ריבונו של עולם. דו ווייסט דאך אז דער כח פון א שרייבער איז נישט זיין אייגנס, נאר פון דיר קומט אלעס. דער תפקיד פונעם שרייבער איז נאר דאס, אז ער זאל אפשרייבן וואס ער זעט אלס ריכטיג, און ער זאל נישט פארקריכן פונעם אמת צוליב אויסערליכע סיבות, ווי געלט, כבוד און חנופה. דער שרייבער טאר אויך נישט מורא האבן פונעם ציבור, ווייל אזוי שטייט אין דער תורה וואס דו האסט אונז איבערגעגעבן דורך משה רבינו עליו השלום, אז א שופט זאל פון קיין שום מענטש נישט מורא האבן. נאר דער אמת אליין מעג זיין די ליכט פאר די פיס פונעם שרייבער.
אבער דו ווייסט דאך רבונו של עולם אז מיר זענען בלויז מענטשן, אויסגעקריצט פון ליים און בלאטע, און ס׳איז נישט מעגליך צו זיין פערפעקט. נאר דו אליין ווייסט וויפיל יסורי הנפש דער שרייבער האט ווען ער דערזעט זיך, נאכדעם וואס זיין ארטיקל איז שוין פובליצירט געווארן, אז ס׳איז אריינגעפאלן א פארדרוסליכער טעות אין זיינע ווערטער, אדער אז ער האט נישט גענוג גוט ארויסגעברענגט זיין כוונה. אויב האט ער פריער געהאפט אז זיין ארטיקל זאל באקומען א הויכע פאפולאריטעט, האפט ער מיטאמאל אז דאס פארקערטע זאל געשען, אז נאר ווייניג מענטשן זאלן אפליינען זיינע שורות, און אז זיי זאלן עס פארגעסן באלד נאכ׳ן ליינען.
ווער קען אבער אויסרעכענען וואס ס׳קען זיך אלץ מאכן? פאר א שרייבער קען דאך חלילה באשערט זיין אז ער זאל אמאל מפרסם זיין אן ארטיקל אונטער א גרויסן דרוק, ס׳זאלן דורכגעלאזט ווערן א רייע פון טעותים, און דערנאך זאל אים נאך באשערט זיין דאס מזל אז זיין ארטיקל זאל אפקלינגען פון איין עק וועלט ביזן אנדערן. דא קען אויסקומען אז זיין גוטער נאמען זאל דורכדעם פארפלעקט ווערן, ס׳קען אויך אויסקומען אז פארקרומטע מיינונגען זאלן ווערן איינגעגעסן אין די הערצער פון מענטשן, און דאס וואסער וואס איז שוין אריין אינעם אקעאן קען מער קיינער נישט צוריקרופן.
כל זמן דער ארטיקל ליגט נאך אינדערהיים אויפ׳ן שרייבטיש קען מען נאך פארריכטן, אבער ווען ס׳איז שוין אינדרויסן קען דער שרייבער נאר צוקוקן מיט הארץ־עסעניש און ווייטאג ווי זיינע טעותים שפרייזן ווייט איבער שטעט און לענדער, אן דעם וואס ער זאל זיי קענען קאנטראלירן, און אן דעם וואס ער זאל וויסן וויפיל שאדן זיי האבן געמאכט און צי ס׳וועט אים מעגליך זיין צו פארריכטן די נזקים. מיט פופציג יאר צוריק האבן נאך די שרייבער געהאט צייט זיך איבערצוקלערן ווי לאנג זיי האבן געשפאנט מיט זייערע געשריבענע צעטלעך צו דער רעדאקציע, אבער היינט געדויערט די גאנצע פראצעדור אזוי לאנג ווי עס געדויערט צו קוועטשן דעם „שיק־קנעפל‟ און נישט מער.
די שריפט איז אבער א מתנה וואס דו, אלמעכטיגער גאט, שענקסט דעם שרייבער כדי ער זאל קענען פארשפרייטן די ריכטיגע מיינונגען צווישן מענטשן. און כאטש דו האסט באשאפן אזויפיל שרייבער וויפיל מיינונגען ס’זענען דא אויף דער וועלט, ווייסן מיר דאך אז „אין שני נביאים מתנבאים בסגנון אחד‟ (ס׳איז נישטא קיין צוויי נביאים וואס זאגן נבואה אויפ’ן זעלבן שניט), ובכן אפילו אויב די געדאנקען פון איין שרייבער שטימט נישט מיט אן אנדערן, איז עס זיכער דיין רצון אז אלע זאלן דערהערט ווערן, כדי צו שאפן די נויטיגע הארמאניע אין דער וועלט פון רעיונות. ווי וועט אבער זיין אויב איינס פון די קולות וועט פארשטומט ווערן? וועט דאך פעלן א שטיקל פונעם אלוועלטליכן באלאנס פון מיינונגען, און א געוויסע עקסטרעמע מיינונג וועט חלילה איבערוועגן און אייננעמען די גאנצע וועלט.
דער שרייבער קען נישט אויפגעבן זיין מלאכה, ווייל דאס געשריבענע ווארט איז א פייער וואס דו האסט אריינגעבלאזן אין זיין קערפער. די ווערטער אין זיין הארץ זענען ווי מוזיקאלישע נאטן אין דער נשמה פונעם קאמפאזיטאר, און ווי די קינסטלערישע בילדער אינעם גייסט פונעם מאלער. דו האסט דעם מוזיקאנט געצוואונגען צו שפילן, און דו האסט דעם שרייבער געצוואונגען צו שרייבן. דו ביסט דער וואס דערוועקט די נשמה אינמיטן דער נאכט און דו הייסט איר שאפן. דו ביסט דער וואס קלויבט אויס די מענטשן וואס זאלן זייער לעבן מקדיש זיין פאר אנדערע וואס זיי האבן קיינמאל נישט געזען, און אליין נישט טרעפן קיין מנוחה אין דער טאג-טעגליכקייט.
אבער אויב ס׳איז אזוי דיין רצון, פאל איך דיר צו די פיס אין א תפילה, אז זאלסט מיר שטענדיג אריינלייגן די ריכטיגע ווערטער אין מויל און פארהיטן פון טעותים, סיי פון אזעלכע טעותים וואס קענען פארשעמען מיין נאמען, און נאך מער פון אזעלכע טעותים וואס קענען פארשפרייטן פאלשע מיינונגען. דערלאז נישט אז מיין כוונה זאל פארשטאנען ווערן אנדערש ווי כ׳האב געמיינט, און האלט מיך אפ פון פארזען דעם אמת צוליב דעם געווינס פון כבוד אדער חנופה. דו אליין ווייסט דאך וויפיל קראפט ס’שטעקט אין א פעדער, זע אז ס’זאל חלילה נישט ארויסקומען קיין שאדן פון מיין פעדער, נאר דאס פארקערטע.
און אויב מאכט זיך חלילה אז דער ארטיקל איז שוין אפגעשיקט געווארן, און דו ווייסט אז ס׳זענען דא אין איר מיינונגען וואס דארפן נישט זען די שיין פונעם טאג, אפילו אויב דאס זענען אמת׳ע מיינונגען אבער זיי זענען אזעלכע וואס מ’דארף וועגן זיי נישט רעדן, אדער אויב זענען דא דערין אויסדרוקן וואס וואלטן געדארפט אנדערש געשריבן ווערן, בעט איך דיך מיין ליבער גאט אז דו זאלסט זיי אפהאלטן פונעם מענטשליכן אויג. פארברען זיי אונטערוועגנס, רייס זיי ארויס פון די הערצער פון די ליינער, און זאלן זיי פאררעכנט ווערן כאילו זיי זענען קיינמאל נישט געשריבן געווארן. אמן סלה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.