איך בין געשטאנען ביי די ברעגעס פונעם הייליגן לאנד, די אייזערנע פלי-שיף האט מיך הערשט אויסגעשפיגן פון אירע אינגעוויידן, און מיינע פיס האבן גענומען אונטערברעכן אין ציטער, דערנענטערנדיג מיין מויל צו דעם אספאלט פונעם לופט-פעלד וואס איז אויסגעבויט געווארן דורך אידישע הענט אויף אידישער ערד. ארום מיר זענען געשטאנען נאך אידן וואס האבן דערגרייכט דעם הייליגסטן האפן אויף דער ערדישער וועלט, און גלייך ווי מיר זענען זיי געפאלן אויף דער ערד און איר אויסגעקושט מיט תשוקה.
פארגאנגען איז די צייט וואס נאר גרויסע מענטשן האבן רעכט אויסצודריקן זייער ליבע צו ארץ-ישראל, אוועק איז די צייט וואס נאר חשובים מעגן גלוסטן צו אונזער ערשטע און איינציגע מוטער, ווייל יעדעס קינד פונעם אידישן פאלק קען היינט אויסשטרעקן א האנט און גלעטן די הייליגע ערד, אויב ער וויל עס נאר טון. און וועלכער איד וועט דאס דען נישט וועלן טון? וועלכער איד איז נישט היינט צוטאגס א קליינער רבי יהודה הלוי, וועמען עס בענקט און ציט צום לאנד פון אידן?
בעת איך האב מיך צו דער ערד געווארפן און געהאלזט דעם אספאלט פונעם אידישן לופט-פעלד, ווען די שטאלצע טייטלביימער שטארן ארויס פון אלע זייטן ארום, האב איך געקלערט צו מיר, וואס א מתנה קען איך ברענגען צו מיין לאנד? ס’האט מיך געריסן צו וועלן איר אפגעבן עפעס כאטש, איך האב אבער נישט געהאט קיין מתנה איר צו געבן, האב איך נאר זיך אליין איבערגעגעבן, ווי א קינד וואס ווארפט זיך אין שויס פון דער מאמען. „איך בין דא צוריק,‟ האב איך אויסגעשעפשעט צו דעם גרויען אספאלט, „איך בין דא ווידער אין אונזער אור-אלטן לאנד, וואו הייליגקייט שטארט פון יעדן ווינקל, פון יעדן בערגל און יעדן זאמדל. איך בין דא מיט מיינע הייסטע טרערן און ערפיל דערמיט דעם טיפסטן חלום פונעם אידישן הארץ אין אלע דורות.‟
ארום מיר זענען געשטאנען נאך אידן, טייל מיט קאפלעך און טייל אן קאפלעך, אבער אלע ווי איינער מיינע ברידער. א מחשבה איז מיר דורכגעלאפן אין קאפ, „דא אין ארץ-ישראל זענען אפילו די גויים אויך אידן…‟ איך האב זיי געוואלט באגריסן און ארומנעמען, אבער איך האב מיך נישט געקענט אפרייסן פונעם אספאלט. איך בין געלעגן צוגענאגלט צו דער ערד און פרובירט זיך פארצושטעלן וויאזוי די שווארצע זאמד-ברעקעלעך זעען אויס אונטער דעם אויבערשטן גרויען שיכט.
אינטערעסאנט איז וואס אפילו די מאדערנע איינריכטונגען, די גרויסע מאשינען און בנינים פון ארום און ארום, פארשוועכן נישט דעם דעליקאטן געשריי פון בענקשאפט וואס ווארפט זיך ארויס פון די טיפענישן פונעם הארץ. זיי פאסן זיך דוקא וואונדערליך צו די טייטלביימער וואס באצירן די וועגן, און דאס לאנד קומט מיר פאר ווי א געמיש פון אלט און ניי, אויפ׳ן איידלסטן אופן וואס ס׳איז שייך. אך! ווען מיינע סאטמארער אבות זאלן זיך נאר דערוויסן וואס א ציוניסט זייער זון איז געווארן…
איך שטיי און קוק זיך איין אויף דעם נס וואס קומט פאָר דירעקט פאר מיינע אויגן. אט איז דאס לאנד וואס איז געשטאנען און געפוסטעוועט צוויי טויזנט יאר, און אט איז דאס פאלק וואס איז געווען פארווארפן צוויי טויזנט יאר, און זע נאר א וואונדער! די צוויי האבן זיך ווידעראמאל פאראייניגט. מיר דאכט זיך אז מענטשן כאפן גארנישט וואס דא איז פארגעקומען. אפילו דער גרעסטער קנאי קען דאך דעם מציאות נישט פארלייקענען. דאס לאנד איז דא, ס׳איז חי וקים, און דאס אידישע פאלק לעבט אויף איר ערד ווי א פאלק!
נאר אט דערוואך איך און איך דערזע מיך אז ס’איז נאר א חלום געווען, בעת איך ליג למעשה אין א בעט וואס געפינט זיך אין א ברוקלינער הויז, ווייט ווייט פון אונזער אייגענעם לאנד. איך ציפ מיר די הענט און קען זיך נישט גלויבן. בין איך עס, הייסט דאס, געווארן א ציוניסט? טפו! דאס הארץ האט מיר ווילד געקלאפט. ווי קען מען זיך פותר חלום זיין? אין קאפ האבן מיר געזשומעט לידלעך, פון יענע לידלעך וואס מ׳זינגט נאר אין ארץ-ישראל, יענע לידלעך וואס פאר׳כישופ׳ן דעם מענטש און פירן אים אריין אין אן אנדער עולם, און איך האב אומזיסט פרובירט זיי צו פארטרייבן פון זיך.
איך האב פרובירט זיך צו דערמאנען וויאזוי ס׳זינגען זיך יענע לידער, מיר האט זיך געדאכט אז איך האב אינמיטן דערונען געהערט א קול באישה, נאר איך בין דערין נישט זיכער געווען. אין מיין הארץ האט געברענט א פייער, וועלכע איז צעברענט געווארן אין מיין נאציאנאלע נשמה. מיך האט געבענקט און געציט צו דער העברעישער שפראך, צו די ווערטער פונעם תנ״ך וועלכע איך האב אין ארץ-ישראל געהערט פון פשוט׳ע ארבעטער, פאלקס-לייט, מענער, ווייבער און קינדער. מיך האט גענומען ציען צו דעם בלויען הימל וואס איז העל פארצויגן איבער די ישראל’ישע הימלען, און צו די שטאלצע קלאנגען פון אידישע טריט אויף אידישער ערד.
אזוי בין איך צוביסליך געווארן מער און מער פאראייניגט מיט דעם איד וואס אין מיר, און איך האב גענומען פארגעסן די סעקטארישע מינאריטעט געפיל וואס איך האב אמאל געפילט, זייענדיג א סאטמארער קנאי, און איך האב ענדליך דערפילט אז איך בין א קינד צו א פאלק פון מיליאנען, נישט בלויז צו א קליינטשיגע גרופע פון אפאר טויזנט מענטשן. אין יענע מינוטן האב איך זיך געשוואוירן צו בלייבן געטריי מיין פאלק, און קיינמאל נישט פארראטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.