Yiddish with an Aleph

דער מה-יפֿית מכשפֿים-געיעג

An Ingratiating Witch Hunt

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share
מאיר עטינגער

מיך שטערט די כוואליע פארדאמונגען אויף דעם מארד פון אן אראביש קינד, אין א פייער-באמבע וואס איז אנגעבליך געווארפן געווארן דורך אידן אין ישראל. מיך שטערט אז א איד האט גע’הרג’עט א צווייטן מענטש; מיך שטערט אבער אויך דער מה-יפית טאנץ וואס האט נאכגעפאלגט.

פארוואס מה יפית? ווייל אראבער טוען שוין יארן גענוי דאס: מארדעווען אידישע קינדער איבער’ן גאנצן לאנד, און קיינמאל באקומט זיך נישט אזא רעאקציע מצד די פירער פון לאנד. ווען ס’וואלט זיך גערעדט פון בלויז פארדאמען, וואלט געווען איין זאך; מיר שטייען פארט אויף א העכערער מאראלישער מדריגה ווי די אראבישע רוצחים. ווען עס קומט אבער צו מעשים – דער היסטעריע וואס האט ארומגענומען אלעמען פון פרעמיער נתניהו און די וויכטיגסטע מענטשן אין זיין רעגירונג – האב איך געפילט אנטוישט. פארוואס זאל א אידישער רוצח פון אן אראביש קינד אויסגעשטעלט ווערן צו הארבערע שטראפן ווי אן אראבישן מערדער פון א אידיש קינד?

מאיר עטינגער, אן אייניקל פון הרב מאיר כהנא הי”ד וועלכער איז דערמארדעט געווארן דורך אן אראבישן רוצח אין 1990, איז ארעסטירט געווארן מיט’ן אויסרייד אז ער העצט צו געוואלדטאטן קעגן אראבער. עטינגער איז שוין א לענגערער צייט אויסגעשטעלט צו רדיפות מצד דעם ישראל זיכערהייטס דינסט, און איז צווישן אנדערן פארטריבן געווארן פון זיין היים אין שומרון. עטינגער האט קיינמאל גארנישט געטאן קעגן געזעץ; בסך הכל האט ער אויסגעדריקט זיינע – לאז זיין ראדיקאלע – מיינונגען אויף א “בלאג” וואס ער פירט. פארוואס קומט אים תפיסה? ער איז ניטאמאל אנגעקלאגט געווארן אין סיי וואס, און ווי עס שיינט, איז נישט פאראן גארנישט אין וואס אים אנצוקלאגן.

עטינגער האסט די אראבישע רוצחים. אבער פארוואס איז ער נישט בארעכטיגט צו פיינט האבן אראבער, וועלכע זענען בעצם אונזערע דם שונאים און וואלטן אונז פארניכטעט ווען זיי וואלטן נאר געקענט? פארוואס האט ער נישט די זעלבע רעכט ווי נישט נאר סתם אראבער אין ארץ ישראל, נאר טאקע ווי דעם “פני” פון דער אראבישער באפעלקערונג אין לאנד – די אראבישע חברי כנסת, זייערע גייסטליכע און פירערס? פארוואס מעגן יענע העצן און אפילו זיך אידענטיפיצירן מיט כאמאס און טיילנעמען אין פיינטליכע פלאטילאס, אבער עטינגער טאר נישט מיינען וועגן זיי די זעלבע?

פארוואס איז דער ראדיקאל רעכטער ווייניגער בארעכטיגט צו זיין מיינונג ווי דעם ראדיקאל לינקן? זהבה גלאון פון מר”ץ איז בארעכטיגט צו “פארשטיין” די אראבישע רוצחים, אבער עטינגער טאר נישט פארשטיין ברוך גאלדשטיין?

פארוואס דער דאפלטער סטאנדארט? פארוואס ווערט נישט דאס געזעץ אינפארסירט אייניג פאר ביידע סעקטארס פון דער באפעלקערונג, אידן און אראבערס?

און איך רעד יעצט פון די אייגנטליכע שולדיגע, וואס האבן דעם מארד דורכגעפירט. עטינגער האט עס נישט געטאן; ער האט, אייגנטליך, גארנישט געטאן. זיין חטא באשטייט אין דעם, וואס די מדינה-פירערס טראגן זיך ארום מיט יענעם אלטן גלות-קאמפלעקס פון “וואס וועלן די גוים זאגן.”

רציחה טאר נישט געשען און א רוצח דארף באקומען זיין פארדינטן שטראף. אבער דאס דארף זיין אמת אייביג, פאר יעדן, און איבעראל, נישט נאר ווען די “וועלט” – א מאראליש-באנקראטירטע, מלא שקר און צביעות וואס האסט דעם איד פאר’ן זי כסדר דערמאנען וועגן איר געפאלענעם שטאנד – רעאגירט מיט אן אימפולסיוויטעט געטריבן פון קנאה, שנאה און פחדנות.

די פירערס פון ארץ ישראל זענען גערעכט מיט’ן פארדאמען מערדערס און דארפן טאקע געפינען די שולדיגע און זיי שטעלן פאר’ן געריכט. זיי דארפן אבער דאס זעלבע טאן, מיט כאטש אזויפיל אייפער און ברען, ווען אן אראבער שעדיגט אדער רצחנ’ט א אידיש קינד. מענטשן ווי מאיר עטינגער און בנצי גאפשטיין זאלן מעגן הויך און שארף ארויסזאגן וואס זיי האלטן, און כל זמן אכמעד טיבי און כאנין זאאבי פיסקעווען פריי קעגן אידן און קעגן דעם לאנד וואס גיט זיי אזויפיל האט קיינער נישט וואס צו קרומען ווען א איד זאגט הויך א נישט-פאפולערע, נישט פאליטיש-קארעקטע מיינונג.

די פארדאמונגען קעגן דעם מארד פונעם אראביש קינד זענען כשר, אבער ליידער קומען זיי נישט פון קיין גוט פלאץ און ווערן נישט געטריבן פון גוטע כוונות. ס’איז נישט דער דראנג נאך יושר, די זוכעניש נאך צדק, נאר פחדנות און יענער אלטער גלות-קאמפלעקס, פון וועלכן א גרויסער חלק פון אידישן פאלק האט, נאך אלע מעשיות, זיך נישט באוויזן צו באפרייען.