אין דער ישראל מידיא איז די פאריגע וואך פובליצירט געווארן א לענגערער באריכט איבער חרדים וואס פארלאזן די פרומע געזעלשאפט.
דער מחבר, אבישי בן חיים, ווייסט צו דערציילן אז אזוי פיל ווי איינער פון צען חרדים פארלאזט די קהילה. די מענטשן אויף וועמען זיינע פאקטן און ציפערן זענען באזירט, זענען כמעט אלע געוועזענע חרדים וועלכע זאגן אז די חרדישע געזעלשאפט שטייט ביים שוועל פון אן ערנסטער, יסודות׳דיגער קריזיס, וואס שטעלט איר צוקונפט אין געפאר.
איך וואוין אין ניו יארק, נישט אין ישראל, און דערפאר ווייס איך נישט צי דער אנגעגעבענער ציפער פון צען פראצענט איז קראנט. אויב יא, איז עס טאקע אן אנזאג וועגן אן ערנסטער, עקזיסטענציאנאלער צרה פאר דער חרדישער קהילה. ווי עס זאל אבער נישט זיין, בין איך כמעט ווי זיכער אז אין אמעריקע שטייט דער ציפער פון „אנטלויפערס‟ היפש נידעריגער ווי אין ישראל. אין אמעריקע האט דער חרדישער עולם מער פרייהייט ווי אין ישראל, און די קולטור־„וואנט‟ צווישן דער פרומער און דרויסנדער גאס איז אויך דיקער און העכער. דערפאר איז דער דראנג דאהי איבערצוקריכן די צוים נישט אזוי שטארק ווי דארט אין ישראל, וואו דאס פרומע לעבן איז גאר באגרעניצט און איינגעצוימט. דערצו איז די „צווישן־זאנע‟ פון פרום ביז סעקולער אין אמעריקע אויך א סך גרעסער ווי אין ישראל, און דערפאר אנטלויפט זיך דאהי נישט אזוי לייכט ווי דארט.
וואס דער ציפער זאל נאר זיין, דאהי און דארט, דוכט זיך מיר אבער אז די אמת׳ע „קריזיס‟ (אויב מיר זאלן דווקא וועלן אזוי באצייכענען דעם מצב) ליגט ווייניגער אין דעם פראצענט פון אנטלויפערס און מער אין דעם וועזנטליכן טויש וואס טרעט ביסלעכווייז אריין אין די קעפ און הערצער פון חרדישע אידן - דווקא די וואס פארבלייבן יא אין דער קהילה.
דער טיפישער חרדישער יונגערמאן (און אין א קלענערער מאס אויך די פרויען) טראכט שוין היינט אנדערש, איז ווייניגער געצוימט אין זיין אויסקוק, און האט סך ווייניגער דרך ארץ כלפי זיינע פירערס, זיין טראדיציע און אפילו הלכה. דער אינטערנעט האט געעפנט א קאנאל צו דער וועלט אינדרויסן, פון וועלכער די חרדישע געזעלשאפט איז אלע יארן זינט איר אנטשטייאונג געווען באשיצט. מיר לעבן און ווערן אויפגעצויגן מיט דעם מציאות אין געדאנק, אז מיר רעדן נאר פון זאכן וואס שייך פון דער מויער און אינעווייניג, ווייל קיין סך צוטריט צו דער געזעלשאפט און קולטור ארום האבן מיר סייווי נישט. צוטריט, און דווקא אויפ’ן ברייטן, גרויסן פארנעם, האט דער אינטערנעט אונז אבער יא געגעבן, און גרייט אויפצונעמען דעם שטראם פון אומצענזורירטער אינפארמאציע זענען מיר נישט; געשעט טאקע אן איבערבראך אין א סך חרדישע קעפ.
פאראורטיילן קעגן אנדערע אידן, אנדערע מיינונגען און שטרעמונגען, ווערן שטומפיגער און פארלירן ביסלעכווייז די שארפקייט און דורכאויסיגקייט. יונגעלייט ווענדן זיך צו „גוגל׳ען‟ מיט זייערע הלכה׳דיגע און השקפה׳דיגע פראגן. און גוגל, ווייסן מיר דאך, צענזורירט נישט די ענטפערס נאר גיט אלץ וואס איז נאר אויף דעם ענין אמאל געזאגט געווארן.
דאס איז שוין וואס שייך הלכה און מנהג. דערנאך קומט צו דאס לייענען און קוקן טעקסטן און פילמען וואס שילדערן דאס לעבן גאר אנדערש ווי דעם צו וועלכן מיר זענען געוואוינט. און ווידעראמאל: מיר זענען נישט אויסגעשטאט געווארן מיט קיין צענזור אויפ׳ן מוח. אונזערע קעפ זענען קיינמאל נישט געווען אויסגעשטעלט צו קיין „פארבאטענער‟ אינפארמאציע און אונזערע מוח האבן קיינמאל נישט אנטוויקלט קיין אפשטויס-סיסטעם קעגן פרעמדע אריינדרינגערס.
דער היינטצייטיגער יונגערמאן - דער דורכשניטליכער, נישט דווקא דער „שוואכער‟ - איז אין זיין טראכטן אפגעריקט פון בלויז איין דור פריער מיט א ווייטקייט וואס פארנעמט א טוץ תקופות. ער איז נישט דווקא „אויפגעקלערט‟, אבער זיכער ראדיקאל אנדערש ווי זיינע עלטערן און רביים.
די סכנה צו דער חרדישער געזעלשאפט ובכן שטעקט מער אין דעם „מיינסטרים‟ וואס פארבלייבט יא אין דער קהילה, איידער אין דער מינאריטעט וואס פארלאזט איר. וויפיל דאס וועט אויסמאכן אויף דער חרדישער קהילה בכלל - וואוהין דער אינטערנעט־אפענער עולם וועט זי דערפירן, וואס פארא פנים דער קומענדיקער דור־צוויי וועט טראגן, פארבלייבט פאר דער צייט צו דערציילן. א וועזנטליכער טויש, וואס ער זאל נאר זיין, דערקענט זיך שוין אויפ׳ן האריזאנט.
צי ס׳איז גוט אדער שלעכט? דאס וועט זיך ווענדן אינעם ענדגילטיגן אויסקום. אויב וועט פון דעם אינפארמאציע־פלייץ ארויסקומען א מער געזונטער מענטש, א בעסערער איד וואס פארשטייט זיין פלאץ אויף דער וועלט אין שייכות מיט אנדערע אידן און אנדערע מענטשן, איז עס גוט, און איך ווינטש זיך און אלע אידן צו זען מיט די אייגענע אויגן, צו לעבן אין דער בעסערער, מער אנטוויקלטער וועלט פון חרדים וואס זענען פריער אידן און מענטשן און דערנאך חרדים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.