אויף אונדז ייִדן געדאַכט...

It Shouldn‘t Happen to Anyone

פֿון ואיה וענה

Yehuda Blum

ס’איז געווען א שווערע וואך פאר אידן. צוויי טעראר אטאקעס זענען דורכגעפירט געווארן דוקא דורך פרומע אידן. איין אטאקע איז געווען געצילט קעגן אראבער, און אן אנדער אטאקע איז געווען געצילט קעגן דער „שטאלץ פאראד‟ אין ירושלים. אין דער אטאקע קעגן אראבער האט עס געקאסט דאס לעבן פון א קליינטשיג עופה’לע, וועלכע האט נאך זיכער נישט געוואוסט פון שנאה, און ביי דער פאראד אין ירושלים האט עס געקאסט דאס לעבן פון א יונג מיידל, וועלכע האט קוים פארכאפט צו זען דעם טעם פון לעבן.

Read more


דער גיבור מיט׳ן קוים-קערפער

A Hero With a Body Full of Air

פֿון בן זומא

ס׳איז אמאל געווען א לאנד וואס האט געטראגן דעם נאמען „פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע‟. אמעריקע, ווי דאס לאנד איז אנגערופן געווארן בקיצור, איז געווען רייך און מעכטיג, מיט א ריזיגן איינפלוס אויף דעם הלוך ילך פון אלעם איבער כמעט דעם גאנצן ערד-קוגל. זי האט פארמאגט א מיליטער מיט וועלכן קיינער האט זיך נישט געקענט פארמעסטן; אויך ריזיגע אוצרות, פון געלט און נכסים, האט דאס שטארקע לאנד פארמאגט מיט א שפע וואס האט נישט געהאט זיינס גלייכן.

דאס לאנד עקזיסטירט נאך, אבער קיין וועלטס-גרויסמאכט איז זי שוין נישט. זי איז נאך גרויס און שטארק, אבער מער אין אנזען און רעפוטאציע ווי למעשה אינעם מציאות.

Read more


ווייט פון דער היים

Far From Home

פֿון ואיה וענה

Getty Images

ס’איז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו ניצן א טעקסי אין ניו יארק, און דער שאפער האט מיר אויסגעזען צו זיין א רוסישער וואס איז נישט לאנג צוריק אנגעקומען קיין אמעריקע. ענגליש האט ער נאר געקענט אביסל, און מיר האבן קוים געקענט קאמוניקירן, נאר ער האט דאך פארשטאנען וואס איך פרעג אים און ער האט צוגעשאקלט מיטן קאפ, צולייגנדיג אמאל א ווארט צוויי. ווען איך האב אים געפרעגט ווי לאנג ער איז שוין דא און צי ער בענקט צוריק אהיים, האט זיין פנים אויסגעזען טרויעריג און ער האט מיר פארזיכערט אז ער בענקט שטארק.

מיט זיין צעבראכענעם ענגליש האט ער באוויזן מיר צו דערציילן אז ער איז דא מיט ווייב און קינדער, אבער ער איז נישט צופרידן פונעם חינוך-סיסטעם אין ניו יארק. „די רעליגיעזע שולן זענען אפשר פיין,‟ האט ער מיר געזאגט, „אבער די אלגעמיינע שולן זענען בעסער אז מ’טרעט נישט אריין אין זיי.‟ דא האט ער אנגעהויבן אויסרעכענען א רשימה פון פארשידענע מינאריטעט-גרופעס וועלכע וואוינען אין אמעריקע און זיי ברענגען אראפ די סטאנדארטן פון די שולעס. פון דעם וואס ער האט זיך געוואגט ארויסצורעדן אזעלכע „כפירה ווערטער‟ אין אמעריקע, האב איך שוין געקענט זען אז ער מוז טאקע זיין א ניי־געקומענער.

Read more


„פֿריילעך‟ און באַקריוודעט

Gay and Wronged

פֿון בן זומא

Getty Images

איך פארשטיי לחלוטין נישט דעם טומל ארום דעם געריכטליכן הייראט-היתר פאר האמאסעקסואליסטישע פארלעך. קיינער האט די „פרייליכע‟ געמיינדע ביז יעצט אויך נישט געשטערט פון טאן וואס זיי האבן געוואלט און פירן באציאונגען מיט וועמען ס’האט זיך וועמען געגליסט. איז, וואס האט זיך יעצט געביטן?

זייט מיר מוחל, אבער איך גלייב נישט אז דער קאמף פאר „גלייכהייט‟ אין הייראט האט געמיינט די קעגנזייטיגע בענעפיטן וואס די רעגירונג שלאגט פאר פארהייראטע פארלעך. איך קויף עס נישט, און שטילערהייט פארדעכטיג איך אפילו, אז א סך פון די וואס האבן פריער אזוי געטומעלט און שפעטער זיך אזוי געפרייט מיט’ן געריכט-פסק וואלטן בכלל חתונה געהאט, אויב זיי וואלטן געווען „גראד‟.

Read more


וואָס דערציילן אונדז די לידער פֿון ציון?

What Do the Songs of Zion Teach Us?

פֿון ואיה וענה

נשמה קאַרלעבאַך

ס׳איז פאראן א פילם פון דער שטאט מונקאטש אינעם יאר 1933 וואו מ׳זעט פארשידענע אספעקטן פונעם אידישן לעבן אין דער שטאט צווישן פרייע און פרומע. צווישן איבריגנס זעט מען ווי צענדליגער יונגע קינדער זינגען אינאיינעם דאס ליד פון „התקוה‟. נישט קיין נפקא מינה וויפיל מאל איך הער דאס ליד, פיל איך שטענדיג ווי די הארצקלאפן ווערן מיר שנעלער, דער בלוטדרוק גייט מיר ארויף, און אן עלעקטריציטעט לויפט דורך מיין גאנצן קערפער.

Read more


אין גלות ביי זיך

In Exile Here at Home

פֿון בן זומא

מיין חשוב׳ער קאלעגע „ואיה וענה‟ האט אין פאריגן ארטיקל זיינס זיך צעקרעכצט איבער דעם כלל-גלות אין וועלכן מיר, א גרויסער חלק פון אידישן פאלק, געפינען זיך. שיין געוויינט! זיין געוויין איז נישט באשטאנען פון א כאאטיש העשען; ער וויינט מיט קלאס און צום טאקט. ער ווייסט וואס אים שטערט. ער קען זיך און פארשטייט וואס אים עגבערט.

רוב פון אונז איז אנדערש. מיר וויינען ווייל עס קלעמט ביים הארץ, ווייל ס׳איז ענג אין קאפ, אבער ס׳איז אונז נישט קלאר וואס שטערט און פון וואו די ענגשאפט נעמט זיך.

Read more


גלות

Goles

פֿון ואיה וענה

Getty Images

גלות. איך געפין זיך אין א פרעמדן לאנד, צווישן פרעמדע מענטשן, וואס רעדן א פרעמדע שפראך און טראכטן אין פרעמדע טערמינען. ווען עפעס קומט פאר מיט מיין פאלק, קוקן אויף מיר פרעמדע אויגן מיט בליקן וואס שטעכן דאס הארץ ווי שפיזן, און איך מוז אויף אלץ און אלעמען אפגעבן א דין וחשבון. איך מוז פארטרעטן די עטישע פערפעקטקייט פון מיין פאלק, צווישן פרעמדע וואס גרויסן זיך מיט זייער בעסערקייט אין מאראל, איבער מיין פאלק. אין צייט פון מלחמה, ווען מיין פאלק ראנגלט זיך קעגן בייזוויליגע שונאים וואס ווילן זי איינשלינגען, מוז איך, אין גלות, פארענטפערן מיין פאלק, אויף דעם וואס זי וואגט זיך צו פארטיידיגן.

Read more


ווען דאס געזעלשאפטליכע געריכט פסל׳ט דעם יוסטיץ-סיסטעם

When Society Rejects Its Own Justice System

פֿון בן זומא

Getty Images

ס׳איז מיר אויסגעקומען טיילצונעמען ביי א קאנפערענץ איבער א געוויסער געשעפטליכער אנגעלעגנהייט. ביי איין איבעררייס האב איך זיך געטראפן מיט א גרופע פון צופעליגע טיילנעמערס, און ס׳האט זיך אנטוויקלט א שמועס איבער דער אנטלויף-אקציע פון די צוויי באשולדיגטע מערדערס אין דער שטרענג-באוואכטער תפיסה פון אפסטעיט ניו יארק. יעדער פון די אנוועזנדע האט געהאט אן אנדערע מיינונג איבער די אנטלאפענע. רוב איז ממש געווען צופרידן און האט אויסגעדריקט הנאה אז ס׳איז זיי געלונגען. אבער אפילו די וואס האבן נישט מסכים געווען און האבן אויסגעדריקט האפענונג אז די צוויי וועלן געכאפט ווערן, האבן אזוי געהאלטן בלויז צוליב דעם, וואס די צוויי זענען געפונען געווארן שולדיג אין מארד און זענען דערפאר מסוכן פאר דער עפנטליכקייט.

Read more


קאווע שטיבל זוכט א וועג ארויס פון נעגאטיוויטעט

Kave Shtiebel Seeks a Path Out of Negativity

פֿון ואיה וענה

ס׳איז זייער גרינג צו זאגן וואס ס׳איז נישט גוט אויף דער וועלט, אבער ס׳איז נישט גרינג צו זאגן וויאזוי ס׳דארף יא זיין. מיט א וואך צוריק האט עמיצער אנגעהויבן א פראיעקט אויף “קאווע-שטיבל”, געצילט צו טרעפן עצות פאר דעם חרדישן איד וואס וויל זיך עפענען צו דער גרויסער אידישער וועלט, אז ער זאל דאס קענען אויספירן למעשה. דער מאטא פונעם פראיעקט איז, אז אנשטאט צו בלייבן באגראבן אינעם כריין פון די פראבלעמען, אנשטאט זיך צו באקלאגן און האבן טענות, זאל מען זען אויפצוקומען מיט זאכליכע פאזיטיווע געדאנקען אויף למעשה. דער ציל איז, ווי איך פארשטיי, נישט אויף צו אוועקקריכן פון אידישקייט, נאר וויאזוי זיך צו באקענען מיט א בעסערער און ברייטערער אידישקייט.

Read more


דער שמחה אבסורד

Simcha Insanity

פֿון בן זומא

קאנפארמיזם, דער געדאנק פון זיך צושטעלן צום כלל, האט א געוויסן שכל אונטער זיך. ס׳איז לאגיש צו טאן דאס זעלבע וואס אנדערע, און האנדלען לויט די דערווארטונגען פון דער געזעלשאפט אין וועלכער מ׳לעבט איז גראדע געזונט. איינהייטליכקייט און סיסטעמאטישקייט איז איינער פון די אינגרידיאנטן וואס געבן א געשמאק אינעם לעבן פון א כלל.

Read more


דער אונטערגאַנג פֿונעם ייִדישן לינקן פֿליגל

The Downfall of the Jewish Left

פֿון ואיה וענה

כלל ישראל שטייט היינט אין אן אומגעווענליכן פונקט אין געשיכטע. דער גרעסטער טייל פונעם פאלק איז נישט פרום, און אפילו די אידישע מדינה איז דערווייל נישט באזירט אויף הלכה. ווי ס׳שיינט וועט זיך דאס בילד טוישן אינעם נישט צו ווייטן עתיד, וויבאלד די לינקע כוחות אינעם אידישן פאלק פאלן צוביסלעך ארויס פונעם בילד (די רעפארמער אין אמעריקע אסימילירן זיך, בשעת די פאסט-ציוניסטן אין ארץ-ישראל געבוירן ווייניג קינדער און זוכן בכלל צו אנטלויפן פונעם לאנד). דערווייל שטאַרקן זיך די רעכטע, און זיי אליין ווערן מער טראדיציאנעל. כלל-ישראל וועט אפֿשר אין פופציג יאר ארום פארמאגן אן אנדער דעמאגראפיק ווי היינט צוטאגס. ס׳וועט זיין מער רעכט, מער טראדיציאנעל, און מער פרום.

Read more


ויהי בימי שפוט השופטים...

In the Days When Judges Ruled

פֿון בן זומא

ס׳איז געווען א צייט ווען ביי אידן האט געהערשט הפקרות און יעדער האט געטאן וואס אים האט געשמעקט און זיך געפירט ווי ער האט פארשטאנען. עס זענען ביי אידן געווען דעמאלט פירערס וואס זענען אין שפיץ פונעם פאלק, אבער יענע האבן זיך אפגעגעבן מער מיט כללית׳דיגע ענינים – בעיקר, קאלעקטיווע צרות און פראבלעמען. אויפ׳ן יחיד האט קיינער נישט געקוקט און יעדער האט זיך געפירט זיין ווירטשאפט ווי דיקטירט פונעם אייגענעם פארשטאנד.

Read more