Yiddish with an Aleph

וויפֿל איז ווערט אַ גרענעץ?

How Much is a Border Worth?

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share
WIKI COMMONS

מיר לעבן דורך גורל׳דיגע - מאדנע, חידוש׳דיגע, שרעקעוודיגע - צייטן. מיר זענען עדות צו א פונדאמענטן טויש, וואס די וועלט האלט אינמיטן דורכגיין. וואס ס׳וועט נאך זיין, וויאזוי זאכן וועלן זיך אויסשפילן, בלייבט איבער צו זען.

ס׳איז אבער גאנץ קלאר אז אין יארן ארום וועט די וועלט צוריקקוקן צו אונזער תקופה ווי א פונקט ביי וועלכן די וועלט האט זיך געביטן און האט אריינגעטרעטן אין א ניי מציאות. מיר שטייען יעצט ביים שוועל - נישט אהין, נישט אהער. די וועלט פירט זיך ווייטער אויף דעם אופן ווי זי איז צוגעוואוינט בשעת די טוישונגען טרעטן אריין מיט גרויסע טריט.

די חידושים געשעען, ווי עס שיינט, נישט נאר צו דער וועלט, נאר אויך, און אפשר בעיקר, מיט׳ן מין מענטש. אבער, ווי יעדעס מאל ווען די וועלט טרעפט זיך ביי א גורל׳דיגן שטאפל, קלייבט זי זיך אויס זיך נישט וויסנדיג צו מאכן און אנגיין ווייטער ווי פריער, אפילו איר צוגאנג שטימט נישט מיט דער רעאליטעט. אזוי איז עס מיט דער וועלט, אזוי איז עס אויך מיט אינדיווידועלע לענדער, און אזוי איז עס אויך מיט מענטשן יחידים.

אייראפע - דער מקור פאר שנאה און חורבן שוין עטליכע יארהונדערטער - פארנעמט דאס ערשטע פלאץ אויף דער ליסטע. א קאנטיטענט וואס לויפט אויף שקר, געטריבן פון צביעות, און דאס אלעס אונטער א מאסקע פון ליבעראליזם - יענע פאלשע, פארפוילטע „גוטסקייט‟ וואס רופט צו טאלעראנץ פאר׳ן שלעכטן און פארלוימדונג צום גוטן. אייראפע, וואס עפנט ברייט און גרויס אירע גרעניצן צו רוצחים, אבער איז די ערשטע צו פארשרייען ארץ ישראל ביי יעדער געלעגנהייט. יענע אייראפע, די שאוויניסטן און היפאקריטן, וואס לאדענען מערדערס צו זיך אין לאנד און באשולדיגן די גאנצע וועלט ווען יענע זעלבע באנדיטן הייבן זיך די קעפ.

אין נאמען פון ליבעראליזם האט אייראפע ברייט געעפנט אירע גרעניצן. גרעניצן, זאג איך. וויפיל איז שוין ווערט א גרעניץ? די גרעניץ וואך איז אזוי גוט ווי א וויץ און איז גארנישט קיין סך מער ווי א פארמאליטעט, אזא איבערבלייבעניש פון אנדערע צייטן - נישט קיין סך אנדערש ווי די ערנוואך פארנט פונעם קעניגליכן פאלאץ אין ענגלאנד.

וואס שייך שקר און צביעות האט אייראפע אן ערנסטער קאנקורענט: די יו־ען. ס׳איז נאך מסתמא קיינמאל פריער אין דער היסטאריע נישט געווען אזא מין קראנקהאפטיגע געשפענסט ווי די „יונייטעד נעישאנס‟. די יו־ען קען נישט, וועט נישט און אפילו וויל נישט קוקן אין פנים פון די היינטצייטיגע פראבלעמען וואס פלאגן אונז. ווער רעדט שוין פון דעם אז א ריזיגער פראצענט פון די מיטגליד־לענדער זענען דער מקור פאר די אייגנטליכע צרות וואס די דאזיגע קערפערשאפט וואלט געזאלט לייזן. נישט נאר ליגן די פראבלעמען ביי די זעלבע לענדער וואס האבן א שטים־רעכט אין די זעלבע ארגאניזאציעס וואס וואלטן געזאלט אויסשייגעצן די זעלבע לענדער, נאר יענע האלטן זיך ניטאמאל צו די געזעצן, צום טשארטער, פון דער זעלבער קערפערשאפט אין וועלכער זיי זענען מיטגלידער - און וועלכע זיי נוצן קעגן אנדערע קאלעגע־מיטגלידער וואס זענען דוקא יא אפן און פאלגזאם.

מלחמות זענען פאראן, און דוקא א סך, און דוקא זענען זיי בלוטיגע. דער שונא האקט קעפ, פארוויסט שטעט, און די מעכטיגע פרייע וועלט זיצט און פלאנירט און קלערט און וויל - אבער טוט אלעס חוץ דאס וואס מען דארף. איין זאך יא, מ׳איז פארנומען מיט פשט׳לעך צי ס׳איז יא אדער נישט פאראן א פליטים קריזיס. כמעט יעדעס פון די מערב-וועלט לענדער פארשטייט אז די פליטים דארפן פלאצירט ווערן, און די איינציגע וואס ווילן נישט וויסן און הערן פון גארנישט זענען טאקע די איסלאמישע לענדער, שכנים און ברידער פון יענע פליטים.

די וועלטס־גרויסמאכטן שפענדן ביליאנען אויף מעכטיגע געווער וואס זיי וועלן קיינמאל נישט נוצן. די מלחמות פון אונזער צייט באשטייען במילא נישט פון ארמיי קעגן ארמיי, לאנד קעגן לאנד, און פאלק קעגן פאלק. דאס זענען פארצייטישע בארבארן און די כללים פון קריג קענען קעגן זיי נישט אנגעווענדט ווערן. ס׳איז אזוי גרינג צו פארניכטן די מיטלאלטער רוצחים. אלע ווייסן וואו זיי געפינען זיך און אלץ וואס פעלט אויס איז א קליינע, גוט ארגאניזירטע ארמיי וואס זאל דארט אריינמארשירן און פארוויסטן דאס פלאץ. אבער למעשה פירן די וועלטס־גרויסמאכטן א „קלאסישע‟ קריג, מיט סאפיסטיקירטע מיטלען וואס זענען גענוג צו וויסן ווי שטארק און מעכטיג זיי זענען אבער ווערטלאז וואס שייך אונטערברענגען דעם שונא.

אינערהאלב די זעלבע מעכטיגע, רייכע לענדער, הערשט א מאס אומצופרידנקייט ווי שוין נישט געווען צענדליגער יארן. א חלק פון דער רעוואלטירנדער שטימונג נעמט זיך פון די נאכאנאנדע באגרעניצונגען אויף פערזענליכער פרייהייט וואס די פרייע לענדער שטעלן איין אין רעאקציע צו דער איסלאמישער סכנה. אבער דערנאך איז פאראן סתם א מין אומצופרידנקייט מיט דער מאכט וואס פילט זיך זייער שארף אין דער לופטן.

אידן זענען פארפיינטעט אויף א פארנעם וואס איז שוין נישט געזען געווארן זינט דער לעצטער וועלט־מלחמה. אזוי שטארק ווי די שנאה, אזוי איז דער אומזין. אידן זענען געווען די ערשטע קרבנות פונעם מאדערנעם איסלאמישן טעראר, און אידן שטייען נאך יעצט אויף די פראנט־ליניעס פון דער מלחמה. אראבער מארדן און אידן זענען שולדיג. אנדערע באשולדיגן די איסלאמישע אנוועזנהייט אין אייראפע אין דעם אויפשטייג פון שנאת ישראל, אבער יעדער ווייסט אז דאס איז א פוילער תירוץ. די האס קעגן אידן שטראמט בפירוש ארויס פונעם צענטער, דעם בויך, פונעם מערב׳דיגן ליבעראליזם - דער זעלבער וואס לעבט אין ראזעווע חלומות און באשולדיגט אין אלע צרות דעם וואס קומט אים דערמאנען אז ס׳איז צייט אויפצושטיין און זיך נעמען אין די הענט אריין.

די וועלט שטייט פאר א שיידוועג. דערווייל פארט זי לינקס. מסתמא וועט זי, ווי תמיד אין דער פארגאנגענהייט, זיך דערמאנען ווען ס׳וועט שוין זיין צו שפעט.