קאנפארמיזם, דער געדאנק פון זיך צושטעלן צום כלל, האט א געוויסן שכל אונטער זיך. ס׳איז לאגיש צו טאן דאס זעלבע וואס אנדערע, און האנדלען לויט די דערווארטונגען פון דער געזעלשאפט אין וועלכער מ׳לעבט איז גראדע געזונט. איינהייטליכקייט און סיסטעמאטישקייט איז איינער פון די אינגרידיאנטן וואס געבן א געשמאק אינעם לעבן פון א כלל.
ווי מיט יעדער זאך, איז דער קאנפארמיזם גוט נאר אזוי לאנג ווי דאס ווערט געטאן מיט א חשבון און מאס. עקסטרעמיזם איז כמעט קיינמאל נישט גוט און פירט געווענליך צו פארקערטע רעזולטאטן, און נישט גענוג וואס עס פירט נישט צום געוואונטשענעם ציל, מאכט עס נאר פראבלעמען. פאראן ווייניג ביישפילן וואו דער קאנפארמיזם פירט צו אזעלכע פארדרייטע רעזולטאטן ווי „שמחות” – באזונדערס חתונות. ס׳איז א הימל-געשריי וואס מיר טוען צו זיך אליין אינעם נאמען פון זיך צושטעלן. אנשטאט פייערן די גליקליכסטע מאמענטן אינעם לעבן פון א מענטש, לייגן זיך די עלטערן אריין אין קראנקען-בעט צוצורישן [צוצוגרייטן] א שמחה וואס טוט גארנישט מער ווי אויסנאגן דאס טראפן געדולד וואס איז אין אונזער אנגעשטרענגטער לעבנס-שטייגער נאך פארבליבן ביי מענטשן.
וועמען נארן מיר? דער איבערוויגנדער רוב פונעם היימישן עולם קען זיך נישט דערלויבן די אויסגאבן פון חתונה-מאכן א קינד לויט דעם אנגענומענעם סטאנדארט. יעדער ווייסט עס. יעדער וואס קומט אריין צו א חתונה ווייסט אז לויט אלע ווארשיינליכקייטן האט דער מחותן מיט׳ן מידן שמייכל און שלשלת׳דיגן נייעם שטריימל זיך פאר׳חובה׳ט ווייט העכער די בלוט-דרוק ציפערן. פון וואו ווייסן זיי עס? ווייל זיי, די ווייסערס, האבן דאך ממש מיט צוויי וואכן צוריק, אדער וועלן אין דער נאענטער צוקונפט אין א מזל׳דיגער שעה אויספירן די זעלבע פארשטעלונג.
דער מחותן אליין ווייסט דערביי אז זיינע גוטמיינענדע געסט האבן אזויפיל געדולד צו דער גאנצער חתונה ווי ער האט צו זייערע שמחות. ער דארף דאך זיין לחלוטין פארריקט צו טראכטן אנדערש. ער, דער מחותן, ווייסט ווי ער וויל ארויסזען פונעם זאל ווען ער קומט אריין צו יענעמס שמחה מיט דעם זעלבן פלאסטישן שמייכל ווי יענער צו זיינער. גוט, ער האט די ברירה נישט צו טראכטן דערוועגן יעצט, ווען ער נעמט אפ די מזל-טוב וואונטשן; אבער דעם אמת ווייסט ער פארט.
הייסט עס אזוי. מיר שפענדן שווערע טויזנטערס וואס מיר פארמאגן נישט, צוצושטעלן א שמחה וואס קיינער דארף נישט, וואס ברענגט גארנישט חוץ א זאל פול מיט גענעצנדע, דערנערווירטע אידן, וואס טראכטן דער גאנצער צייט רק פון דער אויסווירקונג וואס דאס זיך שפעט-לייגן היינט וועט האבן אויפ׳ן מארגן.
מה פשט, רבותי? ווען און וואו האבן מיר גענומען דעם דריי אריין צום דרך המלך משוגעים? די באהאנדלונגען און מעדיצינען וואס די „באלעבאטישע שמחה‟ ברענגט נאך קאסטן דאך שוין אליין באלד אזויפיל ווי די גאנצע חתונה. פארוואס מאכן מיר זיך קראנק מיט די אייגענע הענט? פארוואס גייען מיר אויף די נערוון פון אונזערע נאענסטע מענטשן און בעסטע פריינט? וואס זענען זיי שולדיג אז ס׳האט אונז געכאפט א דיבוק וואס טרייבט אונז צו ווארפן יענעמס געלט אין מיסט פאר׳ן צוועק פון זיך אריינפירן אין קבר פריער ווי דער מלאך המוות האט בדעה?
דאס משוגעת איז אזוי טיף פארווארצלט ביי אונז, אז ווען א קהילה פרובירט שוין יא עפעס טאן אין דער ריכטונג, דורך איינשטעלן תקנות צו צוימען די וואנזיניגע [צעחושטע] אויסגאבן, שטויסן די אינציאטארן זיך אן אין א וואנט אזוי דיק ווי א תפיסה. נישט נאר אז מיר לויפן צום תהום ווי בלינדע שאף, נאר מיר ווערן נאך קריגעריש און שעפעריש אפצושלאגן און אויסצושפילן די וואס ווילן יא עפעס טאן.
פארוואס, רבונו של עולם, זאל מען אפילו דארפֿן מאכן תקנות? דו פארשטייסט נישט אליין אז זיך ארויסלאזן גליטשן אויף א שטעג בארג-אראפ וואס ענדיגט זיך מיט א תהום איז נישט קיין שכל׳דיגער שריט?
אפילו די, וואס זענען שוין פארמעגליכער און קענען זיך דערלויבן אהערצושטעלן א רייכע, עלעגאנטע שמחה, טוען אויך קיינעם נישט קיין טובה. יעדער ווייסט אז דו פארמאגסט דאס געלט; יעדער ווייסט אויך אז די איינציגע סיבה פאר׳ן צושטעלן א באמבאסטישע חתונה איז נאר אפצולעקן די קאמפלימענטן דעם נעקסטן טאג. גלייבסט נישט? קום אריין פארשטעלט אין שול און שטעל זיך צו צו די קופקעס, און הער ווי מענטשן דערזאגן הויך וואס דו האסט נעכטן שטיל געטראכט.
ס׳איז צייט זיך ארויסצורייסן פון דעם כישוף-קרייז, ווייל מיר זענען במילא נישט געבליבן מיט קיין כוח ווייטער צו פארן אויף דעם גאנג. קוים וואס ס׳איז פארבליבן קאליר אין פנים זיך אויסצולאכן פון זיך אליין, הגם מיר אלע ווייסן אז די גאנצע שפיל איז פוסט און חוזק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.