יצחק איז געזעסן אויפ׳ן בענקל מיט פארמאכטע אויגן. די הענט האבן אים געציטערט, די אויגן האבן אים קוים געדינט און דאס קול האט זיך געווארפן אין א טאן וואס האט פארגעזאגט גרויסע געשעענישן, גורל׳דיגע געשעענישן, נישט קלאר צי ס׳זאגט פאר גוטס אדער חלילה קאטאסטראפע, עפעס ווי די שטילקייט אין א סימפאניע אין וועלכער קוים א פידל צוויי שפילן זיך ווי רואיגע קינדער אין גארטן, נאר כדי גרייט צו מאכן די ערד פאר שטורמישע כוואליעס וואס זאלן זייער פלוצלונג ערשיינען אין א גערויש, פארפלייצן און איבערדעקן די ביז יעצטיגע רואיגקייט. יצחק האט פארשטאנען אז דאס איז דער פחד פון טויט וועלכער טרייסלט אים, דער שרעק פון דער ענדגילטיגקייט אינעם מענטש, די אומרואיגקייט קעגן דעם סך-הכל פונעם לעבן, דער סוף, דער סיום און שלוס.
ער האט זיך געשטארקט, זיך אויפגעזעצט אויפ׳ן בעט און צוגערופן דעם עלטערן זון. געהאט האט ער צוויי זין, דער יונגערער איז זייער א וואוילער געווען, אפשר נאך מער ווי דער עלטערער, אבער זיין אויפפירונג האט ארויסגעברענגט אומרואיגע זכרונות ביים טאטן. דער יונגער זון איז געווען א תמים, אבער אויך א דרייסטער, און ער איז שטענדיג געגאנגען אין נאמען פון גאט. דאס האט דערמאנט יצחק וועגן זיין אייגענעם טאטן, וועלכן ער האט אזוי ליב געהאט אלעמאל – אבער וועמען ער האט נישט געקענט פארשטיין. עפעס אינעם אידעאליזם פונעם יונגען זון האט אים דערשראקן.
טיף אינעווייניג האט ער דעם יונגערן ליב געהאט מער ווי דעם עלטערן גאסן-יונג, ביי וועמען בלוט פארגיסונג פון חיות איז געווען אן אופן פון פארוויילן זיך. דאך, ווען ער האט פרובירט צו טראכטן וועגן דעם פייערל וואס ברענט אין דער נשמה פונעם יונגען, האט אים תמיד אן אומבאוואוסטזיניגער שרעק אויפגעשטויסן. טראומאטישע זכרונות האבן אים געמישט אין קאפ און געדראעט מיט טויט. ער האט נישט געוואלט פון דעם טראכטן, ער האט שוין פרובירט אזויפיל צו פארגעסן פון דעם, אבער אויף להכעיס קומט עס אים אין קאפ יעדעס מאל וואס ער וויל א קוש טון דעם יונגערן זון. ס׳ווייטאגט אים וואס ער איז אזוי, אבער זיין אויסשרייען אין חלום נאכט נאך נאכט האט געברענגט זיין ווייב צו פארשטענדעניש, און אן א ברירה משלים צו זיין מיטן מצב.
דער טאג איז געקומען וואס ער דארף בענטשן זיין יורש און באשטימען דעם המשך פון די דורות. וואספארא ירושה האט ער איבערגענומען פון זיין אייגענעם טאטן? צו וועמען זאל ער דאס איבערגעבן? ווער איז מער פאסיג דערפאר? אפילו אין די שווערע מינוטן, ווען דער סוף פונעם לעבן רוקט זיך שוין אן, האט ער נישט געקענט פועל׳ן ביי זיך צו בענטשן דעם יונגערן. “מיין קינד”, האט ער אויסגערופן צום עלטערן זון. אן עכא האט זיך מיט אים גערייצט אין קאפ, אויפברענגענדיג א בילד פון א קליין קינד וואס רופט “מיין טאטע”… ער האט פרובירט די מחשבה צו פארטרייבן, נישט דאס ערשטע מאל. דער זון, עשיו, האט געהערט דעם רוף, האט זיך באלד אויפגעשטעלט פון פלאץ וואו ער האט פארברענגט מיט פעל פון הערשן און לייבעלעך, און ער איז אריינגעלאפן אין טאטנ׳ס צימער. “אט בין איך!” האט ער אויסגערופן ווי א גוט קינד.
יצחק׳ן איז שלעכט געווארן און דער מוח האט אים אנגעהויבן שווינדלען. “אט בין איך!” האט אין אים געשלאגן א בילד ווי א טאטע ענטפערט דעם קליינעם זון. אט בין איך! וואו? וואו ביסטו? טאטע! מיין ליבער טאטע!… מיין טאטע, מיין קינד… וואס איז דאס א קינד? און וואס איז דאס א טאטע? די מחשבות זענען געלאפן אין גאלאפ איינע קעגן דער אנדערער, א בלאסקייט האט זיך פארצויגן אויף זיין פנים, דער זון האט דאס אבער קוים באמערקט. דער טאטע האט זיך אויסגעדרייט צו דער וואנט, פרובירנדיג צו פארדעקן דאס פנים, און די טרערן האבן זיך ארויסגעצוואונגען פון זייערע זעקלעך. דער זון, עשיו, איז געוואוינט געווען צו דעם. דער טאטע פלעגט אסך מאל פארפליען ערגעץ ווייט פון איין מינוט אויף דער אנדערער, כאטש ס’האט נאר זעלטן זיך געענדיגט מיט געוויין. אז דער טאטע איז שוין אלט, האט דער זון פארשטאנען אז ער טראכט וועגן דעם טויט, און דערפאר וויינט ער.
די ערשטע ווערטער פונעם טאטן זענען געווען וועגן טויט. דער זון האט פון דעם געדרונגען אז ער איז גערעכט געווען. ער האט אויך געוואוסט אז עפעס פייניגט דעם טאטנ׳ס געוויסן ערגעץ טיף, נאר ער האט וועגן דעם פון אים קיינמאל נישט געהערט. “איידער איך שטארב”, האט דער טאטע זיך געבעטן, “כאפ דיינע כלי זין, גיי אהין ארויס און דערשיס מיר א חיה, שטעל עס צו ווי איך האב ליב און ברענג עס צו מיר”. דער זון איז געלאפן אויספירן דעם טאטנ׳ס וואונטש, דער טאטע האט אים דערפאר צוגעזאגט א ברכה, נאר ביים טאטן אליין האט זיך דער קאפ ווייטער געדרייט. כאפן כלי זין און דערשיסן חיות איז שוין אן אלטע מעשה. אט דאס איז פיל גלייכער צו דערשיסן ווי חלילה… בעסער נישט טראכטן! האט ער באשטימט ביי זיך. זיינע אייגענע ווערטער האבן ווידער אפגעקלונגען אין ווערטער פון לאנג לאנג צוריק. “איך האב ליב”, “דו האסט ליב”, “מענטש”, “לעמעלע”, “חיה”… וואס איז דאס אלץ? וואס איז מענטש און וואס איז חיה? וואס איז ליבע? וואס איז טאטע און וואס איז קינד?
“נעם דעם זון וואס דו האסט ליב”… “נעם דעם זון וואס דו האסט ליב”… האט געזשומעט אין זיין קאפ א קול, און קעגן דעם — א טאטנ׳ס א קול וואס ענטפערט “אט בין איך”. “אט בין איך, גרויסער גאט, גרייט פאר דיין באפעל”. א מינוט שפעטער: “אט בין איך מיין קינד, מיר וועלן נעמען דאס לעמעלע וואס גאט וועט זיך אויסוויילן”. אט-בין-איך… וואו? טאטע! טאטע! וואו ביסטו? דער פלייץ פון טרערן האט אים ווידער באנעצט דאס פנים. וועסטו דאך זאגן אז איך האב נישט ליב עשיו׳ן, איך דערצי אים צו שיסן און כאפן חיות אנשטאט לערנען תורה און דינען גאט. א ווייטאג טאקע, נאר ווי קומט דאס אז דו האסט ליב א זון און דו נעמסט אים שעכטן, און איך האב ליב חיות און שיק דעם זון זיי שעכטן. איז עס דאס זעלבע? איז עס נישט דאס זעלבע? אויב איז עס דאס זעלבע, מיט וואס איז עס אנדערש? אויב איז עס אנדערש, מיט וואס איז עס גלייך?
ס׳איז נישט געווען ווער ס׳זאל ענטפערן די פייניגנדע מחשבות פון דעם צעקלאפטן טאטע-זון, נישט געווען ווער ס׳זאל דעם בלוטיגן ריס אין זיין נשמה פארהיילן, נאר דאס ווייב, זיין ליבע און טרייע, זי האט דעם מאן געקענט און פלעג תמיד אים בארואיגן און צוריקברענגען אין רעאליטעט, צום נארמאלן און גלייכן לעבן. זי, די גוטע נשמה, האט עס זיינע מחשבות אויך יעצט אפגעליינט און האט ביי זיך געשוואוירן צו ברענגען אן עק צו דעם ברוטאלן מיטמאכעניש פון איר מאן. ווי א געטרייע פרוי האט זי ביי זיך אויסגעקלערט א פלאן ווי צו ברענגען איר מאן צו דערקענען די גלייכקייט אין גאט׳ס וועגן, צו זען די גוטסקייט וואס שטעקט אין זיין ערליכן זון, און עווענטועל באטראכטן זיין פארגאנגענהייט מיט אן אנדער בליק.
(דער המשך וועט נאכקומען אין צווייטן טייל)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.