כלל ישראל שטייט היינט אין אן אומגעווענליכן פונקט אין געשיכטע. דער גרעסטער טייל פונעם פאלק איז נישט פרום, און אפילו די אידישע מדינה איז דערווייל נישט באזירט אויף הלכה. ווי ס׳שיינט וועט זיך דאס בילד טוישן אינעם נישט צו ווייטן עתיד, וויבאלד די לינקע כוחות אינעם אידישן פאלק פאלן צוביסלעך ארויס פונעם בילד (די רעפארמער אין אמעריקע אסימילירן זיך, בשעת די פאסט-ציוניסטן אין ארץ-ישראל געבוירן ווייניג קינדער און זוכן בכלל צו אנטלויפן פונעם לאנד). דערווייל שטאַרקן זיך די רעכטע, און זיי אליין ווערן מער טראדיציאנעל. כלל-ישראל וועט אפֿשר אין פופציג יאר ארום פארמאגן אן אנדער דעמאגראפיק ווי היינט צוטאגס. ס׳וועט זיין מער רעכט, מער טראדיציאנעל, און מער פרום.
אויב איר זענט א פרומער איד, און דערצו א נאַר, פריידט עס אייך מסתמא צו ליינען די גוטע נייעס אז „מיר האלטן ביים געווינען‟. אבער אויב זענט איר נישט קיין נאַר, דארף עס אייך געבן א ציפ אין הארצן. וויבאלד מ׳רעדט נישט דא וועגן א געווינס, נאר וועגן א פארלוסט. ס׳האנדלט זיך נישט וועגן דעם אז די שיינקייט פון דער תורה שפרייט זיך אויס איבער׳ן אידישן פאלק און ברענגט זיי צוריק צו תשובה (כאטש אין ארץ-ישראל קען מען יא זאגן אז ס’איז אזוי אין א געוויסן זין), נאר ס’האנדלט זיך וועגן דעם אז גאר גרויסע טיילן פונעם פאלק האבן זיך אפגעבראכן און האלטן ביים פארשווינדן ווערן אויף אייביג. מיר האבן נישט מצליח געווען אויסצושפרייטן די ליכט איבער יענע דערווייטערטע אידן, נאר זיי ווערן איינפאך פארלוירן אינעם ים פון מענטשן ארום אונז.
פארוואס די ליבעראלע אידן קענען נישט אויפהאלטן זייער אידישע אידענטיטעט איז מסתמא צו פארדאנקען די קאסמאפאליטישע השקפות וואס הערשן צווישן זיי. דער ליבעראלער וועלטקוק, ווי נאבל ס׳זאל נישט זיין, מיט דער אָ איבערגעגעבנקייט פאר׳ן אוניווערסאליזם, איז נישט ביכולת אנצוהאלטן די אידענטיטעט פון א פאלק. קינדער וואס וואקסן אויף מיט א אידישקייט וואס איז באזירט בלויז אויף דער מצוה פון שעצן אלע קולטורן מיט דער זעלבער מאס פון רעספעקט, באטראכטן אלע אמונות ווי אייניג אמת, און הייבן נישט ארויס די אייגענע מסורה איבער אנדערע, פארמאגן נישט די נויטיגע כלים צו קענען שווימען אין דער משפחה פון פעלקער ווי אן אייגנארטיגער מיטגליד.
קענען מיר עפעס טון אפצוהאלטן זייער צעברעקלונג? איך גלייב אז יא. איך מיין אויך אז מיר זענען טיילווייז שולדיג אין זייער דורכפאל. מיר האבן אויפגעבויט ארום זיך א שטארקן מויער אפצושטויסן יעדע ווינט וואס קומט פונעם לינקען פליגל, און מיר פייערן די טיילונג אויף אזא אדער אויף אן אנדער אופן, נישט קימערנדיג זיך וועגן דעם אז יענע וועלן אוועקפאלן. אנשטאט צו זוכן וואס יענע האבן פאר אונז צו פארקויפן און וואס מיר קענען פארקויפן פאר זיי, אנשטאט צו זוכן דעם ריכטיגן באלאנס צווישן רעכטס און לינקס, האבן מיר זיך ארויפגעווארפן אויף יענע אידן מיט אייפערזיכטיגקייט און קנאות, זיי ארויסגעווארפן פון כלל-ישראל, און זיי דערקלערט ווי האלבע גויים.
דער פחד וואס מיר האבן תמיד געפילט פונעם לינקען פליגל איז פארשטענדליך. כלל-ישראל איז צו קליין און צו שוואך צו קענען איבערלעבן מיט עקסטרעמע לינקע השקפות. אין אונזער קאלעקטיוון זיכרון דונערט נאך אפ דער אויסרוף פונעם פראנצויזישן פארלאמענט נאך דער רעוואלוציע מיט צוויי הונדערט יאר צוריק: „פאר די אידן ווי [פראנצויזישע] בירגער וועלן מיר שענקען אלעס, אבער פאר אידן ווי א פאלק — גארנישט‟. דער בעל-התניא האט פון די ווינטן אזוי געציטערט אז ער האט זיך צוליב דעם געווינטשן צו פארבלייבן אונטערן רוסישן צאר, טראץ די שווערע גזירות וואס זיי האבן ארויפגעלייגט קעגן אידן, ווי איידער צו פאלן אונטער דער פראנצויזישער עמאנציפאציע.
דעמאלט האט מען פארלאנגט פון אידן צו ווערן פראנצויזישע פאלקס-מענטשן, היינט טאר שוין א פראנצויז אויך נישט זיין קיין פראנצויז, נאר אלע דארפן זיין בלויז מענטשן פון דער גרויסער וועלט. אבער א איד וואס האט דעמאלט נישט געוואלט פארטוישן זיין אידישקייט מיט פראנצויזישקייט, וויל עס אויך נישט טון מיטן היינטצייטיגן קאסמאפאליטאניזם. כאטש מ’קען זאגן אז די לינקע זוכן נישט בפירוש צו פארוואסערן די אידישע אידענטיטעט (אין דעם ענין זענען דא פארשידענע לינקע, און איך באצי מיך אודאי נאר צו די וואס שעמען זיך נישט מיט זייער אידישקייט), פילן מיר דאך א שרעק פון זייערע בלויזע אוניווערסאל-גלאבאלע אויסדרוקן. צומאל דאכט זיך אונז אז נאר ביים דערקענען דאס מענטשליכע פנים פון אנדערע פעלקער וועלן מיר שוין פארלירן אונזער אידישע אויטענטישקייט…
נאכאמאל, דער פחד וואס מיר האבן איז פארשטענדליך, מיר ווילן נישט אנווערן די עקזיסטענץ פון אונזער פאלק, און ווען מיר זעען וויפיל לינקע אידן פארלירן זייערע לעצטע קניפן מיטן אידישן פאלק טרעפן מיר אין דעם א בארעכטיגונג צו דעם שרעק וואס מיר האבן תמיד געהאט כלפי זייערע מיינונגען. דער אמת איז אבער אז אין יעדער טיילונג זענען פאראן צוויי זייטן. אין אונזער פאל האבן מיר נישט בלויז פארקלאפט די טיר פון הערן זייער קול, נאר מיר האבן פארהאקט אויך די לאדנס פון די פענסטער אז ס’זאל פון אונז נישט דערגיין א קול צו זיי. דערמיט האבן מיר צוויי מאל אנגעוואוירן. מיר פארלירן סיי אונזערע ברידער, און סיי די אוניווערסאלע באשטאנדטיילן פון דער אידישער טראדיציע וואס יענע האבן געטראפן אין דער תורה און פאדערן פון אונז עס אריינצומישן אין אונזער אידישקייט – כאטש א טראפעלע.
מיר מוזן מודה זיין אז זייער עתיד האט אונז קיינמאל נישט באזארגט, וויבאלד מיר האבן געגלייבט אז כדי צו פארהיטן די פּאָר גוטע אידן פון אינעווייניג איז כדאי מפקיר צו זיין מיליאן אנדערע. נישט נאר ביי חרדישע אידן האט מען אויסגערופן א חרם קעגן פרייע אידן פון יעדן סארט, נאר אין דער גאנצער אידישער וועלט קען מען שווערליך טרעפן א געזונטן דיאלאג צווישן די רעכטע און די לינקע כוחות, אפילו צווישן סעקולערע אידן. די ארטאדאקסן באזירן זייער פארביסנקייט קעגן אנדערע אידן אויף מקורות אין ש״ס ופוסקים, בשעת די וועלטליכע אידן באזירן עס אויף פאליטיק. ביידע זייטן זענען נישט גרייט צו אנערקענען אז די אידן וואס טראכטן אנדערש ווי זיי זענען וויכטיגע באשטאנדטיילן פון אונזער פאלק.
פארשטייט זיך אז די לינקע דארפן זיך אליין מאכן א חשבון-הנפש, אבער דאס וועל איך לאזן פאר זיי. מיר דארפן פון אונזער זייט אנהייבן טראכטן פונעם כלל-ישראל ווי איין גרויסער שטיק וואס לאזט זיך נישט צעברעכן. פרומע און פרייע, רעכטע און לינקע, זענען נישט בלויז געשוויסטער פונעם נאציאנאלן שטאנדפונקט (לויטן כלל פון דער גמרא: „ישראל אעפ”י שחטא ישראל הוא – אפילו א זינדיגער איד איז אויך א איד‟), נאר אויך זייערע השקפות פארמירן אינאיינעם דאס אידישע טראכטן. כלל-ישראל האט שוין אמאל פארלוירן די עשרת השבטים, מיר קענען זיך נישט ערלויבן אז דאס זאל נאכאמאל פאסירן!…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.