Yiddish with an Aleph

גלות

Goles

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share
Getty Images

גלות. איך געפין זיך אין א פרעמדן לאנד, צווישן פרעמדע מענטשן, וואס רעדן א פרעמדע שפראך און טראכטן אין פרעמדע טערמינען. ווען עפעס קומט פאר מיט מיין פאלק, קוקן אויף מיר פרעמדע אויגן מיט בליקן וואס שטעכן דאס הארץ ווי שפיזן, און איך מוז אויף אלץ און אלעמען אפגעבן א דין וחשבון. איך מוז פארטרעטן די עטישע פערפעקטקייט פון מיין פאלק, צווישן פרעמדע וואס גרויסן זיך מיט זייער בעסערקייט אין מאראל, איבער מיין פאלק. אין צייט פון מלחמה, ווען מיין פאלק ראנגלט זיך קעגן בייזוויליגע שונאים וואס ווילן זי איינשלינגען, מוז איך, אין גלות, פארענטפערן מיין פאלק, אויף דעם וואס זי וואגט זיך צו פארטיידיגן.

אין גלות זענען די אייגענע ברידער צומאל נישט צום דערקענען. דער זעלבער ברודער וואס וואלט אינדערהיים גערעדט מיין שפראך, האט אין גלות אויסגעקליבן די שפראך פון די פרעמדע מענטשן ארום. די זעלבע שוועסטער וואס וואלטן אינדערהיים געטראגן מונדירן פון אונזער מיליטער, דרייען זיך אין גלות ביי פראטעסטן וואס פארדאמען די פארטיידיגונג פון אונזער פאלק קעגן די שונאים. די זעלבע געשוויסטער וואס וואלטן מיך אינדערהיים ארומגעכאפט מיט ליבשאפט, קוקן דא אויף מיר מיט פארדעכטיגטע בליקן, אויף מיין אידישקייט. אונזער אייגן בלוט און פלייש וואס וואלט אינדערהיים געהאלזט אידישע זין און טעכטער, פארדאמט אין גלות דעם ראסיזם פון אונזער פאלק.

די מוזיק אין גלות גרילצט מיר אין די אויערן. די שטימעס פון די מוידן וואס גארגלען זיך אויף די ראדיאס דערוועקן מיין בענקשאפט צו אן אנדער מוזיק, וואס רייסט מיך צוריק אהיים. איך בענק, איך בענק, און וואס זאל איך טון אז איך בענק? ס׳איז מיר נישט גוט אין גלות. מיך בענקט נישט נאך דער קלאסישער מוזיק פון מאצארט און בעטהאווען, און נאך ווייניגער נאכ׳ן ראק׳נראל פון די יענקיס. ס׳בענקט מיך נאר די צעשטרייטע מוזיק פון אונזערע נ-נח-נחמנ׳יקעס וואס שפרינגען אויף די דעכער פון הייזער און דערפרייען די הערצער פון אונזער פאלק. מיך בענקט נישט נאך בראדוועי, פינפטע עוועניו, אפילו נישט די שיינע וואלקן-קראצער און דער אויגן-פארכאפנדער האדסאן. מיך בענקט נאר נאכ׳ן הו-הא פון אונזערע גאסן, און די היימליכע קללות פון אונזערע טעקסי-שאפערן, וועלכע פרובירן דורכצושניידן דעם פארקער אין די פארנומענע שעה׳ן פון טאג.

אז ס׳קומען די נאציאנאלע חגאות, ווערן די גלות׳דיגע גאסן אויסגעצירט מיט שיינע לעמפלעך, אבער מיך דערמאנען זיי דעם טיפן לאך וואס עסט אויף מיין הארץ. איך האב גארנישט קעגן אייך, מיינע ליבע גאסטגעבער, אבער במחילה מיך בענקט אהיים. איך שפיי נישט אויף אייער קירכע, איך שפיי נישט אויף אייערע לעמפלעך, אבער זיי זענען מיר פרעמד. איך בין אין גלות, און איר וועט קיינמאל נישט פארשטיין וואס דאס הייסט צו זיין אין גלות, ווייל אפילו מיינע אייגענע ברידער און שוועסטער פארגעסן זיך דאס. איך ליב די מענטשהייט, אבער אליין בין איך נישט קיין מענטש, איך בין אויסגעריסן פון דער וועלטליכער ארענע, ווייל איך בין נישט מער ווי א מינאריטעט וואס איז פארווארפן ערגעץ אין דער פרעמד.

איך וויל אהיים, ווייל נאר פון דארט וועל איך קענען רעכט ליב האבן די וועלט. דארט וועל איך נישט דארפן אויסשטיין די חקירות ודרישות ביי יעדן טריט און שריט, און איך וועל נישט דארפן געבן קיין דין וחשבון פארוואס איך וויל מיינע קינדער זאלן חתונה האבן מיט אידן, און פארוואס איך האב בכלל ליב מיין לאנד, מיין פאלק, מיין באשעפער און מיין רעליגיע. דארט אינדערהיים פארשטייען דאס אלע אליין, און איך דארף נישט זיין צעריסן צווישן צוויי קולות – איינס וואס קומט פון מיין פאלק, און איינס וואס קומט פונדרויסן. אין א צייט ווען מיין פאלק גייט אריבער שוועריגקייטן וועל איך קענען זיך פארנעמען מיטן הייבן דעם מאראל פון אונזערע ברידער און שוועסטער, און כ׳וועל נישט דארפן בטל׳ען די צייט מיטן ריינוואשן מיין נאמען פאר די אויגן פון פרעמדע.

אז איך גיי פארביי די הויכע וואלקן-קראצער פון ניו-יארק, מישן זיך מיר אין קאפ בילדער פון נאקעטע בערג וואס פילן אן דעם האריזאנט, און רונדיגע וויינגערטנער וואס שאפן אן אילוזיע פון טרעפ, ערגעץ ווייט אוועק, אויף א פלאץ וואס רופט זיך יהודה. וויפיל איך שעץ די וואונדער פון דער היגער ארכיטעקטור, בענקט מיך צוריק דוקא צו די פשוט׳ע שטיינערנע בנינים ביי אונז אינדערהיים. איך טרעף נישט קיין מנוחה אין די גוט-אנגעהייצטע ציגלנע הייזער אין דער פרעמד, ווען איך דערמאן זיך אין די ליבליכע קאלטע ווינטער-נעכט פון ירושלים.

גלות. ס׳איז נישטא עפעס ציפעדיגערס ווי צו וואוינען טויזנטער מייל אוועק פונדערהיים און בענקען. ס׳איז נישט אינטערעסאנט די מאכלים אינעם רעסטוראן, די חגאות, די מוזיק, און דאס גאנצע לעבן בכלל, ווען ביי יעדער געלעגנהייט קומט אויף דער זיכרון פונדערהיים און פייניגט די נשמה. דארט וואו ס׳פריידט זיך דער בירגער מיט די אוצרות פון לעבן, דארט קלאגט דער פרעמדער, וואס בענקט און וויינט נאך זיין ווייטער היים.

געשריבן אין גלות ניו-יארק תשע״ה