קומענדיגע וואך וועט אויסקומען דער הייליגסטער טאג פונעם אידישן יאר, דער טאג פון יום כיפור. ווען דאס בית־המקדש איז געשטאנען איז דער צענטראלער טייל פונעם יום טוב געווען די עבודה פונעם כהן גדול אין בית־המקדש, איבערהויפט דאס אריינגיין אינעם קודש קדשים מיט דער קטורת. ווי מיר ווייסן האט דער כהן גדול נישט געטארט דארט פארבלייבן מער ווי א פאר סעקונדעס, נאר שטייענדיג אינדרויסן נעבן דעם פירהאנג פונעם קודש קדשים האט דער כהן גדול אפגעזאגט א קורצע תפילה.
ס’איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז אין דער קורצער תפילה ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט וועגן רוחניות, נאר דוקא וועגן דעם מאטעריעלן וואוילזיין פונעם אידישן פאלק. אין יענע קורצע מינוטן, וואס האט זיך געמאכט נאר איין מאל א יאר, האט דער כהן גדול געבעטן אז דאס יאר וואס קומט זאל זיין א שפע’דיג יאר מיט גענוג רעגן פאר די פעלדער, אידן זאלן האבן פרנסה, פרויען זאלן אויסטראגן זייערע קינדער געזונטערהייט, און – דער עיקר – אז “ס’זאל זיך נישט איבערהאקן די אידישע מלוכה אין יהודה”.
מיר ווייסן אז דאס פאלק וואס איז געווען פארזאמלט אינעם בית-המקדש האט איבערגעלעבט שטארקע רוחניות’דיגע מאמענטן, דערהערנדיג דעם נאמען פון גאט ווי ס’ווערט ארויסגעזאגט דורכ’ן כהן גדול, און בכלל ביים צוזען ווי ער גייט אריין מיט דער קטורת צו דעם הייליגסטן שטיקל ערד. איינער פון די אלטע אידישע פיוטים שילדערט די באגייסטערונג וואס האט ארומגענומען דאס פאלק ווען מ’האט דערזען ווי דער כהן גדול קומט ארויס פונעם בית־המקדש. דער פאעט דערציילט אונז, “ווי שיין האט אויסגעזען דער כהן גדול ווען ער איז ארויס בשלום פונעם קודש קדשים: ווי א רעגנבויגן אינעם וואלקן… ווי א רויז אין א פרעכטיגן גארטן. ווי א קרוין איבערן שטערן פון א קעניג. ווי דער חן וואס איז צעגאסן אויפ’ן פנים פון א חתן… ווי דער ווענוס וואס שיינט אויפ’ן מזרח פונעם הימל.”
פון די פילע זיכרונות וואס זענען געשריבן געווארן איבער דער עבודה אינעם בית־המקדש לאזט זיך גרינג זען אז דאס איז געווען גאר א הויכע איבערלעבעניש, און ליינענדיג יענע שילדערונגען קענען מיר אליין דערפילן דעם הייליגן ציטער וואס לויפט דורך אין די ווערטער. טאקע דערפאר קומט עס פאר ווי א חידוש אז די תפילה וואס דער כהן גדול האט ארויסגעזאגט אין די הייליגסטע מינוטן פונעם טאג זאל נישט האבן פארמאגט אין זיך עפעס א רוחניות’דיגן באשטאנדטייל. ווען מיר ווילן עס פארגלייכן מיט די טיף אוניווערסאלע תפילות וואס מיר זאגן ראש השנה און יום כיפור ביי שמונה עשרה, בעטנדיג אז “די גאנצע יצירה זאל זיך פאראייניגן צו טון גאט’ס ווילן מיט א גאנצן הארץ”, דערקענט זיך גענוג בולט דער אונטערשייד צווישן דעם און די תפילה פונעם כהן גדול.
די סיבה פארוואס דאס איז אזוי געווען האט א שייכות מיט דער אייגנארטיגקייט וואס יהדות פארמאגט, אין פארגלייך מיט אנדערע רעליגיעס, וועלכע זענען אונז באקאנט. פאקטיש איז אידישקייט אזוי אנדערש אינעם סאמע יסוד ביז ס’איז גאר שווער זי אנצורופן א רעליגיע. אויף לשון-קודש איז טאקע נישטא קיין שום טערמין וואס פארמאגט דעם באדייט פון “רעליגיע” (דאס ווארט “דת”, וועלכער איז אגב א פערסיש ווארט, ווערט נישט גענוצט אינעם תנ”ך אינעם זין פון רעליגיע), ווייל יהדות רעכנט זיך נישט בלויז מיט דעם רוחניות’דיגן מצב פונעם יחיד, נאר אויך מיטן פאלק.
די אלגעמיינע רעליגיעס רעדן וועגן א “פערזענליכער גאולה” וואס דער מענטש פארדינט דורכ’ן אננעמען רעליגיע, אבער יהדות רעדט ווייניגער וועגן דער פערזענליכער גאולה און מער וועגן א “קאלעקטיווע גאולה”. יהדות איז נישט בלויז געצילט צו שענקען דעם יחיד עולם הבא, נאר דאס איז א בונד וואס גאט האט געשאפן מיט א ספעציפישן פאלק – צו שיצן דעם קאלעקטיוו און איר אויפהאלטן אויף דער געשיכטליכער ארענע. וויבאלד דער כהן האט נאר געהאט אפאר סעקונדעס צו בעטן, האט ער געמוזט אויסקלויבן וועלכע זייט ס’איז דאס וויכטיגסטע, און ווי מיר זעען איז דער באשלוס געווען צו בעטן פאר’ן מאטעריעלן וואוילזיין פונעם פאלק.
ס’איז גוט וואס מיר האבן מער צייט צו דאווענען ווי בלויז א פאר סעקונדעס, אבער ווייניגסטנס קענען מיר זען וואו אונזער פריאריטעט דארף שטיין פון א אידישן פערספעקטיוו. אויב זוכן מיר נאר דעם אינערליכן פרידן דורך א פערזענליכער גאולה קענען מיר זיך ווענדן צו בודהיזם, אבער יהדות איז נישט בלויז “פרידן פאר’ן יחיד”, נאר אויך די פרעזערווירונג פון א פאלק, און ווי עס קוקט אויס פאדערט זיך גאר אין יהדות אז מ’זאל זיך פריער זארגן פאר דער זיכערהייט פונעם פאלק און ערשט נאכדעם פאר דער אייגענער רוחניות. פונקט ווי דער מענטש דארף אויפגעבן געוויסע מאטעריעלע באקוועמליכקייטן פאר דער טובה פון זיין פאלק, אזוי דארף ער צומאל מאכן א פשרה מיט זיין רוחניות ווען דאס פאלק פאדערט דאס.
ווען א איד פארגעסט זיין פאלק בלייבט ער אפגעשמיסן פון ביידע זייטן, וויבאלד די פארצווייגטע געזעץ-סיסטעם אין יהדות האט א סך צוטון מיטן פאלק, און דאס פארשווערט ממילא אויף דער פערזענליכער רעליגיעזיטעט. צו דאווענען אליין אין שטוב אין דער אידישער שפראך קען זיין מער “דערהויבן”, אבער כדי צו האלטן דאס אידישע פאלק פאראייניגט אין גלות האבן חז”ל געפאדערט פונעם איד צו קומען דאווענען מיט א מנין, און דוקא אויף לשון הקודש. דאס געהערן צום אידישן פאלק איז זייער א קאמפליצירטער ענין פאר’ן רעליגיעזן איד, וויבאלד יעדע צעגיסונג פון געפילן צו גאט מוז פריער דורכגיין דעם פריזם פונעם פאלק.
די פראבלעם קומט אויף ווען דער מנין וואס אידן מאכן אין בית מדרש ווערט אליין אפגעריסן פונעם פאלק, פארוואנדלענדיג די תפילה אין א מעכאנישן ריטואל וואס האט נישט קיין שייכות סיי מיט דער פערזענליכער רוחניות און סיי מיטן פאלק. געוויסע חסידישע רבי’ס האבן אין אזעלכע מאמענטן אויסגעקליבן צו דאווענען ביחידות, און אויך רבי שמשון רפאל הירש (1808-1888) האט געשריבן אין זיין צייט אז ער וואלט גערן פארשלאסן די בתי מדרשים אויף א שטיק צייט, ביז אידן וועלן זיך אויסלערנען אז דער געדאנק פון דאווענען איז נישט בלויז אן אויסערליכער “רעליגיעזער ריטואל”, נאר מ’דארף וויסן מיטצונעמען גאט [און די אידישע באוואוסטזיניגקייט] אינדרויסן פונעם בית מדרש.
כאטש וואס די ספעציפישע דילעמע, אז ריטואלן ווערן פארטרוקנט מיט די יארן, איז א פראבלעם וואס פלאגט אלע רעליגיעס און אלע אידעאלאגיעס, איז אבער ביי אידן דא די באזונדערע דילעמע פון פארגעסן דאס פאלק. די הלכה’דיגע געזעץ-סיסטעם האט אפגעטיילט צווישן אידן און גויים, מיט דער כוונה אויפצוהאלטן דעם קיום פונעם פאלק אין גלות קעגן דעם שטראם פון אסימילאציע, אבער ווען די אינערליכע נשמה ווערט פארטרוקנט ביי א איד שטעלט זיך ארויס אז מ’איז אפגעריסן נישט בלויז פון גויים נאר אויך פון אייגענע אידן, און ממילא פון זיך אליין. אויב ס’איז קיינמאל נישט געזונט ווען מ’פארלירט דאס אינערליכע פייער פון רעליגיע, איז עס אין יהדות נאך מער שעדליך, ווייל דעמאלט בלייבט מען עפעקטיוו אפגעריסן פון דער גאנצער וועלט, אפילו פון אייגענע ברידער און שוועסטער.
יעצט ווען מיר האלטן ביים פראווען נאכאמאל יום כיפור דארפן מיר ווידער אויפפרישן די תפילה פונעם כהן גדול. מיר דארפן זיך בעטן ביי גאט, נישט בלויז אויף קיבוץ גלויות, נאר אויך אויף די אידן וואס געפינען זיך שוין אין ארץ ישראל, אז זיי זאלן אפגעהיטן ווערן פון יעדן שלעכטס, די עקאנאמיע זאל בליען אויף אלע באקן, די אידישע דעמאגראפיע זאל זיך צעוואקסן ווי אויף הייוון, און פארשטייט זיך – אז “ס’זאל זיך מער קיינמאל נישט איבערהאקן די אידישע מלוכה אין יהודה.”
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.