No Place Like Home

מאַכן געניטונגען אַליין איז זיי ליבער

Americans Exercise Alone

פֿון REUTERS

  • Print
  • Share Share

די מאָדע האַלט זיך אין איין בײַטן, ווען עס קומט צו מאַכן פֿיזישע געניטונגען. פֿריִער זענען די אַעראָבישע געניטונגען און די געוויכט־מאַשינען געווען צום מערסטן פּאָפּולער; הײַנט איז עס „פּילאַטעס‟ (Pilates). מאָרגן קאָן עס זײַן עפּעס אַנדערשס.

אָבער לויט אַ נײַער אַנקעטע, דורכגעפֿירט פֿון דער זייגער־פֿירמע „טײַמעקס‟, האָבן די אַמעריקאַנער צום בעסטן ליב צו מאַכן געניטונגען, וואָס זענען פּשוט, דויערן ווייניק צײַט און וואָס זיי קאָנען טאָן אַליין.

די אַנקעטע איז דורכגעפֿירט געוואָרן דורך דער אינטערנעץ. מע האָט אויסגעפֿרעגט 1,200 מענטשן, צווישן 24 און 44 יאָר, וועגן זייער געניטונג־רוטין, און כּמעט 75% פֿון זיי האָבן געזאָגט, אַז זיי מאַכן געניטונגען, צום ווייניקסטן, איין מאָל אַ וואָך, און 77% זאָגן, אַז ס׳איז זיי ליבער עס צו טאָן אַליין.

די פּאָפּולערסטע געניטונג איז געווען צו לויפֿן; אויפֿן צווייטן אָרט — הייבן געוויכטן. נאָך דעם — פֿאָרן אויף אַ וועלאָסיפּעד; באַרג־וואַנדערונגען און אַנדערע אַקטיוויטעטן אויף דער פֿרײַער לופֿט.

61% פֿון די באַטייליקטע אין דער אַנקעטע האָבן געזאָגט, אַז זיי מאַכן בכלל נישט קיין געניטונגען אין קיין גימנאַסטיק־זאַל. בלויז 27% האָבן געזאָגט, אַז זיי האָבן צײַט עס צו טאָן אין דער פֿרי אָדער במשך פֿונעם טאָג, און דערפֿאַר מוזן זיי עס טאָן אין אָוונט.

בערך 29% האָבן געזאָגט, אַז זיי טוען פֿיזישע אַקטיוויטעטן צווישן 30 און 60 מינוט אַ טאָג, און 18% האָבן געזאָגט, אַז זיי טוען עס צווישן 1 און 2 שעה אַ טאָג.

ד״ר וואָלטער טאָמפּסאָן, וועלכער שטודירט די געניטונג־טענדענצן לטובֿת דעם „אַמעריקאַנער קאָלעדזש פֿון ספּאָרט־מעדיצין‟, האָט ספֿקות, צי די באַטייליקטע אין דער אַנקעטע האָבן טאַקע געזאָגט דעם אמת.

„מענטשן האָבן אַ טבֿע איבערצוטרײַבן,‟ האָט טאָמפּסאָן באַמערקט. „ווען מע פֿרעגט מענטשן, למשל, ווי הויך זיי זענען, וועלן ס׳רובֿ פֿון זיי ענטפֿערן, אַז זיי זענען העכער ווי זיי זענען טאַקע. מיר ווייסן שוין דורך פֿאַרשידענע אַנדערע שטודיעס, אַז בײַ דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג, מאַכן בערך 20% רעגלמעסיק געניטונגען. דאָס מיינט, אַוודאי, אַז 80% טוען עס נישט.‟

דער „אַמעריקאַנער קאָלעדזש פֿון ספּאָרט־מעדיצין‟ עצהט, אַז דערוואַקסענע זאָלן מאַכן, צום ווייניקסטן, 150 מינוט אימפּעטדיקע געניטונגען אַ וואָך. וואָס הייסט אימפּעטדיק? מיט אַזוי פֿיל כּוח, אַז מע שוויצט, מע סאַפּעט און מע מוז פֿון צײַט צו צײַט כאַפּן אַ טרונק וואַסער.

אין שײַכות מיט די 26% מענטשן, וועלכע האָבן געענטפֿערט, אַז זיי מאַכן נישט קיין געניטונגען, האָט גרעגאָרי טשערטאָק, אַ קאָנסולטאַנט אויפֿן געביט פֿון ספּאָרט־ און געניטונג־פּסיכאָלאָגיע, געזאָגט, אַז די סיבה דערפֿון איז אפֿשר וואָס זיי מיינען פּשוט, אַז זיי קאָנען עס נישט טאָן. „ווען מענטשן האָבן נישט קיין צוטרוי צו זייערע אייגענע פֿעיִקייטן, פֿאַלט בײַ זיי דער חשק אַפֿילו צו פּראָבירן,‟ האָט ער באַמערקט.

„פֿון דער אַנדערער זײַט — האָט ער צוגעגעבן — ווען אַ מענטש האַלט זיך פֿעסט בײַ אַ געניטונג־רוטין, מאַכט ער געניטונגען אַ סך אָפֿטער.‟

טשערטאָק האַלט, אַז אַפֿילו די אַנאָנימע אַטמאָספֿער פֿון מאַכן געניטונגען אין אַ זאַל צוזאַמען מיט פֿרעמדע לײַט קאָן האָבן אַ פּאָזיטיוון עפֿעקט אויפֿן געניטונג־מאַכער, אַפֿילו אויב ער באַטראַכט דאָס ווי אַן אַקטיוויטעט, וואָס ער טוט אַליין. „ווען אַ מענטש מאַכט אַ workout לעבן אַנדערע מענטשן, וואָס זענען איבערגעגעבן זייער געניטונג־רוטין, קאָן עס אים באַווירקן צו בלײַבן בײַ דעם רוטין,‟ האָט ער געזאָגט.