באזוכנדיג אן ארטיגע ביבליאטעק אין ניו-יארק, האב איך מיטאמאל געהערט פון ערגעץ אינעם זאל ווי צוויי מענטשן שמועסן אויף אידיש איבער דער סטרוקטור פון א לעבעדיגן צעל. „דאס איז די מיטאכאנדריע,‟ האט עמיצער פון זיי געזאגט, „און איר פונקציע איז צו פראדוצירן די ענערגיע פונעם צעל‟. כ׳האב פארשטאנען אז יענע חזר׳ן זיך איין פאר א פארהער, און ביי מיר אין הארצן האט עס א קיצל געטון, סיי ווייל כ׳האב ליב די טעמע פון ביאלאגיע, און סיי ווייל כ׳בין מקנא די וואס חזר׳ן אויף פארהערן און געניסן פון דער אקאדעמישער ערפארונג.
אין די לעצטע טעג האט זיך אין דער ישראל-צייטונג „מקור ראשון‟ אפגעדרוקט אן ארטיקל //www.nrg.co.il/online/11/ART2/692/288.html וועגן א גרופע חסידים, וואס שטרעבן און פלאנירן אקטיוו ארויפצוגיין זיך באזעצן אין ארץ ישראל. דער מחבר פונעם ארטיקל האט אינטערוויואירט עטליכע מיטגלידער פון דער דאזיגער גרופע – „זורח, חסידים למען ישוב ארץ ישראל‟ – און פון די שמועסן צוזאמגעשטעלט אן אלגעמיין בילד איבער די אספיראציעס פון די גרופע-מיטגלידער.
די רבנים וואס האבן זיך קעגנשטעלט צום ציוניזם אין די בראשית יארן פון דער אידעאלאגיע האבן געהאט פארשידענע סיבות. ס׳איז למשל וויכטיג אנצודייטן אז די סיבה וואס מ׳גיט אן אין סאטמאר, אז אויפבויען ארץ-ישראל מוז געשען דורך משיח, איז געווען נאר די מיינונג פון ווייניג רבנים. דער גרעסטער טייל האט פשוט מורא געהאט פון דעם וואס סעקולערע אידן וועלן ווערן מנהיגים איבערן כלל ישראל. דער היינטיגער מציאות פון א טיף טראדיציאנעלן ארץ-ישראל איז שווער געווען פאראויס צו זען. לאמיר נישט פארגעסן אז אפילו סאטמארער רב אליין האט קיינמאל נישט זוכה געווען צו דערלעבן די תקופה פונעם נאציאנאל-רעליגיעזן לאגער, וואס צייגט אויף א נייער ריכטונג אין היסטאריע.
כ׳האב דורכאויס דעם פארלאפענעם יום-טוב אונטערגעהערט א שמועס צווישן צוויי יונגעלייט, וואס האבן הפנים זיך געמאכט א שיעור אין נביא. די צוויי האבן גערעדט וועגן די וויזיעס, וואס די נביאים אין תנ״ך מאלן אויס פאר דער „ענד פון די טעג‟ תקופה. האט איינער אנגעוויזן, ווי א ריי פון די נבואות זענען שוין מקויים געווארן, אדער האלטן אינמיטן זיך אויסשפילן אין אונזערע צייטן. זיין מסקנא: מיר שטייען שוין אינמיטן דעם גאולה-פראצעס, ווען ארץ ישראל וועט צוריק ווערן דאס היימלאנד פון אידישן פאלק, וואו עס וועט זיך לעבן רואיג און זעלבסשטענדיג, אזוי ווי אמאל.
מיט אפאר וואכן צוריק האב איך געשריבן אן ארטיקל איבער דער צעפאלונג פון דער אידישער אויטענטישקייט צווישן חרדים. איך האב אונטערגעשטראכן דעם פאקט וואס די אידישע שפראך ווערט צוביסלעך איבערגענומען פון אן ענגליש-אידישן געמיש; די מוזיק גייט איבער א טראנספארמאציע, און אזוי קען מען אננעמען אז נאך און נאך קולטור-שטריכן וועלן נאכקומען. עמיצער האט קאמענטירט אויפ׳ן ארטיקל אז „ואיה וענה זאל זיך נישט זארגן‟, וויבאלד אידן האבן שטענדיג געהאט א קאמפליצירטע באציאונג מיט דער סביבה, און אפילו אויב מ׳זאל איבערלאזן די מזרח-אייראפעישע קולטור וועט מען נאך אלץ טרעפן א מהלך ווי צו לעבן אייגנארטיג אין דער אמעריקאנער סביבה.
א וואוילער חסידישער איד האט מיר געזאגט אין א שמועס, אז קוקנדיג אויף דער שטייגנדער ראטע פון סעקולאריזם צווישן אידן אינעם לעצטן יאר-הונדערט, איז אים גאר נישט שווער פארשטיין פארוואס דער האלאקאסט האט פאסירט. כביכול האט זיכער, נישט אנדערש, נאר געוואלט ראטעווען דאס אידישע פאלק פון אונטערגאנג. אויב וואלט דער חורבן נישט פאסירט, וואלט די השכלה ווייטער אנגעזייט חורבנות צווישן אידן, און ווער ווייסט, וואס ס׳וואלט געבליבן פונעם אידישן פאלק. מיט יארן צוריק האב איך אויך געגלייבט אין אזעלכע תירוצים, אבער היינט איז מיר ליבער די קשיא.
ווי א המשך פון קאלעגע ואיה וענה׳ס לעצטן ארטיקל, „איז די חרדישע וועלט ביים שוועל פון אסימילאציע?‟ וויל איך ווייטער טראגן דעם גרונט-געדאנק אויף וועלכן זיין רעיון שטיצט זיך. אפשר איז זיין כוונה נישט געווען ממש צו דעם וואס איך וויל זאגן, אבער א שייכות האט עס זיכער. „ואיה וענה‟ שפעקולירט אז מיר, דער חרדי׳שער עולם, האלטן אינמיטן זיך אריינגליטשן אין דער אלגעמיינער קולטור, אינערהאלב וועלכער מיר האבן זיך מיט א יובל יארן צוריק אויסגעבויט אזא אינזל.
דער מחבר נוצט עטליכע ביישפילן אונטערצושטיצן זיין טעזע, און איך מיין אז ער איז גערעכט. איך ווייס נישט צי ס’איז אזוי ווייט אסימילאציע, ווי דאס פארלירן די אייגענע אידענטיטעט. די גרונט-שטריכן וואס דעפינירן דעם חרדי’שן איד, ווערן אלץ מער פארלוירן און פארבלאסט. מיר פארגעסן ווער מיר זענען, אבער ווייסן נאכנישט וואוהין מיר גייען.
קודם כל לאזט מיך קלארמאכן אז מיטן ווארט „אסימילאציע‟ מיין איך נישט חלילה אז מ’שטייט ביים שוועל פון פארלירן די אידישע אידענטיטעט, און איך מיין אויך נישט אז מ׳האלט ביים אויפהערן זיין פרום, נאר איך באצי מיך צו דער מעגליכקייט פון א קולטורעלער אסימילאציע. דאס הייסט, אז די היימישע וועלט זאל פארלירן בקרוב די אידישע שפראך, די מאכלים, די מוזיק, די מנהגים, און אזוי אלע אנדערע וויכטיגע זאכן וואס זי האט אפגעהיטן פון די פריערדיגע דורות. איך וועל קלארמאכן אינעם ארטיקל פארוואס איך טראכט אזוי.
אריינקומענדיג איין טאג צו מיר אין שטוב, האב איך געהערט שפילן א ליד פון ליפא שמעלצער וואס מיין ווייב האט אנגעצינדן פאר די קינדער. די קינדער זענען געזעסן ארום דעם טיש אין קיך און זיך צוגעהערט צו דער מוזיק, בשעת זיי האבן געארבעט אויף עפעס א מאלעריי אדער א שפילעריי. איך האב אריינשפאצירט אהין און הנאה געהאט צו זען ווי די קינדער פארנעמען זיך מיט זייערע פראיעקטן, און זענען פארטון אין זייערע אייגענע וועלטלעך. מיין טאכטער איז געזעסן ביים טיש און געשאקלט מיטן קאפ אהין און צוריק לויטן ריטם פון דער מוזיק, מיט גאנץ תמימות׳דיגע קינדישע אויגעלעך.
אין די לעצטיגע וואכן האט זיך באוויזן א שילד ערגעץ וואו אין די וויליאמסבורגער גאסן, מיט אן אויפשריפט וואס רופט דעם חסיד׳ישן עולם זיך צו לערנען ענגליש. מיט „ענגליש‟ מיינט נישט דער פסוק בלויז די שפראך, נאר אויך די אנדערע צוגעהערן וואס קומען מיט סעקולערע לימודים, וואס ווערן כמעט אינגאנצן איגנארירט אין דעם חסיד’ישן חינוך-סיסטעם.
ווי געווענליך, האט דער רוף ארויסגערופן רעאקציעס. און ווי געווענליך, איז פאראן א טיפער תהום צווישן די „אפיציעלע‟ רעאקציעס און דער וואס עולם שמועסט שטיל, און אפילו נישט אזוי שטיל, צווישן זיך.
אין אמעריקע גרייט מען זיך יעצט צו דער רעדע פון ביבי נתניהו, וואס איז געקומען צופליען פון ארץ-ישראל כדי אויפצוטרעטן פאר׳ן קאנגרעס, אויפצוקלערן ווי שעדליך ס׳איז דער אפמאך וואס דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן וויל דורכפירן מיט איראן, וועלכע קען שטעלן אין סכנה די פרייע וועלט בכלל און דאס אידישע פאלק בפרט.
ווי מיר ווייסן האט די רעדע אנגעמאכט א שטורעם ווי ס׳דארף צו זיין, צוליב דעם וואס ביבי האט נישט געפרעגט קיין רשות פון אבאמא איידער ער האט געמאכט דעם פלאן צו קומען איבערגעבן זיין מעסעדזש פאר׳ן קאנגרעס, און כאטש זיינע קריטיקער באשמוצן אים דערפאר מיט כל-ערליי טיטלען, איז אבער קלאר אז דאס איז זייער א היסטארישער מאמענט וואס פאסירט פאר אונזערע אויגן.
גדרים און סייגים זענען אזעלכע גזירות וואס ווערן איינגעשטעלט פאר׳ן צוועק פון באהיטן א מענטש פון אנקומען צו אן אמת׳ן איסור, א ווירקליכן פראבלעם. פאראן אין אידישקייט די תורה און מצוות, וואס האט איבערגעלאזט פלאץ פאר די חכמים פון יעדן דור צוצולייגן א „צוים‟, וואס זאל ווי צעברייטערן דעם שטח ארום אן עבירה, כדי צו פארשווערן דעם צוטריט אהין.
די לאגיק אונטער דעם געדאנק איז פשוט. די צייטן און אומשטענדן בייטן זיך כסדר, און וואס איז אמאל געווען א זאך פון וואס יעדער איז בהחלט אוועקגעשטאנען, איז היינט מער רייצנד, צוציענד, און גרינג צוטריטליך. כדי צו פארזיכערן אז דער גרינגער צוטריט זאל נישט פירן צום צוזאמפאל פונעם עצם תורה׳דיגן איסור, האט זיך אויסגעפעלט אפצוצוימען נאך א שטיק שטח היתר. א גדר (צוים) קען ובכן געזען ווערן ווי דעם איסור אנעקסירן א שטיק שטח פונעם היתר.
שלום בערגער האט מיט א פאר טאג צוריק אנגעשריבן אן ארטיקל אינעם „פארווערטס‟ איבער א פאעזיע-פארמעסט וואס איז פארגעקומען אויף קאווע-שטיבל. קורץ נאכ׳ן פובליצירן זיין קריטיק האב איך באקומען א ידיעה אויף דער בליצפאסט פון שלומ׳ס בלאג, איבער אן אויפברויז וואס איז געשאפן געווארן צווישן די קאווע-שטיבל׳ניקעס קעגן דער קריטיק וואס שלום האט געשריבן אין דער צייטונג. אין ליכט פון דעם איבערקערעניש וואס איז געשאפן געווארן האב איך באשלאסן צו כאפן א בליק וועגן וואס ס׳רעדט זיך, און צום סוף האט זיך מיר פארגלוסט אפצוגעבן דערויף מיינע אייגענע צוויי פרוטות.
אין דער צייטונג האט שלום געשריבן אז נאכ׳ן אפליינען די פאעמעס פונעם קאווע-שטיבל איז אים קלאר געווארן אז ער, „אלס מאדערנער פאעט, און זיי, ווי חסידישע דיכטער, וואוינען און שרייבן אויף ווייט אפגערוקטע פלאנעטן, מזרח ממערב.‟ דערנאך האט ער ווייטער אפגעשריבן א לאנגע מגילה מיט קריטיק, וואס די חסידים אויף קאווע-שטיבל האבן אנגענומען פערזענליך, ווי גלייך ער וואלט געהאט ארויסגעוויזן א פיינטשאפט צו חסידים. ווי א רעזולטאט פונעם אויפברויז האבן טייל פון די „ניקס‟ זיך צעלאזט אויך קעגן דעם שרייב-אויסלייג פונעם „יידיש,‟ און בכלל קעגן דעם „צוריקגעשטאנענעם פארווערטס” וואס קיינער איז אין אים נישט אינטערעסירט.
אמאל איז געווען א קעניג. אזוי פלעגן מיר אמאל זיך פארשטעלן דאס דאווענען – רעדן פאר׳ן אויבערשטן. פון א קעניג האט מען מורא, אבער נישט דווקא ווייל ער וויל עמיצן שלעכטס טאן. ס׳איז די מורא וואס קומט פון דער טיפער, ממשות׳דיגער דיסטאנץ צווישן דעם מענטש און דער פאזיציע פון קעניג. א מלך איז געווען די העכסטע פארעם פון אויטאריטעט און איז במילא געווען דער נאענסטער אופן וויאזוי צו ממחיש זיין דעם גרעסטן און טיפסטן אפשיי פון איין מענטש כלפי א צווייט וועזן.
איך בין געשטאנען ביי די ברעגעס פונעם הייליגן לאנד, די אייזערנע פלי-שיף האט מיך הערשט אויסגעשפיגן פון אירע אינגעוויידן, און מיינע פיס האבן גענומען אונטערברעכן אין ציטער, דערנענטערנדיג מיין מויל צו דעם אספאלט פונעם לופט-פעלד וואס איז אויסגעבויט געווארן דורך אידישע הענט אויף אידישער ערד. ארום מיר זענען געשטאנען נאך אידן וואס האבן דערגרייכט דעם הייליגסטן האפן אויף דער ערדישער וועלט, און גלייך ווי מיר זענען זיי געפאלן אויף דער ערד און איר אויסגעקושט מיט תשוקה.
פארגאנגען איז די צייט וואס נאר גרויסע מענטשן האבן רעכט אויסצודריקן זייער ליבע צו ארץ-ישראל, אוועק איז די צייט וואס נאר חשובים מעגן גלוסטן צו אונזער ערשטע און איינציגע מוטער, ווייל יעדעס קינד פונעם אידישן פאלק קען היינט אויסשטרעקן א האנט און גלעטן די הייליגע ערד, אויב ער וויל עס נאר טון. און וועלכער איד וועט דאס דען נישט וועלן טון? וועלכער איד איז נישט היינט צוטאגס א קליינער רבי יהודה הלוי, וועמען עס בענקט און ציט צום לאנד פון אידן?
וואס וואלט געשען אויב די באנייאונג פון אידישן קאנטראל און רעכט אויף ארץ ישראל וואלט געשען מיט דריי-הונדערט יאר פריער? וויאזוי וואלטן זאכן זיך אנטוויקלט, אויב אינמיטן דעם דחקות און פינסטערניש פונעם שטעטל און דערפל דארט און דעמאלט, ווערן אידן אויפאמאל אנגעזאגט דער בשורה, אז ארץ ישראל איז צוריק זייערס און זיי קענען זיך תיכף אויפהייבן און ארויפגיין?
ארויס פון פרעמדע היימען און ארויף קיין ארץ ישראל, וואו מ’וועט זיך בויען א הייזקע אויף א בארג און אנזייען א פעלד אינעם טאל – וואו מ’וועט לערנען אונטער יענעם פייגנבוים וועגן וועלכן ישעי’ האט נביאיש אויסגעזינגען מיט יארטויזנטער צוריק. דאס הייזקע וועט טאקע זיין פשוט און ארעם, אבער ארעם און נאקעט איז די שטוב אויך דא. דארט וועלן מיר כאטש זיין אינדערהיים. שונאים וועלן קומען און אונז פרואווען פארניכטן; זיי טוען אבער דאס זעלבע דא. דארט וועלן מיר כאטש פארטיידיגן זיך און דאס אייגן שטיקל קרקע און נחלה. “מה יפית” וועלן מיר ווייטער זינגען, אבער אנשטאט איינגעבויגן אין דרייען און פאר’ן שיכור’ן פריץ, וועט דאס געזאנג געווענדט ווערן מיט שטאלץ און פרייד צום הימל.
א) פארוואס זענען אזויפיל ספרדים געווארן חרדים?
אין ארץ-ישראל האלט מען יעצט פאר די וואלן, און ס’איז פאראן א גרויסע שפאנונג צווישן די פרומע פארטייען – דער עיקר צווישן די ספרדים. די טענות פון איינעם אויפ’ן אנדערן זענען פארשידענע, און אגב שווימען ארויף זייטיגע קאנפליקטן איבער פראגעס פון השקפה, ווי למשל צי ווייבער מעגן פארנעמען א זיץ אינעם כנסת, אדער וויפיל מ’מעג אריינברענגען סעקולערע שטודיעס אין די פרומע חדרים, און נאך אזעלכע פראגעס וואס האבן צוטון מיט דער רעאליטעט פון דער מאדערנער צייט.
ווען ארץ ישראל’דיגע אידן קומען קיין אמעריקע שנארן, קוקט עולם אויף זיי פון אויבן אראפ מיט ביטול. פארוואס? ווייל פארוואס קענען זיי נישט גיין ארבעטן ווי נארמאלע מענטשן? דרייען זיך ליידיג און פוסטעווען אפ דעם גאנצן ליבן טאג, און ווען דער מצב ווערט ענג פאר’ן חתונה מאכן א קינד, לאזט מען זיך ארויס קיין אמעריקע און מען קומט צוריק צופרידן צו קענען ממשיך זיין הולך-בטל’ן א טאג נאך דער לעצטער שבע ברכות.
ס׳איז סוף יאר אויפ׳ן גויאישן קאלענדאר, און ספרים וסופרים זענען פארנומען אהערצושטעלן ליסטעס פון „די בעסטע פונעם יאר”. פון מוזיק און ביכער, ביז שיך בענדלן, פרובירט יעדער בעל דעה איבערצושטייגן דעם אנדערן מיט זיינע אויסוואהלן.
אויך פילמען ווערן פארשטייט זיך אויסגעקליבן, און ס׳קומט זייער צונוץ, ווייל אויב בשנים קדמוניות פלעגט מען האבן מער צייט זיך צו ווייקן אין פילמען איז דאס אלעס אבער היינט בבחינת „יכלה הזמן והם לא יכלו”, אייביקער ווי די צײַט אַליין, וכסף (זמן) מנלן, נאָר וווּ נעמט מען געלט?
פון די אלע ליסטעס איז געווענליך חביב עלי הניו יארקער מכולן, און אז ׳אידא׳ ערשיינט דארט אויפ׳ן שפיץ פון דער רשימה האב איך דאס געקוקט צום ערשט, און כ׳בין לגמרי נישט געווארן אנטוישט.
חז”ל זאגן אונז אז ווען די גאנצע סנהדרין פסק’נט אויף עמיצן אז מ’דארף אים טויטן, און ס’איז נישטא אפילו איינער וואס זאל זאגן פארקערט, איז דער דין אז דער מענטש איז פטור און מ’הרג’עט אים נישט. די סיבה דערצו איז וויבאלד דער עצם פאקט אז אזויפיל דיינים זענען פאראייניגט און ס’איז נישטא כאטש איין פארקערט קול, ווארפט דאס א חשד אויף דער ריכטיגקייט פונעם פסק. אפילו ווען ס’זאל זיך יענעם קומען מיתה, וואלט אבער געדארפט זיין כאטש איינער וואס זאל טרעפן א סיבה אים צו באפרייען פונעם שווערן משפט. און אויב דאס האט זיך נישט געמאכט ווארפט עס א פראגע צייכן אויפ’ן רעזשים.
אונזער לעבנס-שטייגער, פון אנהייב ביז’ן סוף, איז לכתחילה אוועקגעשטעלט אויף א מהלך פון בדיעבד. ס’איז אזוי מיט כמעט אלעם איז לעבן, אנגעהויבן פון דעם חינוך, פרנסה, מיט’ן גאנצן הלוך ילך פון אלעם אינדערצווישן.
די קינדער ווערן מחונך מיט זאכן וואס זענען צום מערסטנטייל זיי נישט נוגע. די זאכן וואס זיי וועלן יא דארפן קענען, דערוויסן זיי זיך קיינמאל. דער איבערוויגנדער רוב פון אונזער יונגלעך, וועלן צום סוף נישט בלייבן ביים לערנען. וואלט דער שכל געזאגט, אז זיי זאלן אויסגעשולט ווערן צו דעם לעבן, וואס זיי וועלן למעשה פירן – די יסודות פון דער שפראך און אנדערע לימודים וואס עמיצער אין דער היינטיגער סביבה מוז קענען, כדי צו שטעלן די ערשטע שריט אין לעבן.