No Place Like Home

שאַ!

Shhh!

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

  • Print
  • Share Share

ווען מײַנע זין פֿלעגן זיך לערנען אין מיטלשול, פֿלעגן זיי אָפֿט שפּילן מוזיק — און דווקא גאַנץ הויכע מוזיק — בעת זיי האָבן געמאַכט זייער היימאַרבעט. „ווי קענט איר זיך קאָנצענטרירן?‟ פֿלעג איך זיי פֿרעגן. האָבן זיי מיר געענטפֿערט, אַז ווען זיי הערן מוזיק אין הינטערגרונט, איז זיי גרינגער זיך קאָנצענטרירן אויף דער אַרבעט, איידער ווען ס׳איז צו שטיל.

מע זאָגט, אַגבֿ, אַז קינדער וועלכע לײַדן פֿון ADHD (היפּעראַקטיווקייט־סינדראָם), קענען זיך אויך בעסער קאָנצענטרירן, ווען זיי ווערן סטימולירט דורך עטלעכע זאַכן אין דער זעלבער צײַט, און דערפֿאַר איז זיי גרינגער צו טראַכטן, ווען זיי הערן מוזיק.

איך אַליין פֿאַרשטיי דאָס בכלל נישט. ווען איך שרײַב, אָדער טו אַן אַנדער אַרבעט, וואָס פֿאָדערט קאָנצענטראַציע (ווי, למשל, פֿאָלגן אַ רעצעפּט בײַם קאָכן), מוז זײַן שטיל אין צימער. אַפֿילו דער רעש פֿון אַ ווענטילאַטאָר קאָן איבעררײַסן מײַנע געדאַנקען. טאַקע דערפֿאַר האָב איך הנאה געהאַט פֿון אַן אַרטיקל אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ די וואָך, מיטן קעפּל: „שאַ! איך פּרוּוו טראַכטן. זײַט שטיל!‟ דער מחבר, דזשאָרדזש פּראָטשניק, דערציילט, אַז דער פֿילאָסאָף אַרטור שאָפּענהאַוער, האָט אין יאָר 1850 באַצייכנט טומל ווי „דער גרעסטער שׂונא פֿון יעדן ערנסטן דענקער‟.

שאָפּענהאַוערס גרעסטע תּרעומות זענען געווען איבערן קנאַק פֿונעם בעל־עגלהס בײַטש. שטעלט זיך פֿאָר ווי ער וואָלט זיך אַן עצה געגעבן, ווען ער וואָלט געמוזט הערן די קלאַנגען פֿון דער מאָדערנער וועלט — עראָפּלאַנען און העליקאָפּטערס; בויערס און אַנדערע טומלדיקע מכשירים, וואָס די בוי־אַרבעטער ניצן; פֿאַרבײַפֿאָרנדיקע אַמבולאַנסן און לעש־אויטאָס; דאָס קלינגען און די שמועסן פֿון די מאָבילקעס; און די הויכע מוזיק, וואָס מע שפּילט אין רעסטאָראַנען און גימנאַסטיק־זאַלן.

די וויסנשאַפֿטלער זאָגן, אַז עס זענען דאָ גוטע סיבות פֿאַר וואָס מענטשן האָבן אַנטוויקלט אַזאַ שאַרף געהער. אין די פּרע־היסטאָרישע צײַטן האָט די שמיעה פֿונעם בן־אָדם געדינט ממש ווי אַ וואָרענונג־סיסטעם קעגן די ווילדע חיות, וואָס האָבן זיי געקאָנט פֿאַרצוקן. דערפֿאַר, ווען אַ מענטש זיצט הײַנט אין אַ שטילן צימער, קען ער אַפֿילו הערן ווי אַ שפּילקע פֿאַלט אויף ד׳רערד. אונדזערע אָבֿות האָבן זיך גענייטיקט אין אַזאַ היפּערסענסיטיווקייט, ווײַל יעדער טומל האָט געקאָנט שטאַמען פֿון אַ ממשותדיקער סכּנה.

דערפֿאַר, קומט אויס, אַז יעדעס מאָל וואָס ס׳קוויטשעט אַ סירענע אויף דער גאַס, פּרוּווט אונדזער מוח עס טאַקע צו איגנאָרירן, אָבער אַנדערע טיילן פֿונעם מוח רעאַגירן נעגאַטיוו אויף דעם, גלײַך ווי דער טומל וואָלט רעפּרעזענטירט אַ מעגלעכן באַפֿאַל פֿון אַ חיה.

אונדזער פֿעיִקייט צו איגנאָרירן געוויסע קלאַנגען — אַ רעלאַטיוו נײַע אַדאַפּטאַציע פֿונעם בן־אָדם — קאָן אָבער אַליין גורם זײַן אַ סכּנה, ווײַל עס דערמעגלעכט אונדז צו איגנאָרירן קלאַנגען, וואָס קאָנען דווקא שעדיקן דעם אויער. אַ שטודיע וועגן די עפֿעקטן פֿון פֿליפֿעלד־טומל אויף די אָרטיקע אײַנוווינער, וואָס די רעגירונג האָט דורכגעפֿירט אין 2009, האָט אַנטדעקט, אַז אַפֿילו ווען די אײַנוווינער זענען געשלאָפֿן, האָט דער טומל פֿון די עראָפּלאַנען, וואָס פֿליִען אָפּ און לאַנדן, גורם געווען בײַ זיי אַ העכערונג פֿונעם בלוטדרוק, און אַן אַרויסלאָז פֿון סטרעס־האָרמאָנען. נאָך ערגער: די נעגאַטיווע רעאַקציעס האָבן געווירקט אויף די מענטשן אַפֿילו שעהען נאָך דעם ווי זיי האָבן זיך אויפֿגעוועקט און זענען אַוועק פֿון די טומלדיקע ראַיאָנען.

דערצו האָט אַ שטודיע פֿון דער „אַלוועלטלעכער געזונט־אָרגאַניזאַציע‟ לעצטנס איבערגעגעבן, אַז אין מערבֿ־אייראָפּע איז דער טומל די צווייט־ערגסטע סכּנה פֿונעם הײַנטיקן סבֿיבֿה־מצבֿ, נאָך דער לופֿט־פֿאַרפּעסטיקונג.

פֿון דעסטוועגן, באַקלאָגן זיך ווייניק מענטשן אויף דעם. פֿאַרקערט: לויט דער אַמעריקאַנער (און מסתּמא אויך דער אייראָפּעיִשער) קולטור, איז די סענסיטיווקייט צו טומל פֿאַררעכנט דווקא פֿאַר אַ סימן פֿון שוואַכקייט אָדער פֿון אַ שפּיל־פֿאַרטרײַבער — עמעצער וואָס פֿאַרגינט נישט אַנדערע מענטשן זייער טומלדיק „הולטײַעווען‟. אויב איינער בעט בײַ אַ מענטש אויף דער גאַס אָדער אין דער באַן, שטילער צו מאַכן די ראַדיאָ, ווערט יענער אָפֿט ברוגז, און וועט אַמאָל, אויף צו להכעיס, נאָך העכער מאַכן די מוזיק.

אַפֿילו ווען יענער איז אַ גוטער פֿרײַנד, וועט ער אָפֿט מאָל זײַן פֿאַרחידושט, וואָס מע בעט אים שטילער צו מאַכן די מוזיק, און וועט שטילערהייט טראַכטן: „וואָס אַרט עס אים? זאָל ער נאָר זיך אויסשפּאַנען אַ ביסל, וועט ער אַליין הנאה האָבן…‟

די ייִדישע חתונות און בר־מיצווה פֿײַערונגען זענען אָפֿט מאָל די ערגסטע קוואַלן פֿון דער „קלאַנג־פֿאַרפּעסטיקונג‟. געוויינטלעך, שפּילט דער אָרקעסטער אַזוי הויך, אַז מע קען קוים הערן וואָס אַ צווייטער דערציילט דיר. נישט איין מאָל בין איך שוין צוגעגאַנגען צו די מוזיקער בײַ אַזאַ שׂימחה און געבעטן זיי שפּילן אַ ביסל שטילער. קוקן זיי מיך אָן ווי אַ בייז־וווּנדער, און שפּילן ווײַטער אַזוי הויך ווי פֿריִער.

טאַקע דערפֿאַר, ווען מײַן מאַן און איך פֿאָרן אויף אַ שׂימחה, ברענגען מיר שוין תּמיד מיט אונדזערע אייגענע געהער־שוץ־אַפּאַראַטן.