די קאָמיקער האָבן שוין פֿון לאַנג זיך געוויצלט, אַז די באַשטאַנדטיילן פֿון די chicken nuggets — דער קאָמערציעלע הינדל־פּראָדוקט, געמאַכט פֿון שטיקלעך בייליק, וואָס מע טינקט אײַן אין ברייזל און פּרעגלט אין בוימל — זענען אַזוי נישט־אַפּעטיטלעך, אַז ס׳איז מסתּמא בעסער נישט צו וויסן וואָס ס׳איז אינעווייניק.
לעצטנס האָבן עטלעכע פֿאָרשער אין מיסיסיפּי זיך אָבער דערוווּסט דעם אמת: בײַ צוויי „נאָגעטס‟ וואָס זיי האָבן בודק געווען דורך אַ מיקראָסקאָפּ, איז בלויז 50% דערפֿון באַשטאַנען פֿון בייליק אָדער טונקלן הינדל־פֿלייש. בײַם ערשטן „נאָגעט‟ איז אַ העלפֿט באַשטאַנען פֿון מוסקל־געוועב, און דאָס איבעריקע — אַ געמיש פֿון פֿעטס, ווייכביין און שטיקלעך ביין.
די „נאָגעטס‟ זענען געקומען פֿון צוויי באַרימטע רעסטאָראַן־נעצן פֿון גיך־עסן.
„מיר ווייסן אַלע, אַז בייליק איז איינער פֿון די בעסטע קוואַלן פֿון נישט־פֿעטיקן פּראָטעיִן, און מיר מוטיקן תּמיד אונדזערע פּאַציענטן עס צו עסן,‟ האָט דערקלערט דער הויפּט־מחבר פֿון דער שטודיע, ד״ר ריטשאַרד דעשאַזאָ. „אָבער געוויסע פֿירמעס האָבן באַשלאָסן צו פֿאַרבײַטן דעם עכטן בייליק אויף אַ קינסטלעכן געמיש פֿון הינדל־טיילן, און זיי רופֿן עס ווײַטער הינדל,‟ האָט דעשאַזאָ געזאָגט בעת אַן אינטערוויו מיט „רויטערס‟.
„אין דער אמתן, זענען די ׳נאָגעטס׳ נישט קיין עכט הינדלפֿלייש, און זיי האָבן אַ הויכן פּראָצענט קאַלאָריעס, זאַלץ, צוקער און פֿעטס, וואָס איז בכלל נישט־געזונט. נאָך ערגער — ס׳איז זייער געשמאַק, און די קינדער האָבן עס שטאַרק ליב. טאַקע דערפֿאַר באַמיִען זיך די פֿירמעס, וואָס פּראָדוצירן זיי צו אַפּעלירן צו די קינדער,‟ האָט דעשאַזאָ געזאָגט.
פֿון דעסטוועגן, איז עס נישט קיין סוד. עלטערן קאָנען תּמיד וויסן, צי דער פֿאַרפֿרוירענער שניצל, וואָס זיי קויפֿן פֿאַר זייערע משפּחות איז געזונט, צי נישט, ווײַל לויטן געזעץ, מוז אויף יעדן פּעקל שניצל אָנגעוויזן ווערן די אינגרעדיענטן און אַ פּרטימדיקער נערונג־פּראָפֿיל, אַרײַנגערעכנט דעם פּראָצענט פֿעטס.
דער ציל פֿון דער „נאָגעט‟־שטודיע איז נישט געווען צו באַשולדיקן די הינדל־אינדוסטריע אין אָפּנאַרן דעם ברייטן עולם, האָט דעשאַזאָ געזאָגט, „נאָר סתּם צו דערמאָנען די קאָנסומענטן, אַז נישט אַלץ, וואָס ס׳איז געשמאַק איז גוט פֿאַרן געזונט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.