„וואָלטסטו געגאַנגען אויף אַ ראַנדקע מיט אַ נישט־ייִד?‟ האָט שׂרה מיך לעצטנס געפֿרעגט איבער וועטשערע. זי האָט אָנגעהויבן אַרויסגיין מיט נישט־ייִדישע מאַנסבילן ווען זי איז שוין געווען אין אירע שפּעטע 30ער.
„ניין, איך וויל חתונה האָבן מיט אַ ייִד,‟ האָב איך געענטפֿערט.
„אַזוי האָב איך אויך תּמיד געמיינט,‟ האָט זי געענטפֿערט. „אָבער איך בין שוין 41 יאָר, און די צײַט שטייט נישט. איך קען זיך אַפֿילו נישט אויסמאָלן אַ לעבן אָן קינדער.‟
לכּבֿוד פּסח: אַ געשמאַקע הינדל־יויך אָן צו פֿיל זאַלץ, און נישט־געבראָקטע קניידלעך, געמאַכט מיט צעמאָלענע ניס.
ווען מע רוקט דעם זייגער פֿאָרויס מיט אַ שעה, ווי מע האָט די פֿאַרגאַנגענע וואָך געטאָן אין אַ סך ראַיאָנען פֿון לאַנד, ברענגט עס סײַ פּאָזיטיווע רעזולטאַטן, סײַ נעגאַטיווע.
פֿון איין זײַט, פֿרייען מיר זיך מיט די לענגערע נאָכמיטאָג־שעהען פֿון זונענשײַן. אָבער פֿון דער צווייטער זײַט, צעטומלט עס אונדזער אינעווייניקסטער זייגער אַ סך מער ווי אין האַרבסט, ווען מיר רוקן דעם זייגער צוריק מיט אַ שעה.
פֿרומע ייִדן האָבן גרויסע שוועריקייטן בײַם רעדן וועגן סעקס מיט יונגע־לײַט, בפֿרט אין שײַכות מיט שפֿיכת זרע לבֿטלה — צי דאָס טרעפֿט בעתן שלאָף, צי דורכן אָנאַנירן (אָדער ווי מע זאָגט אויף היימיש ייִדיש — „אויסרײַבן זיך‟).
כ׳בין לעצטנס בײַגעווען אויף אַ שאלות־און־תּשובֿות סעסיע מיט אַ רבֿ אין אַן אָרטאָדאָקסישער אינסטיטוציע, און איין מענטש פֿונעם עולם האָט געפֿרעגט, ווען — אָדער אויב — אַ טאַטע זאָל רעדן מיט זײַנע זין אויף די דאָזיקע צוויי טעמעס. נאָך איידער דער רבֿ האָט געקענט ענטפֿערן, האָט אַ רביצין אַרויסגערופֿן: „ס׳זענען דאָ קינדער דאָ!‟ (דער ייִנגסטער מענטש אינעם זאַל האָט שוין געהאַלטן בײַם ווערן אַ בר־מיצווה — און לויט מײַן מיינונג, איז 12 יאָר אַלט דווקא זייער אַ פּאַסיקע עלטער צו הערן אַזאַ שמועס.) דער רבֿ האָט געענטפֿערט, אַז ער ווייסט נישט דעם ענטפֿער, און וועט מסתּמא פֿרעגן זײַן אייגענעם רבֿ, ווען זײַנע קינדער וועלן עלטער ווערן.
געוויינטלעך מאַכט מען נישט קיין לעקעך מיט איילבערט־בוימל, אָבער דער פּסחדיקער דעסערט איז דווקא זייער לײַכט און דעליקאַט.
1 טעפּל מאַנדל־שפּילטערס (slivered almonds)
1/4 טעפּל מצה טאָרט־מעל (matzah cake meal)
1/4 טעפּל קאַרטאָפֿל־קראָכמאַל
3/4 טעפּל צוקער
1. שאַט עס אַנטשלאָפֿן צו ווערן, בעת ס׳שפּילט דער טעלעוויזאָר?
טייל עלטערן מיינען, אַז ווען קינדער און דערוואַקסלינגען קוקן טעלעוויזיע אין אָוונט, מאַכט עס זיי מער שלעפֿעריק, אָבער לויט אַ נײַער שטודיע אין אויסטראַליע, גיט עס זיי דווקא צומער ענערגיע. דאָס זעלבע האָט מען באַמערקט ווען מענטשן ניצן זייערע „אײַ־פּעדס‟ און „סמאַרטפֿאָנען‟ פֿאַרן שלאָפֿן גיין: די מאַכאַרײַקעס סטימולירן דעם מוח, און מאַכן עס דערפֿאַר שווערער אַנטשלאָפֿן צו ווערן.
דערצו האָט אַ גרופּע פֿאָרשער אינעם „אָהײַאָ שטאַט־אוניווערסיטעט‟ באַמערקט, אַז ווען מע שטעלט אַ ליכט ענלעך צו טעלעוויזיע־שטראַלן פֿאַר אַ גרופּע האַמסטערס, ווײַזן די באַשעפֿענישן מיט דער צײַט אַרויס סימנים פֿון דעפּרעסיע. (יאָ, חיות קאָנען אויך לײַדן פֿון דעפּרעסיע!)
כ׳בין לעצטנס געוואָרן אַן אָנהענגער פֿון די אינדישע מאכלים — ערשטנס, ווײַל זיי האָבן ווייניק פֿעטס, און צווייטנס, ווײַל זיי באַניצן זיך מיט אַזוי פֿיל געשמאַקע בשׂמים, אַז מע דאַרף נישט לייגן צו פֿיל זאַלץ.
אָט איז אַ הינדל־מאכל, וואָס אַ סך אינדישע ייִדן גרייטן צו לכּבֿוד שבת. די צעמאָלענע בשׂמים קענט איר געפֿינען אין ס׳רובֿ סופּערמערק:
כ׳בין געשטאַנען פֿאַרן בית־דין, און געוואַרט צו קריגן דעם גט. כ׳האָב געטראָגן אַ צניעותדיק קלייד, ווי ס׳פּאַסט פֿאַר אַ פֿרומער פֿרוי, אָבער דאָך האָב איך זיך געפֿילט אַנטבלויזט. „זיכער, קלערן זיי: וואָס פֿאַר אַ פֿרוי פֿאַרלאָזט איר מאַן? וואָס פֿאַר אַ מאַמע אַנטלויפֿט פֿון איר ביז־איצטיקן לעבן־שטייגער?‟
ווי קענען זיי טאַקע פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס אַ פֿרוי, וואָס ווערט באַלד 40, וועלכע האָט שוין אָפּגעלעבט מיט איר מאַן 17 יאָר און געהאַט מיט אים דרײַ קינדער, הייבט אָן פֿון ס׳נײַ? איך האָב עס אַליין קוים געקענט גלייבן.
ווען פּאָרפֿעלקער מיט קינדער פֿאַרבעטן געסט אויף אַ שבתדיקער מאָלצײַט, איז אַ מאָל שווער צו פֿירן אַ שמועס, ווײַל די קינדער קענען נישט תּמיד אײַנזיצן, און מע דאַרף זיך מיט זיי פֿאַרנעמען. דאָס איז חל נישט בלויז אויף קליינע קינדער, נאָר אויך אויף דערוואַקסלינגען פֿון 13 ביז 16 יאָר, וועלכע פֿאַראינטערעסירן זיך נישט תּמיד מיט די שמועסן פֿון זייערע עלטערן.
8 פֿילעען באַרש (sea bass)
3 לעפֿל איילבערט־בוימל
1 לעפֿעלע זאַלץ
1/2 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער
2 לימענעס, אָפּגעשיילט, אין דינע רעפֿטלעך
זאַפֿט פֿון 2 לימענעס
2 לעפֿל פֿרישער אָרעגאַן
2 לעפֿל קאַפּערן (capers), אָפּגעשווענקט
3/4 טעפּל שוואַרצע מאַסלינעס, צעהאַקט
נאכן לייענען אײַער אַרטיקל וועגן „דײַעט קאָוק‟, קען מען מיינען, אַז די שאָדן פֿון „דײַעט קאָוק‟ איז עפּעס דאָס זעלביקע אָדער רעלאַטיוו דאָס זעלבע ווי עכטע „קאָוק‟. און דאָס איז אַן עוולה, ווײַל איר ווילט דאָך נישט טראָגן דאָס אַחריות פֿון מענטשן, וואָס גייען עס לייענען און צוריקפֿאַלן צו עכטע „קאָוק‟, און לײַדן אויף דיאַבעט (צוקער־קרענק).
„דײַעט קאוק‟ איז זיכער געזינטער, נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז ס׳רובֿ מענטשן טרינקען דאָס, ליידער, צוליב איבערוואָגיקייט. דאָס איז דאָך אַ געזונטהייט־נײַעס, נישט סתּם עפּעס אַ לשון־הרע. שוין, זײַט געזונט, און אַ דאַנק פֿאַרן לאָזן מיך רעדן.
אַ לייענער פֿון ברוקלין
דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק האָב איך מיט מײַן טאָכטער געפּראַוועט איר זיבעטן געבוירן־טאָג מיט פּוץ און באַצירונג מעשׂה־בת־מלכּה. כ׳האָב שטאַרק ליב די געבוירן־טאָג שׂימחות פֿאַר קינדער, און די כּל־מיני מתּנות, וואָס מע שענקט דעם יובֿל. און איך שעם זיך נישט צו זאָגן, אַז איך קוק אויף די מתּנות מיט בענקשאַפֿט, כ׳לעק אָפּ די באַצוקערונג פֿון מײַן שטיקל טאָרט און פֿיל זיך אַליין ווי איינס פֿון די קינדער.
מײַן מאַן רייצט זיך מיט מיר: „ס׳איז מסתּמא אַ גרעסערע גדולה פֿאַר דיר ווי פֿאַר זיי.‟
עסט די געשמאַקע פּאָטראַווע ווי אַ בײַ־געריכט פֿאַר פֿיש אָדער הינדל, אָדער צעלייגט עס איבער רויע שפּינאַט־בלעטער ווי אַ סאַלאַט.
7 טעפּלעך קאַליפֿיאָר־בלימעלעך
3 פּאָמידאָרן, צעשניטן
1/4 טעפּל איילבערט־בוימל
2 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט
1/2 לעפֿעלע קמיניק־קערעלעך
לויט אַ נײַער שטודיע, זוכן ס׳רובֿ פֿרויען אַ מאַן, וואָס איז ממשותדיק העכער פֿון זיי, גיט איבער אַ באַריכט אויף דער וועבזײַט פֿון דער פּובליקאַציע Journal of Family Issues.
די פֿאָרשער האָבן אַנאַליזירט די אינפֿאָרמאַציע בײַ די מעלדונגען, וואָס 450 מענער און 470 פֿרויען האָבן געשטעלט אויף אַ צאָל שדכנות־וועבזײַטן. די מענער זענען דורכשניטלעך געווען 36 יאָר אַלט, און געהאַט אַ הייך פֿון בערך 5 פֿוס, 8 צאָל (1.72 מעטער), בעת די פֿרויען זענען געווען דורכשניטלעך 35 יאָר אַלט, מיט אַ הייך פֿון 5 פֿוס 4 צאָל (1.62 מעטער).
קוקט ווי אַזוי מע מאַכט דרײַ מינים באַבקע: אַפּריקאָסן, צימערינג און שאָקאָלאַד
1 לעפֿל בוימל
1 קליין טשילי־פֿעפֿערל, צעהאַקט
1 רויטע ציבעלע, צעהאַקט
2 לעפֿעלעך רויטער ווײַן־עסיק
1 גרויס ציינדל קנאָבל
1/4־1 טעפּל פּאַרעווע יויך
ווען מע פֿרעגט מענטשן: „וואָס פֿאַר אַן עסן האָט די העכסטע צאָל קאַלאָריעס?‟ וועלן זיי מסתּמא ענטפֿערן: „האַמבורגערס‟ אָדער „פּיצע‟. דער ענטפֿער איז אָבער: סאָדע.
דער דורכשניטלעכער אַמעריקאַנער טרינקט צוויי פּושקעס דערפֿון יעדן טאָג. איר זאָגט, אַז איר טרינקט בלויז דיעטישע סאָדע, און דערפֿאַר שאַט עס נישט? לייענט זשע ווײַטער…
דיעטישע סאָדע קאָן דווקא גורם זײַן אַ צאָל באַזונדערע פּראָבלעמען פֿאַר אײַער געזונט. צום באַדויערן, איז דיעטישע סאָדע הײַנט זייער פּאָפּולער. לויט אַ שטודיע אינעם American Journal of Clinical Nutrition, טרינקען קינדער עס הײַנט צוויי מאָל אַזוי פֿיל ווי מיט צען יאָר צוריק, און דערוואַקסענע — 25% מער. אָט זענען עטלעכע פֿון די נעגאַטיווע בײַ־עפֿעקטן דערפֿון:
1/2 טעפּל ווײַסע פֿאַסאָליעס (Cannellini beans), אויסגעווייקט איבערנאַכט
1 לעפֿל בוימל
1 ציבעלע, צעהאַקט
1/4 הייפּטל צעלעריע (celery root), אָפּגעשיילט און צעשניטן
20 גרויסע ציינדלעך קנאָבל
1 לעפֿעלע קעמיניק
כאָטש געוויסע מענטשן נעמען אָן פֿאַר נאַטירלעך, אַז מע פֿאַרבעט משפּחה און פֿרײַנד פֿון יעדן עלטער אויף אַ חתונה, פֿאַרבעטן אַנדערע בלויז דערוואַקסענע געסט, כּדי צו פֿאַרזיכערן אַ רויִקע אַטמאָספֿער. ווי איר זאָלט נישט באַשליסן פֿאַר אײַער אייגענער חתונה, וועלן די ווײַטערדיקע עצות אײַך העלפֿן אויסצומײַדן אומאָנגענעמע מאָמענטן און פֿאַרזיכערן אַ יום־טובֿדיקע שטימונג פֿאַר אַלעמען:
איינער פֿון די פֿאַרשפּרייטסטע מיטלען בײַ די אַמעריקאַנער דאָקטוירים צו היילן אַ געריסינעם מעניסקוס (דער ווייכביין פֿונעם קני), איז כירורגיע. אָבער ווי אַ נײַע שטודיע אינעם „ניו־ענגלאַנד זשורנאַל פֿון מעדיצין‟ גיט איבער, איז קני־כירורגיע בכלל נישט מער עפֿעקטיוו ווי „פֿאַלשע כירורגיע‟.
לויט די פֿינלענדישע דאָקטוירים, וועלכע האָבן דורכגעפֿירט די שטודיע, וואָלטן די דאָקטוירים געדאַרפֿט זוכן אַנדערע אופֿנים צו היילן אַ געריסענעם מעניסקוס.