ס’איז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו ניצן א טעקסי אין ניו יארק, און דער שאפער האט מיר אויסגעזען צו זיין א רוסישער וואס איז נישט לאנג צוריק אנגעקומען קיין אמעריקע. ענגליש האט ער נאר געקענט אביסל, און מיר האבן קוים געקענט קאמוניקירן, נאר ער האט דאך פארשטאנען וואס איך פרעג אים און ער האט צוגעשאקלט מיטן קאפ, צולייגנדיג אמאל א ווארט צוויי. ווען איך האב אים געפרעגט ווי לאנג ער איז שוין דא און צי ער בענקט צוריק אהיים, האט זיין פנים אויסגעזען טרויעריג און ער האט מיר פארזיכערט אז ער בענקט שטארק.
מיט זיין צעבראכענעם ענגליש האט ער באוויזן מיר צו דערציילן אז ער איז דא מיט ווייב און קינדער, אבער ער איז נישט צופרידן פונעם חינוך-סיסטעם אין ניו יארק. „די רעליגיעזע שולן זענען אפשר פיין,‟ האט ער מיר געזאגט, „אבער די אלגעמיינע שולן זענען בעסער אז מ’טרעט נישט אריין אין זיי.‟ דא האט ער אנגעהויבן אויסרעכענען א רשימה פון פארשידענע מינאריטעט-גרופעס וועלכע וואוינען אין אמעריקע און זיי ברענגען אראפ די סטאנדארטן פון די שולעס. פון דעם וואס ער האט זיך געוואגט ארויסצורעדן אזעלכע „כפירה ווערטער‟ אין אמעריקע, האב איך שוין געקענט זען אז ער מוז טאקע זיין א ניי־געקומענער.
איך ווייס נישט צי ער איז גערעכט מיטן באשולדיגן ספעציפישע מינאריטעט-גרופעס, אבער איך האב בכל אופן פארשטאנען זיין ווייטאג. דער חינוך-סיסטעם אין אמעריקע איז נישט פון די בעסטע, און נעמענדיג אין באטראכט אז ער קומט פון רוסלאנד דערזעט ער זיכער דעם גרויסן אונטערשייד צווישן די צוויי לענדער אין דעם געביט. כ’האב זיך לייכט געקענט אידענטיפיצירן מיט זיין בענקשאפט אהיים. זיינע טרויעריגע אויגן האבן מיר אויסגעזען היימליך, און איך האב פרובירט אויפצוברענגען נעמען פון רוסישע פאלקס-לידער כדי אים צו דערפרייען די נשמה.
דער שאפער איז געווארן איבערגענומען און ער האט באלד ארויסגענומען זיין טעלעפאן און אפירגעזוכט אויף יו-טוב רוסישע לידער, כדי זיי אויפצושפילן הויך. במשך די איבריגע אנדערטהאלבן שעה פונעם וועג האט געשפילט רוסישע מוזיק אין אויטא, אנגעהויבן פון „קאטיושא‟, אריבער צו „פראזשענקא סלאוויאנקא‟, און נאך אנדערע נאציאנאלע לידער. איך האב געזען אין אים א קינד וואס איז פארווארפן פון זיין היים, און ער בענקט אזוי אפנהארציג אז ס’ברענגט טאקע צו וויינען. ער האט זיך געפרייט צו מיר, און איך האב זיך געפרייט צו אים, ווייל איך האב ליב צו זען מענטשן וואס האבן ליב זייער פאלק.
דערזעענדיג דאס האב איך זיך דערמאנט אין די לידער פון רבי יהודה הלוי, וועלכער האט אויסגעדרוקט זיין בענקשאפט צו ציון מיט דעם זעלבן קינדישן טרויער, בענקענדיג צו די וואסערן וואס פליסן איבער די בערג פון ציון, די נאטור פון ארץ ישראל, און אלץ ארום. אויב רבי יהודה הלוי האט עס געזאגט אין א צייט ווען ארץ ישראל איז נאך געווען כמעט פוסט פון אידישע איינוואוינער, וואס זאלן מיר זאגן היינט ווען ארץ ישראל איז אנגעפילט מיט מיליאנען אידישע איינוואוינער? איז דען מעגליך נישט צו בענקען אהין, און וועלן אזוי שטארק זיין א טייל פון דער דארטיגער טאג-טעגליכקייט?
אין די תנועות פונעם „פראזשענקא סלאוויאנקא‟ האב איך געפילט די פולסן פון מיין אידישן הארץ, און איך האב זיך געשפיגלט אין דער אייגענער בענקשאפט. ווען דער שאפער האט מיך אויסגעפרעגט איבער ארץ ישראל, איבער דעם וועטער דארטן און די שעות וויפיל ס’נעמט צו פארן אהין פון ניו יארק, האב איך געפילט ווי מיר האבן אזויפיל געמיינזאם. מיר זענען אלע מענטשן, מיר זענען אלע בענקעדיגע, און ס’איז נאר א ברכה וואס מיר האבן ערגעץ א ווינקל אין דער וועלט וועלכן מיר קענען אנרופן היים. פאר אים איז דאס נאטירליך, אבער פאר מיר – זייענדיג א איד – איז דאס א נס. ס’איז א בענקשאפט פון צוויי טויזנט יאר וועלכע האט נישט אויסגעוועפט, און נאר עפעס א הימלישער כח האט אונז געברענגט ביז אהער, צו קענען רעאליזירן די בענקשאפט.
נישט בלויז די לידער פון רבי יהודה הלוי דערווארעמען אונז היינט, נאר אויך די פאפולערע מיטללענדישע מוזיק וועלכע ווערט געזונגען אויף העברעאיש, די לידער מיט די סלסולים וועלכע איר הערט ביי יעדן געשעפט און יעדן ווינקל אין ארץ ישראל. די ממשות’דיגע וואכעדיגע קולטור פונעם הייליגן לאנד, די זיסע קולות’לעך פון די דארטיגע זינגערס און זינגערינס, דערמאנען אין דער רעאליטעט פון שיבת ציון, אין דער ממשות’דיגקייט פונעם לאנד, איבער דעם מציאות פון טאג-טעגליכן לעבן אויף דער הייליגער ערד. וואס וואלט רבי יהודה הלוי געזאגט אויף דעם? וויאזוי וואלט היינט אויסגעזען זיין „ציון הלא תשאלי‟?
דער טעקסי איז סוף כל סוף אנגעקומען צו מיין הויז, די רוסישע מוזיק האט זיך אפגעשטעלט, און איך האב זיך געזעגנט פון דעם שאפער. איך קען נישט דעם שאפער, איך גלייב נישט אז איך וועל אים נאך אמאל זען, אבער כ’האב כאטש געהאט די געלעגנהייט צו זען ווי ווייט מיר זענען אלע ענליך, און די געפילן וואס מענטשן טראגן אין גלות, זייענדיג ווייט פונדערהיים, איז איבעראל אנגעווייטיקט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.