No Place Like Home

שטאַמלען שאַט ניט אַ קינדס אַנטוויקלונג

Stuttering Not Tied to Development

פֿון REUTERS

  • Print
  • Share Share

אַ נײַע שטודיע פֿון אויסטראַליע גיט איבער, אַז מער ווי 10% קינדער אונטער פֿיר יאָר שטאַמלען, פֿון דעסטוועגן, באַקומען זיי די זעלבע הויכע צייכנס, אָדער אַפֿילו העכערע, ווי אַנדערע קינדער, אין פֿאַרשידענע טעסטן, וואָס מעסטן שפּראַך־פֿעיִקייט, טראַכט־געניטשאַפֿט און טעמפּעראַמענט.

„שטאַמלען איז גאַנץ פֿאַרשפּרייט בײַ קינדער, אָבער עלטערן מעגן זײַן רויִק, אַז ס׳איז נישטאָ קיין שום פֿאַרבינדונג צווישן שטאַמלען און שפּעטערדיקע לערן־פּראָבלעמען,‟ האָט דערקלערט שינאַ רײַלי, די הויפּט־מחברטע פֿון דער שטודיע, דורכגעפֿירט פֿונעם „מורדאַק אינסטיטוט פֿון קינדער־פֿאָרשונג‟.

די גרופּע האָט אָבסערווירט מער ווי 1,600 קינדער פֿון מעלבורן, אויסטראַליע, אָנהייבנדיק פֿון אַכט חדשים אַלט, ביז זיי זענען געוואָרן פֿיר יאָר. רײַלי און אירע קאָלעגעס האָבן געבעטן די עלטערן צו קלינגען זיי, אויב זייער קינד הייבט אָן אַרויסווײַזן סימנים, אַז ער שטאַמלט. נאָך דעם ווי אַ רייד־פּאַטאָלאָג האָט באַשטעטיקט דעם דיאַגנאָז, האָט ער באַזוכט די שטאַמלענדיקע קינדער יעדן חודש צו האַלטן אַן אויג אויף זייער פּראָגרעס.

צו פֿיר יאָר האָט מען אַלע קינדער געגעבן אַ ריי אַנטוויקלונג־טעסטן. די שטאַמלענדיקע קינדער האָבן באַקומען צייכנס, וואָס זענען געווען מיט 5.5 פּונקטן העכער ווי זייערע נישט־שטאַמלענדיקע מיטצײַטלער אין די שפּראַכטעסטן, און מיט 2.6 פּונקטן העכער אויף די טעסטן פֿון אַנדערע סאָרטן אַנטוויקלונג.

די פֿאָרשער האָבן משער געווען, אַז דאָס שטאַמלען קאָן זײַן אַ סימן פֿון אַ שאַרפֿן מוח. מיט אַנדערע ווערטער, דאָס קינד טראַכטן אַזוי גיך, אַז זײַן רייד־פֿעיִקייט קען נישט מיטהאַלטן מיט זײַן טראַכט־פֿעיִקייט.

„די גוטע נײַעס איז, מיר קענען איצט עצהן די עלטערן פֿון שטאַמלענדיקע קינדער, זיי זאָלן עס נישט שיקן אויף רייד־טעראַפּיע, ווײַל דאָס שטאַמלען וועט אפֿשר אַליין פֿאַרשווינדן,‟ האָט באַמערקט קאָרין ריטשעלס, אַ רייד־פּאַטאָלאָגין, וועלכע האָט נישט אָנטיילגענומען אין דער שטודיע. „אָבער אויב דאָס שטאַמלען ווערט ערגער, און דאָס קינד הייבט זיך אָן ערגערן וועגן דעם, אָדער אויב די אַנדערע קינדער מאַכן פֿון אים חוזק, איז כּדאַי אים צו שיקן אויף רייד־טעראַפּיע.‟