ס׳איז פאראן א פילם פון דער שטאט מונקאטש אינעם יאר 1933 וואו מ׳זעט פארשידענע אספעקטן פונעם אידישן לעבן אין דער שטאט צווישן פרייע און פרומע. צווישן איבריגנס זעט מען ווי צענדליגער יונגע קינדער זינגען אינאיינעם דאס ליד פון „התקוה‟. נישט קיין נפקא מינה וויפיל מאל איך הער דאס ליד, פיל איך שטענדיג ווי די הארצקלאפן ווערן מיר שנעלער, דער בלוטדרוק גייט מיר ארויף, און אן עלעקטריציטעט לויפט דורך מיין גאנצן קערפער.
די צייט וואס די קינדער אויפ׳ן פילם האבן דאס געזונגען איז געווען די לעצטע פאר יאר פונעם מזרח-אייראפעישן אידנטום, דאס הרג׳ענען אידן אין פוילן איז נישט געווען קיין זעלטענע ערשיינונג, טויזנטער טעראר אטאקעס פלעגן דורכגעפירט ווערן איבער אידן לענגאויס פון פוילן, אידן פלעגן אראפגעשליידערט ווערן פון די באנען אינמיטן פארן, און פאגראמען פלעגן אויסברעכן יעדן מאנטאג און דאנערשטאג. די אידישע וועלט האט געברענט אונטער די פיס, און די האפענונג צו שיבת ציון וואס די קינדער האבן געברענגט אויף די ליפן איז באזונדערס רירנד ווען מ׳נעמט דאס אלעס אין באטראכט.
דערנאך איז פאראן אן אנדער רעקארדירונג פונעם יאר 1945 וואס די בי-בי-סי נייעס אגענטור האט אפגעכאפט אינעם לאגער פון בערגן בעלזן. אויף דער רעקארדירונג הערט מען ווי דער בריטישער נייעס אגענט דערציילט איבער דעם שרעקליכן מצב פונעם לאגער, די צענדליגער טויזנטער טויטע וואס וואלגערן זיך פון אלע זייטן, און אויך ווי מענטשן לייגן זיך כסדר אוועק אויף דער ערד און שטארבן, שוין נאך זייער באפרייאונג, פארנט פון די אויגן פון די זשורנאליסטן. אין דער רעקארדירונג וואס איז אפגעכאפט געווארן אין א פרייטאג צונאכטס פאר קידוש הערט מען ווי א גרויסער עולם זינגט אינאיינעם די הימנע „התקוה‟.
אויב איז דאס נישט גענוג, קען מען טרעפן אויף יו-טוב אן עדות׳שאפט פון אן אוישוויץ איבערלעבערין, רות אליעז, וועלכע דערציילט וויאזוי ביי איינעם פון די טראנספארטן ווען מ׳האט אוועקגעפירט אידן צו די גאז קאמערן, און זיי האבן שוין געוואוסט וואוהין זיי גייען, האט זי מיטאמאל געהערט ווי זיי זינגען דאס ליד פון „התקוה‟. די פרוי רעדט דערוועגן מיט טרערן, זאגנדיג אז דאס ליד האט נאך דעמאלט נישט רעפרעזענטירט קיין מדינה, נאר ס׳איז געווען א אידיש ליד, וועלכע מיר ווייסן איז פול מיט בענקשאפט צו ציון. די אידן האבן אין שאטן פון טויט נישט אויפגעגעבן זייער עקשנות און ליבשאפט צו אידישקייט.
וואס צייגט אונז דאס אלעס? וואס איז דער מעסעדזש פון די רעקארדירונגען? זיי דערציילן אונז וועגן א פאלק וואס איר נשמה איז שטארקער פון שטאל און לאזט זיך נישט צעברעכן. זיי דערציילן אונז וועגן א פאלק וואס איז בכח נאך צוויי טויזנט יאר אין גלות צו טראגן ווייטער אין הארצן אן אור-אלטע בענקשאפט, אן אידענטיטעט, און א געטריישאפט צו זייערע ווארצלען. א פאלק וואס איז בכח נאך דעם אלעמען אויפצושטיין אונטער אן אויגן-בליק, אפטרייסלען די שטויב פון די קליידער, און זיך אומקערן אין די מאסן צו דעם לאנד פון זייערע עלטערן און פארוואנדלען דעם מדבר אין א בליענדיגן לאנד, וואס זאלן מיר זאגן אויף דעם פאלק?
ס׳איז א גרויסער טעות וואס אונזערע שונאים פון די „בּי-די-עס‟ מיינען אז דאס זענען מענטשן וועמען מ׳קען צעברעכן. אויב האבן מיר אנגעהאלטן אונזער חלום אין שאטנס פון די דייטשע גאז-קאמערן, וועלן מיר אנהאלטן אונזער חלום אויך אין שאטן פון סאנקציעס און סטראשונקעס. דאס אידישע לאנד איז אויפגעקומען מתחילה דורך שטארקע אידישע נשמות, און די איבערצייגונג אינעם אידישן פאלק האבן זיי איבערגעגעבן ווייטער צו זייערע קינדער. די אידן אין אמעריקע וועלן עס אפשר נישט פארשטיין, ווייל אין אמעריקע איז אויפגעקומען אן אנדער אידישקייט, א פיל שוואכערע פון דעם וואס האט זיך געשאפן אין ארץ ישראל. דערפאר קען אן אמעריקאנער בכלל נישט באגרייפן וואס דאס הייסט א אידיש הארץ פונעם אידישן לאנד.
מיט אנדערטהאלבן יאר צוריק האט די זינגערין נשמה קארלעבאך פארשפרייט אן „אמעריקאניזירטע ווערסיע‟ פונעם התקוה, וואס פארוואסערט די אידישע זייט פונעם ליד, כדי ס׳זאל נישט חלילה באקריוודען די אראבער וואס וואוינען אינעם לאנד. מיטן גאנצן כבוד פאר קארלעבאך, וועלכע האט זיכער גוטע כוונות, איז עס מסתמא א גוט ליד פאר די אמעריקאנער אידן, וועלכע אסימילירן זיך נעבעך אין די מיליאנען צווישן די אלגעמיינע מאסן. אבער די אידן אין ארץ ישראל, כאטש זיי ווייסן אז מ׳דארף מכבד זיין יעדן מענטש, פארשטייען זיי אז מ׳טאר נישט אויפגעבן אויף דעם אידישן פינטל. ווען די אידן זענען געגאנגען צו די גאז-קאמערן מיט דער „התקוה‟ אויף די ליפן, האבן זיי נישט געקלערט וועגן אזעלכע געקינצלטע מאדערנע פשעטלעך.
מיר פארשטייען אלע אז דער מצב אין ארץ ישראל איז נישט פויגלדיג, יעדער איד וויל ס’זאל זיין שלום, אבער אויב איינער האט א פראבלעם מיט דעם אופן ווי מיר אידענטיפיצירן זיך אלס אידן, נישט אנדערש פון דעם אופן ווי אידן האבן זיך אידענטיפיצירט במשך דריי א האלב טויזנט יאר, אויף להכעיס דער היינטיגער וועלט וועלכע גלייבט שוין נישט אין דעם באגריף פון פעלקער, קענען זיי אלע גיין שלאגן כפרות. דער גייסט פון די שטארקע אידן וועלכער האט זיך נישט געלאזט צעברעכן אין די טויט-לאגערן פון פוילן, וועט זיך אויך נישט לאזן צעברעכן דורך די געדאנקען פונעם פאסט-מאדערניזם. מיר וועלן ליב האבן די גאנצע מענטשהייט, אבער אן דעם וואס מיר זאלן מאכן פשרות אין אונזער אייגענער עקזיסטענץ אלס אידן. רופט אונז פאשיסטן, ראסיסטן, אדער וועלכן נאמען ס׳שמעקט אייך, אויב איז דאס דער פרייז פאר אידישקייט וועלן מיר גרייט זיין עס צו צאלן.
אויב איר קענט זיך פארשטעלן ווי שטארק א פאלק דארף זיין צו קענען אויפשטיין פון אוישוויץ און גרינדן א לאנד, קענט איר זיך פארשטעלן ווי שטייף אונזערע נשמות זענען. מיר לאכן אין פנים סיי פון די וואס ווילן אונז פיזיש צעדרוקן, און נאך מער פון די וואס ווילן אונז צעדרוקן גייסטיש. כאפט א באזוך אין ירושלים וועט איר זען ווי אידן דרייען זיך ארום שטאלצע און צעפרידענע, מיט א אידישן חן אויף די פנימ’לעך. שטעלט אייך אפ שמועסן מיט עמיצן אויף דער גאס, וועט איר באלד דערפילן ווי איר זענט איינס מיט יענעם, די הערצער פארשטייען זיך, דער בליק איז דער זעלבער, און די נשמות צעגאסן. נאר יענער הייליגער גייסט איז בכח אונז דורכצופירן די שוועריגקייטן מיט וועלכע מיר ספראווען זיך, און נאר יענער פלאם וועט צעמאלן די „בי די עס‟.
די אמעריקאנער אידן פארשטייען נישט דעם אידישן פייער, ווייל זיי האבן קיינמאל נישט גענומען דעם טריט פון ארויפגיין קיין ארץ ישראל. זיי האבן זיך באגנוגנט מיטן שטיצן דאס לאנד פונדערווייטנס. אויך אין אונזער היימישער חינוך סיסטעם קריכט צוביסלעך אריין דער אמעריקאנער געדאנקענגאנג, וויבאלד מיר האבן מיט ארץ ישראל א קנאפע שייכות, און אזוי וועפט ערגעץ אויס די נשמה וואס האט אונז אויפגעהאלטן טויזנטער יארן, אבער אין ארץ ישראל איז בכל אופן שטארק ווי אייזן די אידישע דויערהאפטיגקייט. דער אידישער גייסט וואס האט באגלייט די אומגליקליכע אידן אין אוישוויץ וועט אונז ווייטער באגלייטן, אין פייער און אין וואסער, אריבער אלע פראבלעמען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.